ניו יארק פאבליק לייברערי - דורות אידישע אפטיילונג

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16043
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

ניו יארק פאבליק לייברערי - דורות אידישע אפטיילונג

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 01, 2012 3:53 pm

איך זוך א צייטונג מיטן נאמען "דער אמעריקאנער" וואס איז ארויסגעקומען אין אמעריקא
ווייסט איינער ווי מען קען דאס זעהן אדער ליינען?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 01, 2012 4:53 pm

יוראפ האט געשריבן:איך זוך א צייטונג מיטן נאמען "דער אמעריקאנער" וואס איז ארויסגעקומען אין אמעריקא
ווייסט איינער ווי מען קען דאס זעהן אדער ליינען?

מן הסתם אין די גרויסע לייבערי אין מאנהעטען, אין די אידישע אפטיילונג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16043
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 01, 2012 5:13 pm

וואו איז די לייברערי און וויאזוי קומט מען אן דארט?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 01, 2012 5:23 pm

יוראפ האט געשריבן:וואו איז די לייברערי און וויאזוי קומט מען אן דארט?

5טע עוו. ביי 42 סטריט

די באן פארט ביז אהין ממש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16043
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 01, 2012 5:55 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:וואו איז די לייברערי און וויאזוי קומט מען אן דארט?

5טע עוו. ביי 42 סטריט

די באן פארט ביז אהין ממש.

אדאנק

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 01, 2012 6:44 pm

יוראפ האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:וואו איז די לייברערי און וויאזוי קומט מען אן דארט?

5טע עוו. ביי 42 סטריט

די באן פארט ביז אהין ממש.

אדאנק

קומסט אן אהין, גייסטו גראד צו:

Dorot Jewish Division
First Floor, Room 111

די גייסט צו די אינפארמעשאן דעסק, דארט זיצט א פרוי, אויב איז עס א עלטערע, דאן קען זי אידיש (כ'מיין זי איז נאך דארט) זי איז א פוילישע (נישט געפרעגט ח"ו, נאר פארשטאנען אזוי פינעם אקצענט) און די קענסט פרעגן פראגעס.

אבער דערווייל דארפסטו נישט פרעגען גארנישט, נאר בעטן א "ריקוועסט" צעטל.

דארט איז דא עטליכע טישן מיט קומפיוטערס גלייך ווי מען קומט אריין, אויף איינע פון די טישען, וועסט טרעפען א "קעטעלאג", פון אלע צייטונגען וואס זיי פארמאגן, (זיי האבן די גרעסטע קעלעקשאן פון אידישע צייטונגען אין די וועלט) (חוץ דעם איז דא אויך פשוטע טישען, ווי מען ליינט, אבער געווענדליך ליגט די קעטעלאג ביי די קומפיוטער טישן) .

עס איז דא צוויי חלקים אינעם קעטעלאג, לויט די נעמען פון די צייטאנג, און לויט די שטאט ווי עס איז ארוסגעקומען, עס איז דא ססי פון דא אין אמעריקע, און סיי פון יוראפ (די שטאט נישט די ניק!).

דו קוקסט דארט ביי די צייטונג וואס דו זיכסט, און די שרייבסט אראפ אויפן "ריקוועסט" צעטל, די נאמען פון די צייטאנג, און די "קעטעלאג נומבער", (דו דארפסט גוט קיקען, ווייל געוויסט צייטונגען, זענען עטליכע חלקים לויט די יארן, און דו מיזט שרייבן די ריכטיגע יאר, אויב ביסטו מסופק, קענסטו בעטן מער ווי איינס אויפאמאל) און די גייסט אריבער צוריק צו אינפארמעשאן, און געסט אריין די צעטל, אויף די צעטל דארפסטו אויך שרייבן, ווי דו נעמסט א פלאץ ביי די ליין טישלעך, (די פלעצער האבן נומערען).

עס גייט דורך א פאר מינוט, עס קומט ארויס א משרת, ער קומט צו די פלאץ ווי די האסט אנגעצייכענט, און געט דיר אזא קליינע באקסעלע, און דעראין איז דא אזא רעדל, מיט "מייקרא פילם".

דו נעמסט די "מייקרא פילם", און גייסט דערמיט צו די "מייקרא פילם" ליינער מאשין, און לייגסט אריוף די פילם, און די פיטערסט עס אריין. (עצה טובה, די ערשטע מאל, בעט פונעם משרת זאל דיר ווייזען ווי אזוי מען מאכט עס, ווייל עס איז אביסל קאמפלעציערט מען קען עס מאכן שנעל, שטייט, קלארער, קלענער גרעסער אא"וו).

דו פאנגס אן מישען, (עס וועט דיר ווי טאן די הענט, צו מישן מיט די אלטע כלים דארט אבער לפום צערה אגרא) אז דו טרעפסט וואס דו האסט געזיכט, נעמסטו ארויס די פילם, און די גייסט צו די "מייקרא פילם" פרינטער, און פרינטס ארויס, די מאשין איז שוין מער מאדערן, און האט אויך אטאמאטישע אפציעס פארן מישן.

והעיקר הצלחה רבה.

אגב, אז דו ביסט שוין דארט, און די האסט א געפיל צו אלטע שיינע ארכיטעקטור, זעה צו נעמען א שפאציר אינעם בנין, עס איז עפעס נישט נארמאל הערליך, אז מקען אזש משיגע ווערן!!

(עס איז פארשטייט זיך דא דארט נשים, געב שטארק אכטונג אויף שמירת ענים, אבער עס איז אזוי שיין די בנין, גלייב מיר, א מבין וואס גייט דארט אריין, זעהט נישט עפעס אנדערשט נאר די ווענט די דאך מיטן פאדלאגע)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16043
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 01, 2012 7:19 pm

א עקסטערע דאנק פאר די אינסטרוקציעס

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דינסטאג מאי 01, 2012 7:44 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואו איז די לייברערי און וויאזוי קומט מען אן דארט?

5טע עוו. ביי 42 סטריט
די M טרעין פארט ביז אהין ממש אויף 42
דו נעמסט די "מייקרא פילם", און גייסט דערמיט צו די "מייקרא פילם" ליינער מאשין, און לייגסט אריוף די פילם, און די פיטערסט עס אריין. (עצה טובה, די ערשטע מאל, בעט פונעם משרת זאל דיר ווייזען ווי אזוי מען מאכט עס, ווייל עס איז אביסל קאמפלעציערט מען קען עס מאכן שנעל, שטייט, קלארער, קלענער גרעסער אא"וו).

דו פאנגס אן מישען, (עס וועט דיר ווי טאן די הענט, צו מישן מיט די אלטע כלים דארט אבער לפום צערה אגרא) אז דו טרעפסט וואס דו האסט געזיכט, נעמסטו ארויס די פילם, און די גייסט צו די "מייקרא פילם" פרינטער, און פרינטס ארויס, די מאשין איז שוין מער מאדערן, און האט אויך אטאמאטישע אפציעס פארן מישן.

לפי ידיעתי נעמט מען נישט ארויס די פילם פארן פרינטן נאר בשעת מעשה דרוקט מען פרינט עס קאסט א קוואדער א קאפי מקען מאכן ZOOM אדער קלארער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16043
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 01, 2012 7:47 pm

א גרויסן יישר כח אייך אלע
אבער נאך איין פראגע (האפענטליך)
צו איז דא דארט נאך עפעס אינטרעסאנט אויסער צייטונגען? אלטע ספרים, כתבי ידות בילדער וכדו', און אויב יא איז דאס אויף דעם זעלבן פלאץ?

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דינסטאג מאי 01, 2012 7:51 pm

נאר צייטונגען איז אינטערסאנט דארט פאר אנדערע ספרים גיי קיין YU

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 01, 2012 7:57 pm

סיגוט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:וואו איז די לייברערי און וויאזוי קומט מען אן דארט?

5טע עוו. ביי 42 סטריט
די M טרעין פארט ביז אהין ממש אויף 42
דו נעמסט די "מייקרא פילם", און גייסט דערמיט צו די "מייקרא פילם" ליינער מאשין, און לייגסט אריוף די פילם, און די פיטערסט עס אריין. (עצה טובה, די ערשטע מאל, בעט פונעם משרת זאל דיר ווייזען ווי אזוי מען מאכט עס, ווייל עס איז אביסל קאמפלעציערט מען קען עס מאכן שנעל, שטייט, קלארער, קלענער גרעסער אא"וו).

דו פאנגס אן מישען, (עס וועט דיר ווי טאן די הענט, צו מישן מיט די אלטע כלים דארט אבער לפום צערה אגרא) אז דו טרעפסט וואס דו האסט געזיכט, נעמסטו ארויס די פילם, און די גייסט צו די "מייקרא פילם" פרינטער, און פרינטס ארויס, די מאשין איז שוין מער מאדערן, און האט אויך אטאמאטישע אפציעס פארן מישן.

לפי ידיעתי נעמט מען נישט ארויס די פילם פארן פרינטן נאר בשעת מעשה דרוקט מען פרינט עס קאסט א קוואדער א קאפי מקען מאכן ZOOM אדער קלארער

דאס איז אויב דו באקיקסט די פילמען אויף די פרינט מאשין, מ'קען, אבער זיי וועלן געווענדליך נישט לאזן, ווייל זיי פארמאגען נאר איין אדער צווי פרינטינג מאשינען, און עס איז געווענדליך דא א רייע עס צו ניצן, ממילא הייסן זיי זיכען אויף די אלגעמיינט זיך מאשין, פון דעם האבן זיי אפשר צען אדער מער, און ערשט ווען מען ווייסט וואס מען וויל, גייט מען פרינטען, אזוי נעמט עס שנעלער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דינסטאג מאי 01, 2012 7:59 pm

דארט אין יענעם שטיבל איז דא פרינטערס פאר א יעדע מאשין אזוי איז געווען דאס לעצטע מאל וואס איך בין דארט געווען

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 01, 2012 8:04 pm

סיגוט האט געשריבן:דארט אין יענעם שטיבל איז דא פרינטערס פאר א יעדע מאשין אזוי איז געווען דאס לעצטע מאל וואס איך בין דארט געווען

ס'קען זיין, כ'בין שוין נישט געווען דארט א צייט, אבער געהערט אז זיי זענען נאר געווארן ארימער זייט דעמאלס, און זיי האבן נישט קיין געהעריגע פאנדינג. אבער אז דו זאגסט אז עס איז דא, זאג איך נישט גארנישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג מאי 01, 2012 10:57 pm

נאך עטליכע הערות:

כ'האב פארגעסען א וויכטיגע זאך, און סיגוט האט עס דערמאנט נאר אגב, די לייבערי איז אימזינסט, אבער ארויס פרינטן קאסט געלט. אבער מען צאלט נישט מיט קיין קעש אדער קרעדיט קארד, נאר מיט א לייבערי קארד, און די קארד קופט מען נישט אין די אידישע אפטיילונג, נאר אין די "מעין רידינג רום"
(Main Reading Room Third Floor, entrance through Rm. 315), דארט איז דא א פלאץ ווי צו קויפן אין אנפילן די קארטל.

דאס דארפסטו קויפן פאר דו פאנגסט אן די גאנצע אפערציע, ווייל אז דו וועסט טרעפען וואס דו ווילסט, דארפסטו אריין שטעקען דיין קארטל אינעם פרינטער און פרינטען, און דעמעלס וועסטו נישט קענען לויפן קויפן, חוץ אז דו ביסט מסופק צו די וועסט בכלל טרעפען, דאן קענסטו אנצייכענען ביי דיר אליינס ווי דו האסט געטראפן, און גיין שאפן א קארטל און צוריק קומען, נאכאמאל בעטן די פילם, און נאכאמאל אויפמישן.

--------

ווען דו קימסט אריין אין די לייברערי, איבערהויפט אין די אידישע אפטיילונג, זעה צו מאכן א גוטער איינדרוק, זיי האבן נישט ספעציעל ליב חסידים!

(זייט די בחורים האבן דארט באזייטיגט די טרנסלעוואנער צייטונגען! איך בין אמאל דארט געווען און באגעגענט איינעם וואס איז היינט א רב אין וויליאמסבורג, (דעמאלס האט נאך זיין טאטע געלעבט) האט ער מיר דערציילט אז ער איז געווען צווישען די בחורים, וואס האבן דארט געמאכט שווארץ שבת)

עכ"פ גריס שיין, און פארשטייט זיך, ביטע און א ישר כח!

--------

רעדן הויעך אין א לייבערי איז א עון בל יכופר, אז דו גייסט מיט א חבר, זעה צו רעדן די שטילסטע וואס שייך, און א סעלפאן, איז ווי חזיר יו"כ, אז דו דארפסט מאכן, אדער נעמען א קאל, גיי זיי מוחל שטיל ארויס אינדרויסען, און ווען דו ביסט פערטיג קום צוריק אריין שטיל!!

די גראבע שווערע אלט מאדישער טיר דארט, דארף מען שיין שטייט פארמאכן, למען השם פראביר אפי' נישט עס צו לאזן אפען, און געב נישט קיין ווילדע שלעפ צו, ווייל די גראבע קלאץ קען זיך שפירן ווי א ערד ציטערניש, און די באמטע וועלן אויף דיר מאכן א צונאמי!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » דינסטאג מאי 01, 2012 11:16 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:נאך עטליכע הערות:

כ'האב פארגעסען א וויכטיגע זאך, און סיגוט האט עס דערמאנט נאר אגב, די לייבערי איז אימזינסט, אבער ארויס פרינטן קאסט געלט. אבער מען צאלט נישט מיט קיין קעש אדער קרעדיט קארד, נאר מיט א לייבערי קארד, און די קארד קופט מען נישט אין די אידישע אפטיילונג, נאר אין די "מעין רידינג רום"
(Main Reading Room Third Floor, entrance through Rm. 315), דארט איז דא א פלאץ ווי צו קויפן אין אנפילן די קארטל.

דאס דארפסטו קויפן פאר דו פאנגסט אן די גאנצע אפערציע, ווייל אז דו וועסט טרעפען וואס דו ווילסט, דארפסטו אריין שטעקען דיין קארטל אינעם פרינטער און פרינטען, און דעמעלס וועסטו נישט קענען לויפן קויפן, חוץ אז דו ביסט מסופק צו די וועסט בכלל טרעפען, דאן קענסטו אנצייכענען ביי דיר אליינס ווי דו האסט געטראפן, און גיין שאפן א קארטל און צוריק קומען, נאכאמאל בעטן די פילם, און נאכאמאל אויפמישן.!!

מ'קען עס אויך קויפן אין די ערשטע שטאק אינעם צימער פון די מייקראפילם מאשינען
אין די אידשע שטיבל איז דא נאר איין אזא מייקראפילם מאשין
אגב זאגט מיר א ידיד מיינער אז מ'קען מיטנעמן א דיטידזשעל קאמרע וואס מקען אפכאפן א בילד פון די סקרין אזוי קאסט נישט יעדע קאפי מ'קען כאפן עטליכע פון א יעדע בלאט קלארער גרעסער אא"ו
אגב ביה"כ איז נאר דא אויפן דריטן שטאק
לעצט פאראכטן דורך סיגוט אום דינסטאג מאי 01, 2012 11:35 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג מאי 01, 2012 11:23 pm

ווען איך גיי אהין נעם איך מיר מיט דעם סקעננער

http://www.bhphotovideo.com/c/product/8 ... utive.html

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16043
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך מאי 02, 2012 2:37 am

ביים אנפרעגן די שאלה האב איך באמת נישט געוויסט אין וואספארא סומאטאכע איך לאז מיך אריין
אבער אלענפאלס האף מיר בקרוב דארט צו ערשיינען
און אדאנק פאר יעדעם כאו"א בניקו הטוב יבורך

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך מאי 02, 2012 11:03 am

יוראפ האט געשריבן:א גרויסן יישר כח אייך אלע
אבער נאך איין פראגע (האפענטליך)
צו איז דא דארט נאך עפעס אינטרעסאנט אויסער צייטונגען? אלטע ספרים, כתבי ידות בילדער וכדו', און אויב יא איז דאס אויף דעם זעלבן פלאץ?

איך האב נאכנישט געזוכט דארט פערזענליך, אבער זיכער האבען זיי צענדליגע טויזענטער אינטרעסאנטע ספרים אויך, נאר משום די סיבה וואס רב לכתחילה איז מרמז זיכען זיי נישט עפעס עקסטער דאס מפרסם צו זיין.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך מאי 02, 2012 12:47 pm

זיי האבן כמעט יעדן ספר!!!
זוך זייער קאטאלאג דא:
http://catalog.nypl.org/

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 02, 2012 2:24 pm

סיגוט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:נאך עטליכע הערות:

כ'האב פארגעסען א וויכטיגע זאך, און סיגוט האט עס דערמאנט נאר אגב, די לייבערי איז אימזינסט, אבער ארויס פרינטן קאסט געלט. אבער מען צאלט נישט מיט קיין קעש אדער קרעדיט קארד, נאר מיט א לייבערי קארד, און די קארד קופט מען נישט אין די אידישע אפטיילונג, נאר אין די "מעין רידינג רום"
(Main Reading Room Third Floor, entrance through Rm. 315), דארט איז דא א פלאץ ווי צו קויפן אין אנפילן די קארטל.

דאס דארפסטו קויפן פאר דו פאנגסט אן די גאנצע אפערציע, ווייל אז דו וועסט טרעפען וואס דו ווילסט, דארפסטו אריין שטעקען דיין קארטל אינעם פרינטער און פרינטען, און דעמעלס וועסטו נישט קענען לויפן קויפן, חוץ אז דו ביסט מסופק צו די וועסט בכלל טרעפען, דאן קענסטו אנצייכענען ביי דיר אליינס ווי דו האסט געטראפן, און גיין שאפן א קארטל און צוריק קומען, נאכאמאל בעטן די פילם, און נאכאמאל אויפמישן.!!

מ'קען עס אויך קויפן אין די ערשטע שטאק אינעם צימער פון די מייקראפילם מאשינען
אין די אידשע שטיבל איז דא נאר איין אזא מייקראפילם מאשין
אגב זאגט מיר א ידיד מיינער אז מ'קען מיטנעמן א דיטידזשעל קאמרע וואס מקען אפכאפן א בילד פון די סקרין אזוי קאסט נישט יעדע קאפי מ'קען כאפן עטליכע פון א יעדע בלאט קלארער גרעסער אא"ו
אגב ביה"כ איז נאר דא אויפן דריטן שטאק

אה יעצט איז מיר קלאר געווארן, כ'האב נישט פארשטאנען פארוואס סיגוט זאגט אז עס איז דא אסאך פרינטינג מאשינען, בשעת איך געדענק אז עס איז דא נאר איינס (אדער צוויי), יעצט זעה איך אז אלו ואלו זענען אמת, איך האב גערעדט פון די "אידישע אפטיילונג", און סיגוט רעדט פון די "מייקרא פילם רום", אויך אויף די ערשטע שטאק.

דארט איז דא אסאך גוי'שע צייטאנגען אויף פילם, און עס איז טאקע דא מערערע מאשינען, און מען קען טאקע נעמען די פילמען פון די "אידישע אפטיילונג", עס נעמען צו דעם אנדערען שטוב (אזוי מיין איך).

למעשה בינעך געווען אין דעם אנדערען שטוב אויך, ווייל כ'האב געזיכט געוויסע ארטיקלען פונען נ"י טיימס, וואס איז שוין היינט כמעט נישט איטערעסאנט, ווייל ס'רוב ארטיקלען זענען עוועיליבל אנליין, און אפי' די איבריגע קען מען האבן פאר א מינאמאלע אפצאל, און אז איינער וויל דוקא נישט באצאלן, קען ער דארט אין לייבערי, ניצן די קומפיוטער, ביי זיי איז אלע ארטיקלען עוועליבל בחנם, און מען דארף זיך נישט מיטשענען מיט די פילמען, חוץ אז איינער וויל פאר א סיבה דוקא די גאנצע בלאט, די ארטיקל מיטן איבריגע חלק בלאט אויך, דאן איז גיט די פילמן, ווייל אנליין, איז נאר דא יעדע ארטיקל אליינס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך מאי 02, 2012 2:30 pm

יישר כח לכתחילה, אזוי שיין קלאר דעטאלירט צולייגט מיט פונקטליכע אנווייזונגען, ממש אזויווי ענגרי ביורדס
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 02, 2012 2:49 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:יישר כח לכתחילה, אזוי שיין קלאר דעטאלירט צולייגט מיט פונקטליכע אנווייזונגען, ממש אזויווי ענגרי ביורדס

חחח כ'האב מיר איינגעקויפט מפטיר יונה מיט די "ענגרי ביורדס" (pun intended)!!

כ'מיין אז כ'דארף מיר טוישען די חתימה מיינער צו :"פאר "ענגרי ביורדס", דרוקט דא!
:wink:
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16043
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך מאי 02, 2012 2:59 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:למעשה בינעך געווען אין דעם אנדערען שטוב אויך, ווייל כ'האב געזיכט געוויסע ארטיקלען פונען נ"י טיימס, וואס איז שוין היינט כמעט נישט איטערעסאנט, ווייל ס'רוב ארטיקלען זענען עוועיליבל אנליין, און אפי' די איבריגע קען מען האבן פאר א מינאמאלע אפצאל, און אז איינער וויל דוקא נישט באצאלן, קען ער דארט אין לייבערי, ניצן די קומפיוטער, ביי זיי איז אלע ארטיקלען עוועליבל בחנם, און מען דארף זיך נישט מיטשענען מיט די פילמען, חוץ אז איינער וויל פאר א סיבה דוקא די גאנצע בלאט, די ארטיקל מיטן איבריגע חלק בלאט אויך, דאן איז גיט די פילמן, ווייל אנליין, איז נאר דא יעדע ארטיקל אליינס.

איר רעדט פון אנליין נאר די ניו יארק טיימס אדער אלע צייטונגען וואס זיי האבן?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16043
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך מאי 02, 2012 3:00 pm

יהיה כן האט געשריבן:ווען איך גיי אהין נעם איך מיר מיט דעם סקעננער

http://www.bhphotovideo.com/c/product/8 ... utive.html

מען קען סקענען די פילמען?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך מאי 02, 2012 3:07 pm

יוראפ האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:למעשה בינעך געווען אין דעם אנדערען שטוב אויך, ווייל כ'האב געזיכט געוויסע ארטיקלען פונען נ"י טיימס, וואס איז שוין היינט כמעט נישט איטערעסאנט, ווייל ס'רוב ארטיקלען זענען עוועיליבל אנליין, און אפי' די איבריגע קען מען האבן פאר א מינאמאלע אפצאל, און אז איינער וויל דוקא נישט באצאלן, קען ער דארט אין לייבערי, ניצן די קומפיוטער, ביי זיי איז אלע ארטיקלען עוועליבל בחנם, און מען דארף זיך נישט מיטשענען מיט די פילמען, חוץ אז איינער וויל פאר א סיבה דוקא די גאנצע בלאט, די ארטיקל מיטן איבריגע חלק בלאט אויך, דאן איז גיט די פילמן, ווייל אנליין, איז נאר דא יעדע ארטיקל אליינס.

איר רעדט פון אנליין נאר די ניו יארק טיימס אדער אלע צייטונגען וואס זיי האבן?

וויפיל איך ווייס, איז עס נאר די ניו יארק טיימס, די אידישע נישט, אפשר ענגלישע וואס איז עוועליבל פאר יעדעם אנליין.

די אנליין האט גארנישט מיט די לייבער, עס האט מיט די טיימ'ס אליינס און יעדער קען עס האבן, נאר פאר געוויסע יארן וויל די ניו יארק טיימס געלט אדער סופסקריפשאן, און די לייבערי האט סופסקריפשאן, ממילא קען מען דורך זייער קומפיוטער אנקומען צו אלע ארטיקלען אויף די סייט פונעם טיימס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט