בלאט 10 פון 13

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 11:00 am
דורך יוראפ
חסד שבמלכות האט געשריבן:איך וויל וויסן אויף איינע פון די פאלגנדע ספרים, אויב איינער ווייסט אויב ס'איז דא איינער וואס ארבעט יעצט דערויף

עיר דוד

יא, ווי ער האלט ווייס איך נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 11:00 am
דורך משה הקטן
חסד שבמלכות האט געשריבן:איך וויל וויסן אויף איינע פון די פאלגנדע ספרים, אויב איינער ווייסט אויב ס'איז דא איינער וואס ארבעט יעצט דערויף

עיר דוד
לקט יוסף
שמע יעקב אלגאזי
שערי שמים
אהבת ה'
קולו של יעקב
ידו בכל

שמע יעקב אלגאזי איז דא איינער וואס גיבט זיך אפ מיט דעם, פרטים באישי

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 11:05 am
דורך מי יודע
לקט יוסף האב איך לעצטענס געהערט איינער ארבעט דערויף

==
גוט אז דו פרעגסט, דער צפנת פענח וואס איז נארוואס ערשינען viewtopic.php?p=860543#p860543, איז געווען נאך איינער וואס האט געהאלטן ממש פארן עס ארויסגעבן, וכמעט שלא נדפס ופרחה השני
און די זעלבע איז געווען מיט קדושת יו"ט וואס האט זוכה געווען צו דריי מהדורות אין איין יאר, ס'איז טאקע געווען פון דריי באזונדערע פראקציעס, אבער נישט יעדער האט געוואוסט פונעם צווייטן, ווען יא? ווייס איך נישט, אבער איך רעד פונעם מציאות

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 11:06 am
דורך ק.נ.א. וועטער
לקט יוסף אויך

---
מי יודע האקט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 11:07 am
דורך ק.נ.א. וועטער
מי יודע האט געשריבן:דער צפנת פענח וואס איז נארוואס ערשינען viewtopic.php?p=860543#p860543, איז געווען נאך איינער וואס האט געהאלטן ממש פארן עס ארויסגעבן, וכמעט שלא נדפס ופרחה השני

און ס'איז געווען א דריטער אויך (כך שמעתי).

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 12:53 pm
דורך פיטום
קומט ארויס עפעס א נייער ספר אין אידיש אויף מס' תענית, דאכט זיך מיר ס'הייסט "המקרא והמדרש"

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 4:02 pm
דורך כתר ישועה
נא_שכל האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:מהדורה חדשה עם הגהות מהמחבר שנמצא תחת ידי כעת
הרבה הגהות וקטעים חדשים=== יופיע קודם שבועות


נא ונא לא למהר להוציאם לאור, הרי כבר הופיעו בשנה שעברה שתי מהדורות חדשות, ועם כל זה עדיין הניחו מקום להוסיף בהם כמה דברים טכניים ביופי העימוד שיהיה לרווחת הלומדים.

דהיינו פיסוק מלא באמצע כל קטע. לעשות פארגארפים חדשים. להוסיף כותרות לפני כל הקטעים כשהוא עובר לענין חדש או אפילו כשהוא עובר באותו ענין לפרט אחר בההלכה. שהרי הספר הוא מועט המחזיק את המרובה, וכמעט אין דבר או ענין הנוגע למעשה שלא העיר, אלא שכל דבריו קצרים ומשולבים ואין העין תופסת אותם, ולדעתי יתרבו הלומדים עי"ז. אני כשלעצמי אוהב מאוד ללמוד בהספר ובפרט קודם כל יום טוב שהוא מביא המנהגים למעשה בקהילות שאנו שייכים. אמנם קשה מאוד מראש למצוא ענין מפני שאין כותרות לפניהם הסימנים או בתוך הסימנים.

ה' יעזרך שתוציא הספר לאור עולם בהצלחה מרובה.

נו, וואס טוט זיך ?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 10, 2014 7:22 pm
דורך ישלהוסיף
ישלהוסיף האט געשריבן:אויפן מכבש הדפוס שטייט גרייט ארויס צו קומען ספר רב הערך ומלא חומר בשם "מלכות שבמלכות", דאס איז כעין א אינצלופידיע איבער בית-רוזין, ובפרט איבער הונדרעט פרעזענטליכקייטן עד ימינו אלה וואס זענען מיוצ"ח פון דער גזע. דער ספר וועט זיין ווי אלבום מיט רייכע אין תמונות נדירות, און וועט פארמאגען איבער 600 עמודים, ווארשיינדליך וועט דאס זיין צובאקומען (אויב אלעס גייט ווי געפלאנט) י"ט כסלו יוד"ה של המגיד הקדוש ממעזריטש תשע"ג


שמעתי אז ס'האט זיך פארשלעפט, אבער עס האלט שוין נענטער ווי ווייטער.

*

ספר יחיד בדורו - תולדות הה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע, עומד לצאת לאור עולם בקרוב בעז"ה
(אור צפון, סיון תשע"ד, עמוד פה)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2014 12:06 am
דורך dovidal
dovidal האט געשריבן:דער אור אלטער ספר ווערט יעצט איבערגעדריקט פריש איבערגעזעצט ==ווער עס האט עפעס מערערע ידיעות איבערן מחבר ביטע שרייבן

דער מוציא לאור מאכט איבער דעם ספר עס וועט זיין דריי בענדער
ער בעט פון די חשובע לייענער ווער עס האט עפעס ידיעות איבער דעם מחבר שהיה רב ור"ם בבארדיטשוב ופולנאה ובראד - הגה"ק רבי אפרים זלמן מרגליות כותב עליו "קדוש מרחם"
בנו של המחבר הגאון רבי שלמה זלמן כותב על אבין שהיה נקרא בפי כל "רבי לייב שיינוש" זצלה"ה

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 5:57 pm
דורך יוראפ
אור לשמים
מהרה"ק מאפטא זי"ע

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 5:58 pm
דורך יוראפ
נר לצדיק
בראשית-חנוכה מכ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2014 9:45 am
דורך חסד שבמלכות
יוראפ האט געשריבן:נר לצדיק
בראשית-חנוכה מכ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א

געזען היינט אין ביהמ"ד אז ס'קומט ארויס פון אים ספר זוהר הבהיר חלק עשירי

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2014 1:42 am
דורך כתר ישועה
dovidal האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:וויאזוי וואקסט ארויס לעצטענס יעדן טאג פרישע חידושים פון אים בארבע כנפות הארץ?
און ר' דוד ביי אייער מהדורא גייט אויך זיין די חידושים שנתוספו באחרונה? אדער גייט מען זיך מוזן איינהאנדלען אלע מהדורות צוזאמען?

די זעלבער מוצא לאור הרב מארטאן נכד המחבר הדפיס לפני כמה חדשים "ליקוטי מהרי"ח" וכבר אזלו מן השוק ועכשיו "הוא" מוציא לאור מהדורה חדשה עם הגהות והערות אלו
אגב ווי נאך איז געווען חידושים פון אים לעצטינס?


היינט האט דער אנטיק סוחר קנאבלאך מפרסם געווען בזה הלשון
תגלית=== ספר ליקוטי מהרי"ח להגה"ק ישראל חיים פריעדמאן מראחוב עם הגהות הרבה מהמחבר בעצמו שכתב על הגליונות בכתב ידו= דברים נפלאים= וגם כתב 8 עמודים בכתב יד - במצב מצויין = גם היה שייך לבנו הגאון רבי שלמה זלמן זצ"ל

איז דאס די כתב יד פון וואס מען רעדט?

כן דברת היינו הך

נו, וואס טוט זיך ?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 6:01 pm
דורך יוראפ
האלט מען שוין אין די טעג ביי די אונטערשטע פאזעס צו גיין צום דרוק
דרשות פון באר יצחק מטאלטשווא - חדש מכת"י
יו"ל ע"י נכדו מוה"ר יהושע צבי יונגרייז אב"ד טאלטשאווא

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 6:07 pm
דורך יוסף שרייבער
עם תולדות?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 6:49 pm
דורך dovidal
כתר ישועה האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:וויאזוי וואקסט ארויס לעצטענס יעדן טאג פרישע חידושים פון אים בארבע כנפות הארץ?
און ר' דוד ביי אייער מהדורא גייט אויך זיין די חידושים שנתוספו באחרונה? אדער גייט מען זיך מוזן איינהאנדלען אלע מהדורות צוזאמען?

די זעלבער מוצא לאור הרב מארטאן נכד המחבר הדפיס לפני כמה חדשים "ליקוטי מהרי"ח" וכבר אזלו מן השוק ועכשיו "הוא" מוציא לאור מהדורה חדשה עם הגהות והערות אלו
אגב ווי נאך איז געווען חידושים פון אים לעצטינס?


היינט האט דער אנטיק סוחר קנאבלאך מפרסם געווען בזה הלשון
תגלית=== ספר ליקוטי מהרי"ח להגה"ק ישראל חיים פריעדמאן מראחוב עם הגהות הרבה מהמחבר בעצמו שכתב על הגליונות בכתב ידו= דברים נפלאים= וגם כתב 8 עמודים בכתב יד - במצב מצויין = גם היה שייך לבנו הגאון רבי שלמה זלמן זצ"ל

איז דאס די כתב יד פון וואס מען רעדט?

כן דברת היינו הך

נו, וואס טוט זיך ?

מען האט עס שוין געטיילט ביי די חתונה פון ראזענפעלד אין בארא פארק און ביי פערלמאן אין לאנדאן שהם נכדיו ובקרב הימים יהיה אצל הספרים געשעפטן

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 29, 2014 11:05 pm
דורך חסידישער יוד
זוה"ק עוז והדר עם ביאור.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 2:44 am
דורך msp
געוואלד! גארנישט לאזען זיי אפ!

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:14 pm
דורך dovidal
יוראפ האט געשריבן:אור לשמים
מהרה"ק מאפטא זי"ע

פלא שעדיין לא מצאו את מקום קברו ולא עשו בכלל שום דבר בכל הבית החיים שם

חמשה כרכים עם פירושים על אבות דרבי נתן

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:17 pm
דורך dovidal
המוציא לאור מחפש עוד כתבי יד מכל הגדולים שכתבו הערות על ספר "אבות דרבי נתן"
מי שיודע איזהו כתבים נא לפנות אלי

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 1:22 pm
דורך הרבטייטעלבוים
שכח פארן אויףברענגען דעם אשכול.
ואחזור בקשתי פה.
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:טייערע חברים
היות ווי דער ספר מילי דמיטב (וואס איז געבליבען) פון הרה"ק ר' משה יוסף גייט שוין צום דרוק בס"ד (ר"ח אלול אי"ה)

ע"כ וויל איך בעטען די טייערע חברים דא אויב איינער ווייסט א דבר תורה א עובדא וואס איז געדרוקט און א ספר אדער ער האט בקבלה, אדער תולדות וכדומה פון ר' משה יוסף אל ימנע, און זאל נישט זיין כובש נביאתו, נאר זיין א מזכה את הרבים

עס אי מעגליך צו שיקען און אישי און ברצו"ה וועט דאס אריין אונעם ספר.
י
ישר כחכם, וחילכם לאורייתא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2014 6:13 pm
דורך שאץ מאץ
אינעם נייעם ספר פון הרב גינצלער יצב אברהם איז דא תורות פון ר' משה יוסף, כמדומה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2014 12:18 pm
דורך dovidal
שאץ מאץ האט געשריבן:אינעם נייעם ספר פון הרב גינצלער יצב אברהם איז דא תורות פון ר' משה יוסף, כמדומה

פון וועלכען גינצלער?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 07, 2014 4:08 pm
דורך א טענצל!
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:שכח פארן אויףברענגען דעם אשכול.
ואחזור בקשתי פה.
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:טייערע חברים
היות ווי דער ספר מילי דמיטב (וואס איז געבליבען) פון הרה"ק ר' משה יוסף גייט שוין צום דרוק בס"ד (ר"ח אלול אי"ה)

ע"כ וויל איך בעטען די טייערע חברים דא אויב איינער ווייסט א דבר תורה א עובדא וואס איז געדרוקט און א ספר אדער ער האט בקבלה, אדער תולדות וכדומה פון ר' משה יוסף אל ימנע, און זאל נישט זיין כובש נביאתו, נאר זיין א מזכה את הרבים

עס אי מעגליך צו שיקען און אישי און ברצו"ה וועט דאס אריין אונעם ספר.
י
ישר כחכם, וחילכם לאורייתא

פונקט נעכטן האמיר געזען אין בנין אברהם מכתבים (כ'מיין י"ב) איבער די ספר פון רבי משה יוסף ז"ל. לויט ווי כ'פארשטיי פון זיינע ווערטער איז דא א כת"י גרייט צום דרוק, אבער אחד בני המשפחה האלט אז מ'דארף צולייגן הגהות וכדו'.
ומעולם תמהתי הלא מדובר ממשפחה גדולה ורחבה, וביניהם הרבה עם כשרונות, מה הפי' שהספר עדיין לא ראה אור העולם?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2014 8:56 am
דורך הרבטייטעלבוים
לפי ידיעתי ליגט עס שוין ביים דריקער