בלאט 4 פון 4
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 11:14 am
דורך יאסל
ני ני נאך אלע קאמפלימענטען וואס ס'גיסט זיך דא, איז מיר אינטער געקומען דעם שבת אין די האנט דער החומה פון דעם חודש, וווי ער רייסט געפערליך אונטער דעם בוך אז ווי כאולי נאר מיט באבע מעשיות קען מען פארשטיין די ניסים פון יציאת מצרים, ער רופט עס אן נאך א דרגה זיך געקייקעלט אין ענין פון ביכער, ווי מאיז שוין לדעתו גענוג בשפל המצב.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 11:15 am
דורך שמערי בערי
שוין, מה נעשה, שוין יא א ביך מיט אביסעלע תוכן, גוט, וועל מיר נאר ליינען די כוימע
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 11:16 am
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:ני ני נאך אלע קאמפלימענטען וואס ס'גיסט זיך דא, איז מיר אינטער געקומען דעם שבת אין די האנט דער החומה פון דעם חודש, וווי ער רייסט געפערליך אונטער דעם בוך אז ווי כאולי נאר מיט באבע מעשיות קען מען פארשטיין די ניסים פון יציאת מצרים, ער רופט עס אן נאך א דרגה זיך געקייקעלט אין ענין פון ביכער, ווי מאיז שוין לדעתו גענוג בשפל המצב.
און וואס האלטסטו? איז ער גערעכט אדער נישט?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 12:13 pm
דורך מאשקע
נעבעך, עס וועלן אייביג זיין מענטשן מיט קריטיק אויף יעדע זאך. דער בוך האט געהאלפן הונדערטער אידן מקיים זיין דעם פליכט פון "חייב אדם לראות 'את עצמו' כאילו הוא יצא ממצרים.
מר. חומה, א זאך וואס האט פאסירט מיט איבער 3,000 יאר צוריק איז שווער זיך פארצושטעלן אין געדאנק ווען מ'לעבט עס נישט מיט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 12:17 pm
דורך שמערי בערי
הונדערט פראצענט, און איך זאג אייך צו אז בשעת'ן ליינען דעם בוך איז מיר ממש געקומען טרערן אין די אויגן,
וויפיל זאכן עס איז מיר דאן קלארער געווארן!
איין ביישפיל וואס איך האב דורכדעם פארשטאנען:
איך האב מיר כל ימי געוואונדערט אויף די ווערטער פון רש"י הק' אז עס זענען געווען אידן וואס האבן נישט געוואלט ארויס גיין פון מצרים.
וויאזוי קען דאס זיין?, נאכן ליידן אזויפיל יאר האבן זיי נאך געוואלט בלייבן?.
אבער נאכן ליינען דעם בוך איז מיר דאס געווען אזוי קלאר, אז עס האט ממש געשיינט אין די אויגן די פשט אין די ווערטער, (אדרבה, אויב האט איר עס נאכנישט געליינט, ליינט עס! אדער אפילו אויב יא ליינט עס איבער, און איר וועט אי"ה פארשטיין וואס איך מיין!)
וכהנה וכהנה
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 12:25 pm
דורך שמערי בערי
שוועמל האט געשריבן:גראדע האב איך אויך אביסל טענות אויף אים פארוואס ער האט גענצליך איגנארירט די לידת משה מיט די וואונדער ביים טייך מיט בתיה, עס וואלט קלאר צוגעגעבן נאך א קאלירפולער קאפיטל .
ער שרייבט אין אנהייב אז ער האט בכוונה נישט געשריבן פרטים איבער משה ואהרן, (ווארשיינליך נישט זיך פארטשעפענען ח"ו מיט אזאלכע גרויסע לייט)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 12:50 pm
דורך איזאק
שוין (איך בין גערעגט !!) איינער האט שוין געטראפן אויף וואס צו האקן !!
בשעת עס קומט ארויס יעדן טאג אלע מיני ביכער וואס שמעקט קוים פון אידישקייט, ענדליך קומט ארויס א ריינע ערליכע בוך וואס איז פשוט ריין חומש מיט מפרשים נאר סיז אריינגעדרייט אין א מעשה, האקט מען דערויף...
YOU GOT TO BE KIDDING ME
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 12:54 pm
דורך צייטליך
אה איזאק. גוט מארגן אמעריקע!
אבער רעגט דיך נישט, וועסט נישט אויפהערן...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 1:00 pm
דורך איזאק
אמאל אמאל מוז מען זיך רעגן צייטליך.
איך בעט יעדן איינעם וואס האט עס נאכנישט געקויפט, עס איז ווערט יעדע פעני !!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 4:00 pm
דורך שמערי בערי
און יעדער ווער עס האט זיך נאכנישט גערעגט, עס איז ווערד יעדע פעני (פרעגט נאר איזאק)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 4:24 pm
דורך מאשקע
איך למשל בין געוואויר געווארן אז רוב אידן (אויסער פון שבט לוי) האבן עמטליך זיך פארלאזט אויף די געטער און ניטאמאל געוואוסט פון זייער אפשטאם!
און אז פרעה זעלבסט האט נישט געליטן פון מכת דם! (דעם טעם ווייס איך נישט)
און נאך אסאך אסאך ידיעות.
אבער דער שפיץ איז, אז ער מאכט דיך שפירן כאילו דו ביזט דארט - א זאך וואס דו וואלטסט נישט געקענט דערגרייכן אפילו מיט 100 מדרשים - און דאס איז ריכטיג "לראות את עצמו". פינטל. זאלן אלע קריטיקירער פארן קיין אינדאנעזיע און שיילן קארטאפל!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 15, 2009 1:25 pm
דורך שמערי בערי
יגר האט אהער געלינקט, עס איז עניניא דיומא, איז כדאי עס ארויף צו ברענגען.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 18, 2009 9:59 am
דורך קרעפטיג
געלייענט דעם בוך צום צענטן מאל, נישטא נאך אזא בוך אין די גאנצע וועלט, און איך האב שוין אויסגעליינט א וועלט, מיין קינד פון צען יאר האט זיך מיר אויסגעדרוקט דעם שבת אז ער האט געשפירט ביים לייענן ווי ער איז אין מצרים, די בוך איז נישט צום באשרייבן, מ'מוז דאס אליינס ליינען צו פארשטיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 11:28 am
דורך יגרסהדותא
מאשקע האט געשריבן:איך למשל בין געוואויר געווארן ...
..און אז פרעה זעלבסט האט נישט געליטן פון מכת דם! (דעם טעם ווייס איך נישט)
הרב ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א האט היינט געזאגט (אין מיין קאר..): דער משך חכמה זאגט א געוואלדיגן חידוש, דער משך חכמה זאגט אסאך מאל זאכן אן קיינעם נישט פרעגן, ער אליין זאגט דעם חידוש, [אז] ביי פרעה'ן אין שטוב איז דער וואסער נישט געווארן קיין דם, ביי אים אין שאווער, ביי זיין טשייניק וואס ער האט געדארפט פאר זיין פרישטאג, ביי זיינע קראנען איז נישט געווארן קיין דם.
איר האט א קשיא ויפן פרעה [ולא שת לבו גם לזאת?, זעהט מען דאך אז ער האט לכאורה יא געליטן נאר ער האט עס איגנארירט] אוודאי, ער איז דאך געווען א פיינע פרעזידענט האט ער זיך ארומגעדרייט אינעם גאנצן לאנד מ'מאכט דאך מיט אזא שווערע זאך גייט ער אביסל מיטליידן מיטן עולם, אבער ער קומט אהיים צו זיך, ברוך השם ביי אים אינדערהיים איז דא וואסער לרוב, ביי אים ווערט עס נישט קיין בלוט, איז "ולא שת לבו גם לזאת", עס אינטערעסירט אים אינגאנצן נישט וואס דער עולם מאכט מיט.
אבער פארוואס טאקע, פארוואס טאקע ביי אים אין שטוב איז נישט געווארן קיין דם?
זאגט ער [דער משך חכמה] אז משה רבינו איז דאך אויפגעוואקסן ביי פרעה, ווילאנג? ביז 13 יאר, נו האט ער דאך דארט געגעסן און געטרינקן, איז מען דאך שולדיג אן הכרת הטוב פאר פרעה, דארף מען דאך אים צו באצאלן, אז די תורה זאגט "לא תתעב מצרי כי גר היית בארצו" אז משה רבינו האט דארט געוואוינט אסאך יארן איז ער דאך אוודאי מחוייב צו באצאלן. נו, קריגן וואסער אין מצרים האט דאך געקאסט אסאך געלט, דא האט פרעה זיך געשפארט די אלע געלטער ווייל ער האט דאך געהאט וואסער, דאס איז געווען זיין באצאלונג פארן האלטן משה רבינו. עכ"ד פונעם משך חכמה.
איך האב מיך אלעמאל געוואונדערט - פירט ר' ישראל דוד אויס - פון ווי דער משך חכמה נעמט דאס. דא האט מיר א יוד געקויפט א חומש תורת שלמה וואס ברענגט צו אלע מדרשים, ברענגט ער דארט א "מדרש הגדול" וואס זאגט עס קלאר, אז פרעה האט נישט געליטן פון די מכה, און ער ענדיגט צו: ולמה כן, מפני ג' דברים, א' שמא יחזור למוטב, ב' שהאריך לו הקב"ה לפי שגדל משה בביתו, ג' כדאי שיתגדל בעיני המצרים, ובאחרונה הוא לוקה [בבחי' המצר לישראל נעשה ראש].
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 11:39 am
דורך סאכדעס
טענקיו מיסטער יגר סהדותא, עס איז א ריזן ווארט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2009 12:23 pm
דורך קרעמער
יישר כח יגר'ל.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 08, 2011 11:57 pm
דורך געלינקטער
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 09, 2011 1:11 am
דורך leiby
אינטערסאנט זיי לינקן אהער צו דעם אשכול, קען זיין די האסט דארט אויך געלייגט די לינק.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 07, 2011 10:31 pm
דורך פארשריבן
נארוואס איבערגעלעזט - צום וויפלטן מאל. אבער אין ליכט פון די לעצטיגע גשעענישן אין מצרים\עגיפטן, טראגט עס גאר אן אנדערן באדייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 1:58 pm
דורך adobe yid
בין איך געווען ביי אייכלער'ס ווייסט ער נישט פון אזא ביכל, ווייסט איינער ווי מען קען נאך קויפן דאס ביכל?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 4:20 pm
דורך דארפסמאן
עס האט נאך א נאמען עס הייסט "והצלתי"
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 4:24 pm
דורך adobe yid
שכוח דארפסמאן! וועל איך דאס בעטן