בלאט 5 פון 13

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 10:53 am
דורך יוראפ
אה געוואלדיג, מיר אלע ווארטן שוין לאנג דערויף

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 11:39 am
דורך פארדינט
געוואלדיג!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 11:40 am
דורך שנאפס
יוראפ האט געשריבן:אה געוואלדיג, מיר אלע ווארטן שוין לאנג דערויף

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 11:47 am
דורך יגרסהדותא
גאר גוטע נייעס פאר מיינע קינדערלעך שיחי'!

די לאנגע ווינטערדיגע פרייטאג צונאכטס הייבט מיר אן קורץ צו ווערן!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 12:40 pm
דורך תרנגול
הפלא ופלא! יישר כח הרב גראדער! מיינע קינדער וועלן זיך מחי' זיין...
(א קליינע שאלה אויפן דעקל: פארוואס איז די ווארט "מעשי" גרעסער ווי די ווארט "בראשית"?)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 2:17 pm
דורך גראדער
תרנגול האט געשריבן:הפלא ופלא!
(א קליינע שאלה אויפן דעקל: פארוואס איז די ווארט "מעשי" גרעסער ווי די ווארט "בראשית"?)


אזוי האט דער דיזיינער באשלאסן, היות דער קומענדיגער ספר אויף די צווייטע חלק פון סדר בראשית וועט הייסן מעשי אבות, און דערנאך אויף אנהייב שמות מן הסתם מעשי ניסים, און אויף פורים מעשי תקפו וגבורתו און אויף חנוכה וכו'...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 13, 2012 2:18 pm
דורך למעלה משבעים
וואוי, דאס איז גוט, עמער לויפן און קויפן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 3:51 pm
דורך ישלהוסיף
ספר רועה אבן ישראל
תורת ועובדות מהרה"ק מרוזין וצאצאיו אשר נאמרו בפיהם ומפי כתבם של רבי אליעזר זוסיא פוטראגאל מסקלוען ולהבחל"ח בנו האדמו"ר שליט"א

דער ספר וועט אויך פארמאגען ציווישען אנדערע:
א) א מדור "אגרות קודש" וואס אדמור"י רוזין האבען געשיקט צו די סקולעני רביים, איבער פופציג אזעלעכע בריעוון.
ב) אזוי אויך א מדור "רשימת פאשקאן" דאס זענען מכתי"ק פון דער סקולעני רבי שליט"א די תורות פון הרמי"ל מפאשקאן וואס ער האט פארצייכענט במשך השנים תש"ו-תש"ז
ג) מדור איבער די געוואלדיגע התקשרות פון די סקולעני רביים צו דער רוזין'ער הויף.

דער וואס קען בייהילפיג זיין קען אפשיקען א פקס צו: 03-674-1684 אדער 050-41-26253

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 11, 2012 4:12 pm
דורך יוסף שרייבער
סאונדס זייער אינטרעסאנט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 12, 2012 8:18 am
דורך טהור-עיניים
"בקרוב גייט אויסקומען:

ספר דעת שלמה

אויף סוגיות הש"ס, און עטליכע מכתבים און דרשות פון הרה"ג ר' שלמה זלמן בייטום זצ"ל אב"ד מילדוי, א תלמיד פון הגה"ק ר' יהודה אסאד זצוק"ל און פון כתב סופר זצוק"ל, ער איז געווען אן איידעם ביי הרה"ג ר' משה הערצפעלד זצ"ל אב"ד סילאש, א תלמיד פון חתם סופר און איידעם פון הגה"ק ר' דניאל פרוסטיץ זצ"ל ראב"ד פרעשבורג. (צום באמערקן, עס זענען געווען צוויי תלמידים פון חתם סופר מיט דעם נאמען משה הערצפעלד, איינער איז געווען אב"ד סילאש און דער אנדערער האט מחבר געווען א ספר דברי משה, מיר רעדן פון דעם ערשטן)."

דער ספר איז איינמאל געדרוקט געווארן, הארט פארן קריג, און איז קיינמאל נישט געהעריג פארשפרייט געווארן, יעצט האט אן אייניקל זיך אריינגעלייגט דערין און עס אינגאנצן איבערגעארבעט און עס איז שוין כמעט גרייט צום דרוק. דער מוציא לאור וויל אויך באשרייבן די תולדות פון דעם גרויסן מחבר און פון זיין שווער, דעריבער בעט ער אז ווער עס האט סיי וועלכע אינפארמאציע בנוגע די גאונים זאל זיך ביטע מעלדן.

מען קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי, און איך וועל אים צואוויסן טוהן, און ער וועט זיך מיט אייך פארבונדן.

יישר כח למפרע בשמו ובשם המשפחה.

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2012 9:56 pm
דורך יוסף שרייבער
איך האב לעצטענס געזעהן ביי א אייניקעל א ספר מיט א חתימה פון ר' ליב הערצפעלד-אשכנזי אביו של ר' משה עם כת"י וחתימת ר' משה הערצפעלד און דערנאך כת"י וחתימת חתנו ר' אברהם צבי קליין מ"מ ברבנות סילאש-באלהאש. איך קלער עס וואלט געווען אינטרעסאנט אריינצושטעלען.

ביזדערווייל געבט א קוק וואס איך האב געשטעלט דא.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 14, 2012 2:24 am
דורך טהור-עיניים
א גרויסן יישר כח ר' יוסף, עס איז טאקע זייער אינטערעסאנט, מיר וועלן דאס איבערגעבן פאר די ארויסגעבער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 17, 2012 12:38 pm
דורך ישלהוסיף
קרית מלך רב - איבער די היסטורי' פון 'קרית יואל', בעצם איז דאס ווי א המשך צום ספר 'רצון צדיק' וואס ר' לייביש לעפקאוויטש האט ארויס געגעבען אין געשריבען דורך ר' שלמה יעקב געלבמאן.

דער קרית מלך רב פארלייגט זיך מער איבער דער שטאט מאז פטירתו פונעם דברי יואל ז"ל ובעיקר בימי ה'ברך משה ז"ל ועד הלום, אבער זיי לייגען צו אסאך נייער אינפראמאציע אין דאקומענטען איבער אירע ערשטע יארען אויך.

דער ספר (צוויי בענדער) וועט געשריבען דורך די מו"ל פון 'משה היה רועה'.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 21, 2012 7:19 pm
דורך ישלהוסיף
דאס האלט שוין נענטער ווי ווייטער
viewtopic.php?f=54&t=10348

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 6:03 am
דורך msp
רועה ישראל חלק ב' איבער הגאון האדיר ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 1:36 pm
דורך סיגוט
ישלהוסיף האט געשריבן:דאס האלט שוין נענטער ווי ווייטער
viewtopic.php?f=54&t=10348

פון וואו נעמט איר דאס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 23, 2012 1:47 pm
דורך שמן למאור
ישלהוסיף האט געשריבן:קרית מלך רב - איבער די היסטורי' פון 'קרית יואל', בעצם איז דאס ווי א המשך צום ספר 'רצון צדיק' וואס ר' לייביש לעפקאוויטש האט ארויס געגעבען אין געשריבען דורך ר' שלמה יעקב געלבמאן.

דער קרית מלך רב פארלייגט זיך מער איבער דער שטאט מאז פטירתו פונעם דברי יואל ז"ל ובעיקר בימי ה'ברך משה ז"ל ועד הלום, אבער זיי לייגען צו אסאך נייער אינפראמאציע אין דאקומענטען איבער אירע ערשטע יארען אויך.

דער ספר (צוויי בענדער) וועט געשריבען דורך די מו"ל פון 'משה היה רועה'.


ווען קומט עס ארויס ?

איך האב שוין געזעהן דעם ספר אין בויגן'ס פאר בערך 10 יאהר צוריק, איז עס שוין ארויסגעקומען לאור עולם ?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2012 1:53 pm
דורך ישלהוסיף
אגרת קודש - לבית טשערנוביל
קבוצת אגרות הסכמות ומסמכים הקשורים לתולדות בית טשערנאביל על כל ענפיה

פאר א סעמפל האט מכון 'משכנות יעקב - סקווירא' געדריקט א 'ילקוט אגרות קודש - אוסף מכתבים והסכמות יקרי ערך פון רבי דוד ברבי יצחק טווערסקי מסקווירא בן רבי מרדכי מטשערנאביל זצ"ל, (המכיל כ"ט מכתבים והסכמות)

און יענעם קונטרס שרייבען זיי אזוי:
"אוסף נכבד זה הוא חלק קטן ממשימה גדולה וכבדה שנטלנו על עצמנו לאסוף ולערוך אגרות קודש מכלל צדיקי בית טשערנוביל על כל ענפיה, אשר המה למאות ולאלפים..."

"כבר הצלחנו לאסוף אוצר רב מאגרות קודש אלו למאות ואלפים, ועוסקים אנחנו כעת בפיענוחם סידורם והכנתם לדפוס. כמו כן משקיעים אנו עבודה רבה לערוך מבואות על כל הנושאים המוזכרים בגוף המכתבים..."

אין דעם קונטרס בעטען זיי אויב איינער האט אדער אויב איהר ווי ווייסט צו איינער האט עפעס א בריעו וכיוצ"ב ביטע אריין שיקען צו דער מכון משכנות יעקב.

מכון משכנות יעקב

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2012 12:30 pm
דורך נחוניא
ישלהוסיף האט געשריבן:אגרת קודש - לבית טשערנוביל
קבוצת אגרות הסכמות ומסמכים הקשורים לתולדות בית טשערנאביל על כל ענפיה

פאר א סעמפל האט מכון 'משכנות יעקב - סקווירא' געדריקט א 'ילקוט אגרות קודש - אוסף מכתבים והסכמות יקרי ערך פון רבי דוד ברבי יצחק טווערסקי מסקווירא בן רבי מרדכי מטשערנאביל זצ"ל, (המכיל כ"ט מכתבים והסכמות)

און יענעם קונטרס שרייבען זיי אזוי:
"אוסף נכבד זה הוא חלק קטן ממשימה גדולה וכבדה שנטלנו על עצמנו לאסוף ולערוך אגרות קודש מכלל צדיקי בית טשערנוביל על כל ענפיה, אשר המה למאות ולאלפים..."

"כבר הצלחנו לאסוף אוצר רב מאגרות קודש אלו למאות ואלפים, ועוסקים אנחנו כעת בפיענוחם סידורם והכנתם לדפוס. כמו כן משקיעים אנו עבודה רבה לערוך מבואות על כל הנושאים המוזכרים בגוף המכתבים..."

אין דעם קונטרס בעטען זיי אויב איינער האט אדער אויב איהר ווי ווייסט צו איינער האט עפעס א בריעו וכיוצ"ב ביטע אריין שיקען צו דער מכון משכנות יעקב.

מכון משכנות יעקב
tel 845-362-1802
fax 845-362-4658
3621802gmail.com

לוח 'דרכי יום ביומו' מונקאטש

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2012 2:25 pm
דורך הוצאת.אמת
ועל ארבעה ....

בימים אלו נכנס לדפוס לוח דרכי יום ביומו מונקאטש לחדשי כסלו טבת
הליכות והלכות וזמני היום ערוך ומסודר לכל יום ויום על סדר מעגל השנה
על פי מנהגי מונקאטש
עם מדור 'הליכות היום', מדור 'דברי הימים', מדור 'צידה לדרך', ועוד


מופיע לעת עתה מדי חדש בחדשו [או חדשיים]

וכעת לכמה דוגמאות

המשך

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2012 2:26 pm
דורך הוצאת.אמת
המשך דוגמאות להנ"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 6:28 am
דורך msp
אינטערעסאנט!

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2012 11:23 am
דורך ישלהוסיף
חלקת אפרים - על התורה, להרב אפרים ראזען דומ"ץ טארטיקוב, הספר מכיל ביאורים, הלכה, ועוד

אנדערע ספרים וואס דער טארטיקוב'ע כולל האט ארויס געגעבען:
שיח זקנים - סיפורים ועובדות איש מפי איש עד המקור או העד נוכח
הרב סאמועל - אויף דעת רביה"ד מסאטמאר על העירוב במנהטן, ווילימסבורג, וכו'
אהרן פריעדמאן - על עניני שלום בית
ישעיהו לייב וואקסמאן - על עניני רפואה
קרויס - על עניני מקואות

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2012 12:06 pm
דורך msp
ער האט אויך ארויסגעגעבען הליכות שנה ב' חלקים

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 12, 2012 12:26 pm
דורך והוא פלאי
גם חיבר והו"ל ספר נר נחמן עה"ת