בלאט 1 פון 1

ספרים לסדר וקורות הדורות

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 4:12 pm
דורך מבקש
איך זוך א גוט און גרינג ספר פאר ידיעות איבער סדר הדורות - ווצב"ש "שנות דור ודור" פון הר"ר דוד שפוטץ
למעשה איז דער "שנות דור ודור" לייכט און גרינג אויסעגשטעלט פאר קינדער, די חסרון איז אבער אז ער איז זייער טרוקן און ווייניג לגבי די עיקר וואס איך זוך און דאס איז איבער די גאונים וצדיקים פון די לעצטע צוויי דריי יאר הונדערט
פאר די פריערדיגע איז ער גאנץ בחסד, אבער איך זוך בעיקר פאר תלמידי בעשטה"ק זי"ע און תלמידי החת"ס זי"ע, אדער פון תלמידי הגר"א זי"ע אא"וו, דארטן פעלט זייער אסאך
למשל ווען ער רעדט פון שושלת בית צאנז, רעכנט ער די קינדער אבער נישט די איידעמער, ווי אויך זאגט ער נישט ווי דער זון איז געווען אן איידעם, טא פון ווי זאל איך וויסן אז דער גארליצער רב זי"ע איז געווען אן איידעם ביים ייטב לב זי"ע אא"וו. ועוד הרבה הרבה וואס דארטן שטייט נישט גוט.
בקיצור ווער עס קען מיר ארויסברענעגן אויפן פאפיר א גוטער ספר (נישט אזוי טייער ווי אלפסי'ס בענדער) וואלט איך גאר שטארק מכיר טובה געווען

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 4:16 pm
דורך יוסף שרייבער
אלעס אין איינעם איז נישטא ביי קיינעם.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 7:10 pm
דורך הרבטייטעלבוים
ר' יוסף נישט פון אייך בין איך געווארגעווארען איבער מאורי

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 7:31 pm
דורך מבקש
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:ר' יוסף נישט פון אייך בין איך געווארגעווארען איבער מאורי

וואס איז דאס "מאורי"?
און לגבי ר' יוסף'ס תגובה - זאל נישט זיין אלעס אינאיינעם אבער עפעס מער און קלארער ווי שנות דור ודור זאגט מיר פארט, איך דארף עפעס קלארער ווי פשוט די זון און דריי איינקילעך אא"וו

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 7:38 pm
דורך ירוחם
מבקש האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:ר' יוסף נישט פון אייך בין איך געווארגעווארען איבער מאורי

וואס איז דאס "מאורי"?
און לגבי ר' יוסף'ס תגובה - זאל נישט זיין אלעס אינאיינעם אבער עפעס מער און קלארער ווי שנות דור ודור זאגט מיר פארט, איך דארף עפעס קלארער ווי פשוט די זון און דריי איינקילעך אא"וו

ס'לוינט זיך צו אינוועסטירן אין אלפסי'ס אנציקלופדיה לחסידות - אישים ג"כ.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 10:17 pm
דורך הרבטייטעלבוים
מאורי גאליציע

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 10:18 pm
דורך הרבטייטעלבוים
אפשר דארף מען מער מזביר זיין איבער צו וועלכע צוועקק מען זיכט דעם ספר
כמיין אז עס כאפט א נק"מ

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 5:04 am
דורך איטשע
אויב ווילסטו דיך איינקויפן ידיעות, מוזטן שוויצען דערויף, ליינען סדר הדורות, קורא הדורות, ספר יוחסין, שם הגדולים וכדומ' נאכאמאל און נאכאמאל (יעדעס מאל טרעפט מען חידושים).
אויב ווילסטו חזר'ן דיינע ידיעות, איז גוט א שנות דור ודור.

מען קען זיך נישט איינקויפן ידיעות מיט'ן שנות דור ודור, עס גייט נישט אריין אין קאפ אזויפיל ידיעות אויפאיינמאל, חוץ אויב די ביסט א דזישניעס, וואס דעמאלטס איז שנות דור ודור גוט פאר דיר.
כנלענ"ד (אפשר האב איך א שוואכע קאפ?).

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 5:36 am
דורך שטארק זיך
קורות הדורות פון הרב פעדער ע״ה, דריי בענדער,
הפלא

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:07 am
דורך מבקש
איטשע האט געשריבן:אויב ווילסטו דיך איינקויפן ידיעות, מוזטן שוויצען דערויף, ליינען סדר הדורות, קורא הדורות, ספר יוחסין, שם הגדולים וכדומ' נאכאמאל און נאכאמאל (יעדעס מאל טרעפט מען חידושים).
אויב ווילסטו חזר'ן דיינע ידיעות, איז גוט א שנות דור ודור.

מען קען זיך נישט איינקויפן ידיעות מיט'ן שנות דור ודור, עס גייט נישט אריין אין קאפ אזויפיל ידיעות אויפאיינמאל, חוץ אויב די ביסט א דזישניעס, וואס דעמאלטס איז שנות דור ודור גוט פאר דיר.
כנלענ"ד (אפשר האב איך א שוואכע קאפ?).


אקעי לאמיר רעדן תכלית!
איך ווייס אביסל וואס טוט זיך, און איך זוך זיך נישט אויסצולערנען פאר מיר, ווייל איך האב ב"ה היפש אדורכגעשפרייזט אין מיינע ימי ילדות ובחרות איבער די ענינים, און אגב ברויך מען נישט זיין קיין אזא גרויסע זשיניעס מען ברויך האבן א נארמאלער גוטער קאפ, און מען דארף האבן א געפיל דערצו און א אינטערעסע.
בכל אופן דער מדובר איז יעצט איך זוך צו קויפן פאר א קינד וואס איך וויל ער זאל באקומען עפעס ידיעות, איז אזוי: דער "שנות דור ודור" האב איך טאקע אסאך געפילעוועט אלץ קינד דערויף (נאך פונעם ערשטער דרוק פאר נאענט צו דרייסיג יאר צוריק) איז אבער פארט ווען איך קוק היינט דערויף, זע איך אז צו קענען גיין ווייטער מוז מען האבן א גאר שטארקע אינטערעסע דערצו, און דערווייל האלט נאך דאס קינד פאר דעם, און לויט ווי איך פארשטיי איז דא היינט נאך גוטע ספרים (וואס איך האב נישט געהאט אלץ קינד) --- אלפסי'ס בענדער קאסט יעדע איינס פון זיי א "פארטשען" וואס איך זע נאך דערווייל נישט פאר וויכטיג אריינצוטאנצן דערין, בעפאר איך זע די פולקאמע אינטערעסע פונעם קינד, "מאורי גאליציע" איז זייער גוט אבער דאס זעלבע דאס איז אסאך געלט און בענדער, ----- און עולה על כולנה צד השוה האבן די בענדער פון אלפסי און מא"ג נישט די איננפארמאציע פון תלמידי חת"ס (נישט פון גאליציע וכו') וכו'
סוף פסוק:
אויב האט איר עפעס פארצושלאגן א גוט ספר פאר א קינד ביטע זאגט מיר, אויב עס איז נישטא בעסער ווי "שנות דור ודור" זייט מיר מודיע ואתחיל בזה.

א גרויסע יש"כ פאר אלע וועלכע נעמען זיך די מיה צו ענטפערן

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:20 pm
דורך מבקש
נו רבותי! איך זע דאך אסאך מבינים און יודעי חן אויפן קאלום, האט נישט קיינער עפעס א קלארער ענטפער פאר מיר? ביטע איך ווארט צו הערן פון אייך
יש"כ ותזכו למצוות

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 8:33 pm
דורך טייבעלע
וואס איז מיט די דריי בענדער גדולי הדורות פון יחיאל מיכל שטרן
אדער חכמי ישראל פון דוד הלחמי

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:40 pm
דורך אננעמער
פראביר "אייוועלט" - ס'איז בחנם

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:08 am
דורך מיללער
אננעמער האט געשריבן:פראביר "אייוועלט" - ס'איז בחנם


וזה לך האות:
viewtopic.php?f=23&t=2448

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:23 am
דורך מבקש
טייבעלע האט געשריבן:וואס איז מיט די דריי בענדער גדולי הדורות פון יחיאל מיכל שטרן
אדער חכמי ישראל פון דוד הלחמי

חכמי ישראל לכאורה איז גוט - אבער עס גייט נישט מיט קיין סדר אזוי ווי שנות דור ודור
גדולי הדורות האט פון תלמידי בעש"ט אויך?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:24 am
דורך מבקש
מיללער האט געשריבן:
אננעמער האט געשריבן:פראביר "אייוועלט" - ס'איז בחנם


וזה לך האות:
viewtopic.php?f=23&t=2448


טאקע געוואלדיג!
אבער דו פארשטייסט אז מיר גייען נישט אראפזעצן תינוקות של בית רבן אויף די כלי חס ושלום, און ארויספרינטן די אלע בענדער איז פאלג מיר א ...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:29 am
דורך מיללער
ווייס מיר שוין אז דו ברויכסט עס פאר תשב"ר, נעקסט טיים זאג אז דו זוכסט א ספר איבער קורות הדורות 'פאר תשב"ר' קען זיין אז די תירוצים ווען זיין מער קולע אל השערה

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:41 am
דורך טייבעלע
מבקש האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:וואס איז מיט די דריי בענדער גדולי הדורות פון יחיאל מיכל שטרן
אדער חכמי ישראל פון דוד הלחמי

חכמי ישראל לכאורה איז גוט - אבער עס גייט נישט מיט קיין סדר אזוי ווי שנות דור ודור
גדולי הדורות האט פון תלמידי בעש"ט אויך?

גדולי הדורות האט אלע גדולים מהבעלי תוס' עד דורנו עתה, אשכנזישע, חסידישע, ספרדישע.

חכמי ישראל גייט לויט די סדר הדורות, און לידתם ופטירתם.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:46 am
דורך טייבעלע
מיללער האט געשריבן:ווייס מיר שוין אז דו ברויכסט עס פאר תשב"ר, נעקסט טיים זאג אז דו זוכסט א ספר איבער קורות הדורות 'פאר תשב"ר' קען זיין אז די תירוצים ווען זיין מער קולע אל השערה

דאכט זיך מיר אז ער האט דאס שוין דערמאנט אינעם ערשטען תגובה זיינער,
און דערנאך אין א צווייטע תגובה מער בפרטיות דאס ארויסגעשריבן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 10:29 am
דורך מיללער
גערעכט, ועמו הסליחה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:11 am
דורך msp
איך ליין לעצטענס ~בעלי התוספות~ פון אורבאך
וואס זאגען די מבינים?
ער איז געוויס אנ'אטאריטעט