בלאט 1 פון 2

ספר בי הילולא -בעניני הליכה לקברי צדיקים

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:38 pm
דורך הרבטייטעלבוים
אזווי מיר שטייען יעצט פאר ל"ג בעומר ווען רבבות אידען זענען פוקד ציונים הק'
הבען מיר געקלערט דא מפרסם זיין דער ספר בי הילולא וואס איז געשריבען געווארען דורך די חברי הקרעטשמע
וואס וועט אי"ה זיין אגרויסע תועלת פאר ווער עס וועט עס ליינען, און בפרט צו ארויספרינטען פאר די בני בית, און חברים און גיטע פריינד

איין הסכמה האבען מיר גענימען ביי כ"ק אדמו"ר מווילקאמיר שליט"א וואס איז בייגעלייגט דא
[העורכים במהדורה זו
הרב מיללער, הרב חייקל, הרב שוועמל, הרב הפלע, הרב טייטעלבוים, הרב יונה (טייבעלע), משהעלע, והרב מבני ברק, והרב קרעמער ועוד הרוצה בעילום שמו

תוכן הספר

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:40 pm
דורך הרבטייטעלבוים
תוכן הענינים

הליכה לקברי צדיקים. 3
דער ענין צו גיין אויף קברי צדיקים 3
אשריהם ישראל וואס גייען צו קברי צדיקים 3
ג' מקור צו גיין מתפלל זיין ביי קברים 4
צדיקים זענען מכפר פונקט ווי קרבנות 4
לערנען ביים ציון תורה פונעם צדיק 5
פועלן ישעות ביים קבר פון א צדיק 6
צדיקים לייענען די קוויטלען 6
זיין און די זעלבע שטאט- מזכיר זיין די שטאט ווי דער צדיק ליגט 6
ווי ווייט מעג מען זיין פונעם ציון 7
פון ווי וויסט מען אויף זיכער ווי דער צדיק ליגט 7
שיקען א קוויטל מיט א צווייטען 7
מתפלל זיין ביי א צדיק וואס מלערנט זיין ספר 8
נישט וואוינען אויף א פלאץ ווי סאיז נישט דא קיין קברי צדיקים 8
זמנים ווען מזאל גיין 8
פרייטיג נאך חצות 9
מבעט די מתים אדער בזכות המתים 9
צו באקימען חכמה ביים ציון פון א צדיק 10
פועלען ישעות ביומא דהילולא (ע"י חייקל) 10
אויסנוצן דעם עת רצון ביומא דהילולא פון א צדיק (ע"י חייקל) 11
קברי צדיקים - א בית המקדש 12
קדושת ארץ ישראל 13
מזכיר זיין די קינדער פונעם צדיק 13
גיין צופיס צו קברי צדיקים- שכר פון די טריט 13
די צדיקים האבען הנאה אז מקומט 13
ווער פארציילט פאר די צדיקים די צרות פון כלל ישראל 14
ארויס זאגען דער נאמען פונעם צדיק 14
גיין צו די לעבעדיגע אדער צו די קברים 15
קברי צדיקים ווען משיח וועט קימען 15
פארוואס העלפט תפילה ביי א קבר פון א צדיק 16
גיין און מקוה פאר מען גייט צו א ציון 16
פרויען גיין צו א בית החיים 16
פאר מנעמט אן א פאסטען, גיין אויף קברי צדיקים. 17
מתפלל זיין דוקא בקול. 17
געבען א פרוטה פאר צדקה (אדער צוזאגען) 18
קברי צדיקים איז כדוגמת מערת המכפלה 18
גיין אויף קברים וואס ווערן די ווייניגסטע באזוכט 18
ביי קברי צדיקים קען מען מבטל זיין דער גלות 18
צינדען ליכט ביי א ציון 19
אנצייכענען ווי צדיקים ליגען- כדי מען זאל מתפלל זיין דארט. 20
א אינטערסאנטער מנהג און איטאליע 21
ביאורי האדמו"ר האמצעי מליבאוויטש- בענין הליכה לקברי צדיקים 21
לייגען די האנט אויפען ציון 23
כי אתה שומע תפלת כל פע! (ע"י חייקל) 24

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:42 pm
דורך שטארק זיך
What an idea...
ואמרתם...
כה לחי!

דער ספר

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:43 pm
דורך הרבטייטעלבוים
מהאפט עס צו קענען ארויף לייגען גאר און נאנטען

כבעט אז ווען מען פרינט עס ארויס זאל מען אויך ארויס פרינטען די הסכמה ווייל כוויל נישט מפיץ זיין א ספר אן א הסכמה.

א דעקל פארן ספר איז נאךנישט דא

ווער עס קען מאכען א דעקל לזכות הרבים, אשרי לו.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 1:57 pm
דורך מאנ-יימער
פשיהא!! א ריזן דאנק אייך הרב טייטלבוים, איך בין ממש ווערטערלאז
דאס האט געדארפט זיין א שווערע ארבעט,
זאל דיר דער אייבישטער באצאלן כפלי כפלים
המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו....


לייג עס ארויף אין דראפ באקס דערנאך לייג אהער די לינק

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 2:56 pm
דורך הרבטייטעלבוים
אויף ביזדערווייל

ב"ה מהאט שוין ארויף געלייגט דעם גאנצען ספר
א שכח פאר דעם אחראי זייער נייגעריג פארן צו העלפן
און ווי אויך פאר ידי"נ ר' טייבעלע (מהעורכים) און פאר מאן יימר פארן פראבירען צו העלפען

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:04 pm
דורך Rabeiny
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:אויף ביזדערווייל

בי הילולא

כוויל וויסען צו סארבעט
משטיינס געזאגט צו כהאב געכאפט וויאזוי דראפ באקס ארבעט

ס'ארבעט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:14 pm
דורך תרנגול
א הערליך געלונגען שטיקל ארבעט!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:25 pm
דורך הרבטייטעלבוים
בתורת הקדמה

הילולא דצדיקא הוא משום דהאי עלמא כבי הולא דמיא, ויום היאהר צייט נמצאו נשמות דצדיקים בהאי עלמא, וע"כ מקרי יומא דהילולא דהנשמות של צדיקים הוי בי הילולא והבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:41 pm
דורך יוראפ
תרנגול האט געשריבן:א הערליך געלונגען שטיקל ארבעט!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:47 pm
דורך Rabeiny
די פאנט איז עפעס נישט אזוי מסודר צום ליינען, אפשר קען מען געבן עפעס א טויש?

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:50 pm
דורך הרבטייטעלבוים
אפי נאכען פרינטען

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:52 pm
דורך AllAboutAccess
זייער א שיינע ארבעט, יישר כח.

איז די דראפבאקס די זעלבע ווי די בייגעלייגטע pdf? ווייל מאמענטאל קומט ארויף אן ערראר ביי דראפבאקס (Error 404, אז זיי טרעפן נישט דעם פייל).

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 3:54 pm
דורך הרבטייטעלבוים
ניין די דראפ באקס איז נאר געווען פאר ביזדערווייל
יעצט ארבעט די פי די עף
כווען ארא נעמען די דראפ באקס לינק

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 4:01 pm
דורך AllAboutAccess
אויב וועסטו נענה זיין לבקשת רבינו (Rabeiny) דאן פארוואס נישט אריינשטעלן די הסכמה בתוך הספר?!
(ואולי אויך מעסקן די לינקס אינעם ספר אונטער איינס/צוויי ווערטער פשוט צו געבן דעם פראפעשיאנעלן אויסקוק).

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 4:02 pm
דורך Rabeiny
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:אפי נאכען פרינטען

יעצט זעה איך אז אדאבי ליינט עס נישט גוט אבער פאקס איט רידער ליינט עס יא גוט

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 4:03 pm
דורך Rabeiny
AllAboutAccess האט געשריבן:אויב וועסטו נענה זיין לבקשת רבינו (Rabeiny) דאן פארוואס נישט אריינשטעלן די הסכמה בתוך הספר?!
(ואולי אויך מעסקן די לינקס אינעם ספר אונטער איינס/צוויי ווערטער פשוט צו געבן דעם פראפעשיאנעלן אויסקוק).

אויך געקלערט אזוי

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 4:05 pm
דורך טייבעלע
הערליך שיין א גרויסן ישר כח, חילך לאורייתא, זאלסט זוכה זיין אויף אייביג מפיץ זיין תורה לרבים וזכות הרבים תלוי,
די זכות פון די צדיקים וואס מען וועט יעצט קענען מתפלל זיין אויף זייער ציון מיט מער כוונה, און מען וועט וויסן וואס א
ציון פון א צדיק איז זאל ביי שטיין, זי"ע.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 4:07 pm
דורך מיללער
אגרא דבי הילולא - מיללער

א גרויסען דאנק אייך הרב טייטלבוים וחילכם לאורייתא, תזכה להתחיל ולסיים ספרים אחרים ולזכות את הרבים, יהי חלקנו עמכם, שכרכם כפול מן השמים

ידידך מוקירך פה סקרענטאן יצ"ו

הק' יעקב ד. מיללער

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:09 pm
דורך Rabeiny
אויב מען קליקט אויפן INDEX קומט מען אן צו יענע שטיקל

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 5:34 pm
דורך הרבטייטעלבוים
יישר כח פאר אלע מגיבים פון ביז אהער.

כוועל זיין נייגעריג צו עס איז צוניץ געקימען למעשה, איז אלזא ווען איר פארט נעמט עס מיט און לאזט וויסען דעם עולם. צו איר און די בני בית האבען הנאה געהאט.

רב מיללער שכח פאר די ברכה (צו א קורצע הסכמה צו קענען דריקען) אבער יא איר האט אויפגעמאכט דעם אשכול נאכ פאר דער דלאניער רב האט עקזעסטירט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:44 pm
דורך שוועמל
א וואזשנער בייפאל.

איך בין נייגעריג וועלכע שטיקל איז מיין ביישטייערונג צום קונטרס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 7:50 am
דורך הרבטייטעלבוים
Rabeiny האט געשריבן:
AllAboutAccess האט געשריבן:אויב וועסטו נענה זיין לבקשת רבינו (Rabeiny) דאן פארוואס נישט אריינשטעלן די הסכמה בתוך הספר?!
(ואולי אויך מעסקן די לינקס אינעם ספר אונטער איינס/צוויי ווערטער פשוט צו געבן דעם פראפעשיאנעלן אויסקוק).

אויך געקלערט אזוי

אבער כוואלט געקענט באשטיין אז כזאל שוין דאןן האבען א דעקל פארן ספר
כווייס נארנישט וועמען מקען בעטען דאהי פאר דעם.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 10:50 am
דורך ים רויבער
בעהט אין גראפיקס פארום

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 4:10 pm
דורך דארפסמאן
א הערליך שטיקל ארבעט

ישר כח