בלאט 4 פון 13

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 9:58 am
דורך שטארק זיך
farshlufen האט געשריבן:דער ווייסט דאך נישט בין ימינו לשמאלו.

מער ווי ער ווייס נישט, האטער אגענדעס כחול הים

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 10:04 am
דורך farshlufen
ישלהוסיף האט געשריבן:לויט ווי עס שטייט אין די הקדמה צום נייעם כרך "דברי יואל - פנחס מטו"מ מהדו"ת", האלטן די מוציאים לאור טיף אינמיטן די ארבעט אויף דברי יואל על ד' פרשיות, פורים, שבת הגדול, וכ"ט שבט יו"ד של הקדושת יום טוב.
מיינט דאס אז זיי גייען אריין לייגן דעם שבת הגדול אין דעם כרך?

אין אנדערע באשרייבונג האב איך געליינט אז זיי האבן גענונג פאר נאך א כרך פון במדבר-שלח מהדו"ת, נישט קיין דיקע באנד אבער פונקט גענונג פאר איין כרך.

קרעדיט ר' שמעון ווייס ז"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 10:18 am
דורך בחורהזעצער
פארשלאפן; צום פינטעל!!! (נישט די ניק).

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:47 pm
דורך ישלהוסיף
ספר הקדוש אך פרי תבואה ווערט איבערגארבעט דורך דער ליסקא רבי, דער ספר זעלבסט האט ער ארויס געגעבען עטליכע יאר צוריק, ווארשיינדליך וועט עס ארויס קומען ערגעץ ווען נאך די ימים טובים, מיט תיקונים אין מפתחות.

ספר הישר והטוב אויך פון רבי צבי הירש מליסקא על מועדים, איז שוין לאנג נישט אין געשעפט.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 22, 2012 11:49 am
דורך יוראפ
ראש משביר
על סדר בראשית וליקוטים
כתב יד פון הגה"ק רבי משה בירדוגו זצוק"ל - נפטר בשנת תצ"א
דער איד וואס האט דער כתב יד האט דאס בירושה מדורי דורות, און מען האט דאס נאך קיינמאל נישט געדרוקט.
למעשה האט דער איד ביי וועם עס ליגט שוין געוואלט דרוקן דעם ספר אפאר יאר צוריק אבער קיינער האט עס נישט געקענט ליינען
למעשה האט אים א רב (איך געדענק נישט די נאמען) געזאגט אז אפשר זאל ער זיך מטהר זיין במקוה ועוד, און לפלא אז גלייך דערנאך האט מען געקענט פארשטיין דעם כתב יד.
ער האט דאס שוין מסדר געווען לדפוס אפאר יאר צוריק און למעשה זעהט אויס אז ס'איז נאכנישט געקומען דער צייט עס צו דרוקן.
אין די טעג האט ער נאכאמאל באשלאסן אז ער וויל עס שוין ארויסגעבן, אבער האט מען זיך געטראפן אז לויט די היינטיגע סטאנדארט איז עס נישט אזוי גוט אויסגעארבעט ווי מראי מקומות ומפתחות וכדו'. האט מען זיך אין די טעג נאכאמאל אריינגעלייגט עס איבערצוארבעטן, און מ'האפט אז מ'וועט שוין זוכה זיין בקרוב צו איינהאנדלען דעם הייליג ספר.
[מפי השמועה]

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 22, 2012 12:21 pm
דורך יוסף שרייבער
הרב יוראפ איר רעדט אודאי פון דעם כת"י, איך ווייס נישט קיין באבע מעשה מיט א מקוה אבער דער איד האט דאס געזיכט צו פארקויפען בכסף מלא פאר א פולע פעטע פרייז!.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 22, 2012 12:26 pm
דורך יוראפ
לזה כתבתי מפי השמועה

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 22, 2012 12:30 pm
דורך יוסף שרייבער
דער חיד"א דערמאנט דעם כת"י אין שם הגדולים.
bir1.jpg

ד"א דער ספר האט א הסכמה פון ר' משה אבן עטר בן האור החיים הק' און פון ר' יעקב אבן צור, אבער כפי המונח בזכרוני איז דאס נישט כתי"ק נאר א כתב מעתיק וכפי הנראה איז דא דארט חומר בכת"י מעתיק.

אויך ווייס איך נישט וואס "ירושה מדורי דורות מיינט" (ער איז א סאטמערער אונגארישער) דאכט זיך זיין טאטע אדער שווער האט דאס געטראפען אין אונגארן נאכען קריג. אבער שוין אזוי גייען דאך אלע לעגענדעס.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 22, 2012 12:58 pm
דורך יוראפ
עיין כאן שכתבו נכדיו [או א' מבני המשפחה] אז די חיד"א במחכ"ת לא דק, איבער דעם ספר ראש משביר. זעהט אויס אז זיי האבן נישט געוויסט דאן דערפון.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 22, 2012 1:17 pm
דורך יוראפ
יוסף שרייבער האט געשריבן:אויך ווייס איך נישט וואס "ירושה מדורי דורות מיינט" (ער איז א סאטמערער אונגארישער) דאכט זיך זיין טאטע אדער שווער האט דאס געטראפען אין אונגארן נאכען קריג. אבער שוין אזוי גייען דאך אלע לעגענדעס.

קען זיין די לשון "דורי דורות" איז א לעגענדע - גיי ווייס.
אין די הקדמת המו"ל שרייבט ער אז ער האט דאס באקומען בירושה פון זיין טאטע (ער שרייבט נישט פון וואו זיין טאטע האט דאס באקומען). קען זיין אז די שמועה וואס איך האב געהערט האט צוגעלייגט "בלויז" דורי דורות.

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 22, 2012 1:30 pm
דורך יוסף שרייבער
במכ"ת פון דעם אייניקעל איז ער דער וואס איז לא דק, דער חיד"א איז כידוע א דייקן נפלא און בלי ספק רעדט ער פון דעם כת"י וואס איז היינט דא ביי דער איד מפי השמועה, והנה עינינו רואות אז נקרא שמו בישראל 'ראש משביר' און עס איז דרושים על סדר בראשית והספד על רבו ר' יוסף בהתית. אזוי ווי איר זאגט דער אייניקעל האט נישט געוויסט פון דעם כת"י.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2012 9:48 am
דורך ישלהוסיף
יוסף שרייבער האט געשריבן:במכ"ת פון דעם אייניקעל איז ער דער וואס איז לא דק, דער חיד"א איז כידוע א דייקן נפלא און בלי ספק רעדט ער פון דעם כת"י וואס איז היינט דא ביי דער איד מפי השמועה, והנה עינינו רואות אז נקרא שמו בישראל 'ראש משביר' און עס איז דרושים על סדר בראשית והספד על רבו ר' יוסף בהתית. אזוי ווי איר זאגט דער אייניקעל האט נישט געוויסט פון דעם כת"י.


במחילת כבודך, דער חיד"א איז טאקע א דייקן, אבער דער ספר 'שם הגדולים' זעלבסט איז בכלל נישט אזוי מדיוק, וכידוע לחוקרי הדורות, ס'געווארען ארויף געברענגט די בכמה אשכולות מפעם לפעם, ובפרט לפי החשבון האט ער דאס אפגעשריבען (אין תפיסה) פאר א לערך פערציג טעג.

קוק דא לדוגמא
viewtopic.php?f=54&t=13618

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2012 10:51 am
דורך יוסף שרייבער
ידעתי גם ידעתי אז דער חיד"א האט דאס געשריבן בהסגר מתוך זכרונו הנפלא (נישט אין תפיסה נאר א אפגעזינדערט פלאץ ווי מען האט געהאלטען די וואס זענען אריינגעקומען אין לאנד צו מונע זיין דאס פארשפרייטונג פון מחלות), אבער דאס איז נוגע בכלליות אבער דארט ווי דער חיד"א שרייבט אז ער האט עפעס געזעהן מיט זיינע הייליגע אויגען וועט מען עם דאכט זיך נישט טרעפען ביי א טעות. אבער כאמור ביי די פאל דארף מען נישט קיין ראיות, דער כת"י איז דא פאר אינז און מען קען זעהן אז דער חיד"א איז גערעכט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2012 3:58 pm
דורך גבאי ביהמד
דער שמועס איבער די משפחה פונעם אור החיים הק' איז אריבער געפירט געווארן אינעם אשכול איבערן אוה"ח הק' ומשם תדרשנו לטובה:
viewtopic.php?p=593066#p593066

דרשות חתם סופר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:01 pm
דורך יוראפ
ערגעץ דא האט זיך איינער לעצטענס אפגערעדט פארוואס מען דרוקט נישט איבער די דרשות חתם סופר

יעצט געהערט אז גאר בקרוב קומט ארויס דורך מכון חתם סופר די דרשות איבערגעדרוקט אין 5 הערליכע בענדער
ווי איך הער איז עס גאר הערליך איבערגעארבעט, צוגעלייגט מיט הערליכע השוואות / מקורות / מפתחות

לדוגמא אלול אליינס איז אן עקסטער באנד פאר זיך

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 12:45 pm
דורך יוראפ
נשמת שבת - סימנים ש"ח ש"ט ש"י שי"א
ע"י הגה"צ אבד"ק ישראל והזמנים שליט"א
בקרוב יופיע

ציון המצוינת נועם הנשמה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:21 am
דורך dovidal
ליקוט נפלא מה שאמרו צדיקים על גודל קדושת ציון הקדוש של הרה"ק רבי אלימלך מליזנסק זי"ע

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 10:26 pm
דורך לב טוב
יוראפ האט געשריבן:יעצט געהערט אז גאר בקרוב קומט ארויס דורך מכון חתם סופר די דרשות איבערגעדרוקט אין 5 הערליכע בענדער
ווי איך הער איז עס גאר הערליך איבערגעארבעט, צוגעלייגט מיט הערליכע השוואות / מקורות / מפתחות

זאלן זיי אבער ביטע נישט בעטן די געשוואלענע פרייזן א-ווי זיי בעטן פאר זייערע אנדערע ספרים.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 17, 2012 11:16 am
דורך שמעלקא טויב
ישלהוסיף האט געשריבן:ה) רבינו הקדוש מהארנסטייפל - תולדות מרבי מאטיל מהראנסטייפל, ע"י ר' צבי בריננער


ווען דער ספר קומט ארויס זאלט איר בעסער מודיע זיין אפי' פאר די וואס באזוכן נישט דא יעדען טאג, סיי דער ארויסגעבער כבר איתמחי גברא מייט זיינע פריערדיגע ספרים, און סיי פון הרה"ק רבי מאטיל זי"ע תאבה נפשינו צו ליינען עפעס זאכליך. ס'איז א בשורה טובה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:13 pm
דורך ישלהוסיף
אוצרות דברי יציב על מסכת שבת ועירובין - להגה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 07, 2012 1:31 pm
דורך ישלהוסיף
כ'געדענק נישט צו ס'שוין דא געשטאנען,
אבער די ארבעט איבער א תולדות פון הרב החסיד הותיק רבי בן ציון יאקאבאוויטש ז"ל מסאטמאר בני ברק איז טיף אין מיטן פון די ארבעט.
דער וואס האט עפעס קען אין ווערט געבעטן אריין צו שיקען צו זיינע קינדער.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 09, 2012 1:55 am
דורך כתר ישועה
עמיצער ווייס עפעס צו זאגן בנוגע דברי חיים שמות גיטין ? (זה כמה שנים שכמה אמרו שהם מהדירים את הס', ולע"ע טרם שמעתי או ראיתי בזה..).

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 09, 2012 12:07 pm
דורך ראש הקהל
יא דער ר' ברוך שמשון דער רידניק'ער רב האלט עס אינמיטן איבערארבעטן
שמעתי כן מאחד מבניו ואחד מחתניו, אלמאסט פינישט

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 11, 2012 2:54 am
דורך כתר ישועה
כתר ישועה האט געשריבן: "זה כמה שנים שכמה אמרו שהם מהדירים את הס', ולע"ע טרם שמעתי או ראיתי בזה...

די שאלה איז נאר נאך וויפיל ר"ה'נעס וועלען נאך איבער לויפען ביז דענמאל'ס...

ספר מעשי בראשית, די פרשיות מיט די מדרשים, נוסח ממצרים גאלתנו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 10:51 am
דורך גראדער
אין די קומענדיגע טעג וועט זיין צו באקומען אין די געשעפטן דער נייער ספר ''מעשי בראשית''

אויפן נוסח פונעם ממצרים גאלתנו, די פרשיות פון בראשית ביז תולדות באשריבן לויט די מדרשי חז''ל.

די קרעטשמע זיצער זענען זיכער באקאנט מיטן סגנון פונעם ספר...