בלאט 2 פון 13
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 06, 2012 12:53 pm
דורך יוראפ
וויפיל איך האב מיך נאכגעפרעגט ארבעט יענער אויף די תולדות
אויסער דעם קומט ארויס א גאנצער חיבור על התורה ומועדים וליקוטים שונים
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 06, 2012 12:57 pm
דורך סביב העולם
אויף דעם ארבעט מיין איך הרב מנשה הלוי גליק ב"ר יחיאל יצחק שליט"א (מנכ"ל התאחה"ר)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 07, 2012 11:12 am
דורך ישלהוסיף
הרבני החסיד מיכל סאנדער פון ווילימסבורג האט געדונגען א מכון וואס האלט שוין טיף אינמיטן די ארבעט אויף אויף 'תולדות' פון זיין זיידע 'רבי זלמן גבאי' גבאי בבית צאנז שינאווא ואח"כ דעעש. רבי זלמן גבאי איז די ראש ואבי השלשלת פון די באקאנטע 'סאנדער' משפחה. דער ספר אינהאלט טאקע די תולדות פון רבי זלמן גבאי זיין זוהן הנגיד הגביר ר' יהושה סאנדער פון דעעש, ושאר יוצ"ח. ווער עס האט טאקע אינפארמאציע אויף דער פארצווייגטע משפחה קען איהם (אדער זאל איהם) קאנטאקטען.
דער רבי זלמן גבאי איז שוין געווארן דערמאנט דא ערגץ ווי אין א אשכול, קען טאקע זיין אין 'זכר גבאים לברכה'.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 08, 2012 1:15 pm
דורך ישלהוסיף
דאכציך מיר געהערט מאחורי הפרגוד אז משפחת 'ביגעלאייזען' איז מלקט די חומר וואס זיי האבען, אין האבען און פלאן ארויס צוגעבן א 'תולדות' פון זייער פאטער ר' יקיר, ובכלל המשפחה המפורסם לבית 'ביגעלאייזען'. די צוויי ברידער ר' שלמה אין ר' משה שטעלן זיך נישט אזוי צו, לשיטתם פעלט עס נישט אויס, אבער זייער קינדער אין אייניקלעך ווילען דאס יא האבען. זיי פארמאגען א אוצר פון כעתב ידות ומכתבים הקשורים לבית בעלזא.
אגב, אינטרעסאנט צו באמערקן אז בשורשם זענען זיי רוזוודוב/דזיקוב חסידים, צוליב מעשה שהיה מיט ר' יקיר אדער ר' יקיר'ס פאטער זענען זיי אנגעקומען קיין בעלזא.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 13, 2012 12:55 pm
דורך ישלהוסיף
מודעה ובקשה
היות שאנט עומדים באמצע עריכת ספר שלם המכיל בקרבו אוצר גדול מחד"ת, ותולדות ימי חייו של אותו צדיק [רבי אברהם יהושע פריינד אבד"ק נאסאד] אשר האיר לארץ ולדרים, ברוב גאונתו וקדושתו.
ע"כ בבקשה שכל מי שנמצא תחת ידו איזה דברים מועילים מתורתו, ושיחתו מפיו, ומפי כתבו של רבינו הקדוש, נא שלא להימנע טוב מבעליו ולמוסרם לידינו כדי שנוכל לצרפן ולהעלותן על מכבש הדפוס, וזכות הרבים תלוי בו, ובוודאי יגן עליהם זכות רבינו הק' להתברך בכל מילי דמיטב.
תודה למפרע
מכון מאורות יהושע
יואל הלברשטאם
בן רבי יהודא חיים אבד"ק נאסאד שליט"א
347-549-9354
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 13, 2012 6:05 pm
דורך סיגוט
ישלהוסיף האט געשריבן:מודעה ובקשה
היות שאנט עומדים באמצע עריכת ספר שלם המכיל בקרבו אוצר גדול מחד"ת, ותולדות ימי חייו של אותו צדיק [רבי אברהם יהושע פריינד אבד"ק נאסאד] אשר האיר לארץ ולדרים, ברוב גאונתו וקדושתו.
ע"כ בבקשה שכל מי שנמצא תחת ידו איזה דברים מועילים מתורתו, ושיחתו מפיו, ומפי כתבו של רבינו הקדוש, נא שלא להימנע טוב מבעליו ולמוסרם לידינו כדי שנוכל לצרפן ולהעלותן על מכבש הדפוס, וזכות הרבים תלוי בו, ובוודאי יגן עליהם זכות רבינו הק' להתברך בכל מילי דמיטב.
תודה למפרע
מכון מאורות יהושע
יואל הלברשטאם
בן רבי יהודא חיים אבד"ק נאסאד שליט"א
347-549-9354
שוין ארויסגעקומען איין קונטרס עניני שבת פאראיאר אלול
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 12:20 am
דורך ישלהוסיף
ספר דרכי חיים ושלום
ספר חיים ושלום - על התורה
ווערט איבערגעדריקט ע"י הוצאות אמת.
דערווייל האבן זיי ארויס געגעבן א 'סעמפל', אויב איינע האט א הארה והערה זאל דאס קענען אריין שיקען צו זיי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 12:55 am
דורך פייש קרויז
סדא א אינגערמאן וואס איז שוין מלקט יארן אלעס הנוגע לנאסאד תורות סיפורים מנהגים ועוד. ער האט שוין א ספר שלם מוכן לדפוס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:13 am
דורך יוראפ
שוין געהערט א לאנהגע צייט צוריק אז איינער ארבעט אויפן ספר תולדות אברהם יוסף להגה"ק מזשילין זי"ע
ווי אויך אויף די תפלות וואס ער האט מחבר און מלקט געווען
ווייסט איינער וואו ס'האלט?
עטרת ישראל
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 25, 2012 12:40 am
דורך dovidal
דער ספר עטרת ישראל פון הרה"ק רי ישראל דער מגיד פון באפאלי-אוקריינא אן אייניקל פונם מאור עינים ווערט יעצט איבערגדריקט אויף גאר א שיינעם אופן מיט מראי מקומות וכו
מאיר השחר
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 25, 2012 4:33 pm
דורך dovidal
יצא לאור מחדש ספר על ברכת התורה מאיר השחר נדפס רק פ"א בשנת תק"ט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2012 10:47 am
דורך יוראפ
dovidal האט געשריבן:יצא לאור מחדש ספר על ברכת התורה מאיר השחר נדפס רק פ"א בשנת תק"ט
קומט לכאורה ביי
ספרים חדשים שיצאו לאור
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2012 12:18 pm
דורך dovidal
יוראפ האט געשריבן:dovidal האט געשריבן:יצא לאור מחדש ספר על ברכת התורה מאיר השחר נדפס רק פ"א בשנת תק"ט
קומט לכאורה ביי
ספרים חדשים שיצאו לאור
אתכם הסליחה
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 7:33 am
דורך סיגוט
מחזור ע"פ חתם סופר עומד לצאת לאור עולם בקרוב
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 10:36 am
דורך לעמעלע
סיגוט האט געשריבן:מחזור ע"פ חתם סופר עומד לצאת לאור עולם בקרוב
מסתמא איבערדרוקן, ווייל ס'איז שוין אמאל ארויסגעקומען אזוינס.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 2:15 pm
דורך תרנגול
וואס איז די מעשה מיט'ן דרשות חתם סופר? איז דא א סיבה פארוואס דאס ווערט נישט איבערגעדרוקט?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 2:19 pm
דורך יוראפ
תרנגול האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט'ן דרשות חתם סופר? איז דא א סיבה פארוואס דאס ווערט נישט איבערגעדרוקט?
ערלוי האט דאך שוין ארויסגעגעבן דאכצעמיר מער ווי איין באנד
ווי אויך האב איך געהערט אז אסאך אידן ארבעטן דערויף
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 3:25 pm
דורך כתר ישועה
אמאל געזעהן א הערליכע ספר מתורת החת"ס על חומש בראשית מיט השוואות וכו' בכלי נאה ומפואר, כ'מיין סהייסט אוצרות הסופר עפעס אזוי, אך כמדומני שלא י"ל על שאר החומשים וגם לא יצא לאור שנית. ווייסט עמיצער מזה ?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 3:28 pm
דורך יוראפ
כתר ישועה האט געשריבן:אמאל געזעהן א הערליכע ספר מתורת החת"ס על חומש בראשית מיט השוואות וכו' בכלי נאה ומפואר, כ'מיין סהייסט אוצרות הסופר עפעס אזוי, אך כמדומני שלא י"ל על שאר החומשים וגם לא יצא לאור שנית. ווייסט עמיצער מזה ?
'אוצרות חתם סופר' 2 הערליכע [בכמות ובאיכות] בענדער על התורה י"ל ע"י הרה"ג ר' משה שלאמיאק שליט"א מבארא פארק
ער ארבעט גוט שווער אויף דעם, ווי איך האב געהערט איז שמות שוין מער ווייניגער פארטיג צום דרוק, ס'פעלט אים נאר $$
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 8:02 am
דורך farshlufen
יוראפ, אינטערעסאנט אז איך האב גיהערט פונקט פארקערט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 04, 2012 9:13 am
דורך יוראפ
וועלכעס איז פארקערט?
שו"ת פנים מאירות
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 4:22 pm
דורך יוראפ
די תשובות ווערן איבערגעארעט דורך גאונים וגדולים ומפורסמים
ועל ראשם ווערט געשריבן הערליכע תולדות פונעם פנים מאירות זי"ע ובני משפחתו, דורך הרה"ג ר' יחיאל גולדהבר שליט"א
עס ווערט ארויסגעגעבן דורך א אייניקל (איך געדענק נישט די נאמען, איך מיין איינער אונגאר)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 4:27 pm
דורך farshlufen
יוראפ האט געשריבן:וועלכעס איז פארקערט?
אוצרות חתם סופר, ס'פארהאן גענוג נדבנים, עס איז אבער ווייט פון פארטיג.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 4:31 pm
דורך יוראפ
farshlufen האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:וועלכעס איז פארקערט?
אוצרות חתם סופר, ס'פארהאן גענוג נדבנים, עס איז אבער ווייט פון פארטיג.
דער איד האט נישט קיין פעני צו די נשמה, א איד וואס זיצט על התורה ועל העבודה אגאנצן טאג, אדרבה אז איר האט נדבנים שיקטס זיי צו אים.
ועל הראשון אז שמות איז שוין פארטיג, האב איך געהערט פון אים א שטיק צייט צוריק, אבער אז איר זאגט פארקערט, וועל איך עס פראבירן בל"נ נאכאמאל מברר צו זיין
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 4:38 pm
דורך יוראפ
אנה ה' לידי, האב איך פונקט יעצט אראפגעלייגט די טעלאפאן.
און עס איז ארויסגעקומען אז אלו ואלו דברי אמת, ער קען טרעפן נדבנים אויף א מדור אדער אויף צו דרוקן, אבער עס איז דא א געוואלד מיט חומר, און עס געהעריג מסדר צוז זיין אז עס זאל זיין ראוי לדפוס, דויערט א געוואלד מיט צייט, און ווען ער וואלט עפעס געמאכט כאטשיג אפאר דאלער דערצו וואלט עס אים געגעבן א שטערקערע שטופ צוצואיילן די ארבעט.