בלאט 3 פון 4

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 2:42 pm
דורך איך_הער
וואו קומט דא אריין עיקר, איך האב געשריבן אז ס'האט כמעט נישט קיין טעותים, און מ'האט מיך געפרעגט פון וואספארא טעותים איך רעד, און איך האב געענטפערט ספעלינג, סאו וואס פונקטליך איז דיין קשיא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 3:02 pm
דורך איזאק
האסט געשריבן אז א טעות נעמט אוועק דעם אפעטיט פון ליינען, פון דעם איז געדרינגן...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 3:10 pm
דורך יעקב אלי בראך
איכער, ער האט פשוט געזעין אז דו ביסט נאמאר ביזי, דו האסט שוין געינדיגט די ביכעיל, האט ער דיר געוואלט אינטעירהאלטן. דעיטסאיט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 3:17 pm
דורך איך_הער
איזאק, פון דעם ציה איך נישט צוריק, יא, איך בין א גרויסער ליינער, און ספעלינג טעותים נעמט אוועק די אפעטיט אויך פון גאר אינטערעסאנטע ביכער.

נאטורליך, קען זיין, על איך מיטשפילן מיט אים, איך בין דאך א גוטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 3:29 pm
דורך מאשקע
יא, פאר איינעם וואס ליגט אין שפראך, קען שטערן יעדע טעות.
איך האב שוין - דאכט זיך - אמאל געשריבן (אינעם אשכול: בריוולעך צו די היימישע אויסגאבעס), אז ווען איך לייען א געוויסע צייטונג וואס איז פול מיט טעותים (יעדער ווייסט וועלכע) קען איך אסאך מאל זיך אויפרעגן און צוקנייטשן אדער צערייסן דעם פאפיר! וועגן דעם געב איך אכטונג גארנישט צו ליינען אום שבת, אויסער די מעלות!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 11:44 pm
דורך קרעמער
אויסער די מעלות?

אפשר דו, וואס דו זאגסט אליין אז דו ליינסט אויבערפלעכליך, באמערקסטו טאקע נישט קיין טעותים אין די מעלות, אבער זייענדיג א מגיה פון פאך אויס וויל איך דיר זאגן: די מעלות וואלט געקענט נוצן מיין סערוויס.

קוק אין מעלות פון חודש אייר תשס"ז, ובכן צדיקים, נאמען פונעם מקור פונעם צווייטן שטיקל (החמה מאין) אנשטאט (החכמה מאין), און איך האב קוים אנגעהויבן ליינען דעם היי-חודש'דיגן מעלות.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 27, 2007 12:59 pm
דורך סאכדעס
לא ראי קרעמער, כראי מאשקע.

מאשקע באדערט ספעלינג טעותים אין גרעמער, ס'הייסט אז יענער שרייבט יעדע צווייטע דו, די, וכדו', דו רעדסט פון טעותי הדפוס.

נכון מאשקע?

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2007 11:17 am
דורך מאשקע
כן, נכון.
והשנית, איך האב נישט געזאגט אז דער "מעלות" האט נישט 'קיין איין' טעות, אבער ס'איז פארט אויסהאלטבאר. קעגן אנדערע אויסגאבעס איז עס ממש גאלד.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2007 4:17 pm
דורך קרעמער
נאך צוויי טעותי הדפוס פונעם היי-חודש'דיגן מעלות וואס האבן מיר געשטערט דעם ליינען-פלוס:

אויף עמוד 12: "ער ברענגט 155 ערטער פון בבלי און ירושלמי וואו די הלכה בלייבט יא אזוי ווי רבי שמעון בן יוחאי [ער שרייבט אז דאס איז כמנין קמ"ה, ראשי תיבות ה'קטן מ'שה ק'וניץ, דאס איז דער נאמען פונ'ם מחבר ספר בן יוחאי]".

= לויטן ראשי תיבות זעהט אויס אז די צאל ערטער ברויך זיין 145, און נישט 155.

עמוד 36 אונטערן קעפל "תפילה": איך בין געוואוינט מתפלל צו זיין ווען מיין מאן גייט לערנען אז השי"ת זאל באלייכטן זיינע אויגן ין דער הייליגער תורה.

= פעלט דער אל"ף פון "אין" דער הייליגער תורה.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 07, 2007 10:43 am
דורך איזאק
די אינטערעסאנטסטע מכה וואס ער צולייגט איז צפרדע, הוי האב איך מיך פארעקלט פון פרעש...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 07, 2007 11:17 am
דורך Anonymous
פיינעל!!

שוין געליינט! די בוך איז סופער גיט!!

איך האלט אז ער קען ווען מאכען דריי מאל אזא דיקען חיבור, ווי דאס וואס ער האט געמאכט,
ער האט אסאך נושאים אינגאנצן אויסגעלאזט

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 2:11 pm
דורך יגרסהדותא
ד' לסדר "ויעבידו מצרים את בני ישראל בפרך" שמות

איך ברענג יעצט ארויף דעם אשכול, כ'ליין אין די יעצטיגע טעג עס דורך, און איך בין איבערגענומען. יש"כ להמחבר שליט"א

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2007 4:42 pm
דורך abimlaibt
איך האב עס שוין געליינט, איך האלט עס זייער אויסגעהאלטען אז יעדער זאל דאס ליינען (ליין- לערנען)

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 28, 2007 2:16 pm
דורך אנדי פעטיט
איך האב יעצט צום ערשטער מאל אדורך געליינט דער אשכל און די נייגער ציט מיר פון אלע זייטן אזוי ווי א .....................וואטעווער.

איך וואלט נאר געוואלט וויסען היות איך האב אינדערהיים 3 ענגלישע בוכער איינס אויף מגילת אסתר איינס אויף יציאת מצרים און איינס אויף מתן תורה, וואו די מעשה ווערט פארציילט אין די פארעם פון א נאוועל מטובל מיט אלע מדרשים מאמרי חז"ל און ראשונים ואחרונים.

איינס פון זיי הייסט LET MY NATION LIVE

דער אויף יציאת מצרים הייס LET MY NATION GO

און די אנדערע האט אן אנדערע נאמען.

וואלט איך געוואלט וויסען אויב דער אידישע בוך איז איבערגעטייטשט פון די ענגלישער.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2007 6:08 pm
דורך איך_הער
אנדי, פון די ערשטע שורה דיינע, קען מען מיינען אז דו רעדסט פון די בוך, דערווייל רעדסטו גאר פון די אשכול.

כ'קען דיר נישט ענטפערן, ווייל איך ווייס נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 22, 2008 11:03 pm
דורך מאשקע
רבותי, כ'האב דעם שבה"ג און פסח געלייענט דעם בוך, און כ'בין ממש צוגענאגלט געווארן דערצו! כ'געדענק נישט ווען איך בין דאס לעצטע מאל אזוי נתפעל געווארן פון א בוך! אזוי רייך, אזוי לעבעדיג, אזוי אינפארמאטיוו (כ'האב נישט געוואוסט אז פרעה האט נישט געליטן פון מכת דם), ממש א יחיד במינו!

ס'לוינט זיך צו קויפן אפילו אינמיטן פסח אדער נאך פסח, איר וועט נישט חרטה האבן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 22, 2008 11:10 pm
דורך מאשקע
איזאק האט געשריבן:די אינטערעסאנטסטע מכה וואס ער צולייגט איז צפרדע, הוי האב איך מיך פארעקלט פון פרעש...


און בעפאר דעם פלעגסטו לעבן גוט מיט די פרעש?...

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 25, 2008 2:28 pm
דורך סאכדעס
איך האב דאס יאר געלעזן דאס בוך צוויי וואכן קריק, וואס זאל איך זאגן, ווען ס'איז נישט דא וואס צוצולייגן, אזוי רייך, אזוי באנומען, אזוי פול מיט תוכן פון מדרשים. דער שרייבער האט אן אויסערגעווענדליכע טאלאנט, ער דארף קענען מער ווי מאכן נאוועלס, ווייל ער נעמט דאך אמת'ע פאקטן, און דאס צוגיסט זיך אזוי אריין אינעם נאוועל, כמים מאשקע על קרעשטמערס עייפים.

אויב לייענט ער דא, וויל איך זיך עקסטער באדאנקן פאר איהם, יישר כוח.

עקסטער באדאנק איך זיך פאר אלע קרעטשמערס וואס האבן מיר געמאכט קויפן דאס ביכל, עס איז ווערד געווען די פאר דאלער.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 27, 2008 10:35 pm
דורך שוועמל
אנדי
ווער איז די ארויסגעבער פונעם ענגלישן בוך, יוסף דייטש?

אויב יא איז גאנץ מעגליך אז ס'יז איבערגעטייטשט געווארן. כ'אב עס נאכנישט געליינט קען איך נישט זאגן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 27, 2008 11:32 pm
דורך מאשקע
דאס קוקט נישט אויס ווי אן איבערגעטייטשער בוך. אז יא, וואלט זיך עס דערקענט אויפ'ן סגנון.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2008 9:59 pm
דורך קרעמער
ווי געשריבן ערגעץ אנדערש, האב איך זיך טאקע איינגעהאנדלט דעם בוך אויפן סמך פון ענקערע המלצות און קאמענטארן דערויף. ליידער ליידער האב איך נישט עספיהט אנצוקומען במשך די יו"ט טעג ווייטער ווי אנהייב פונעם פערטן קאפיטל (נישט צוליב מאנגל אין צייט, נאר צוליב א משוגעת איבערצוליינען יעדע שורה און פאראגראף כאילו עס וואלט געווען א באנק סטעיטמענט וואס דארף שטימען און קלאפן ווי א שווייצער זייגער). איך קען אבער צושטימען בפה מלא צו די פריערדיגע מגיבים אז דער בוך איז שטארק ציענד און שטעלט אראפ א הערליך בילד אויף גלות מצרים (אודה ולא אבוש: איך האב זיך באמת צואוויינט אינמיטן קאפיטל ג' "מתבוססת בדמיך").

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2008 12:45 pm
דורך אנדי פעטיט
שוועמל האט געשריבן:אנדי
ווער איז די ארויסגעבער פונעם ענגלישן בוך, יוסף דייטש?

אויב יא איז גאנץ מעגליך אז ס'יז איבערגעטייטשט געווארן. כ'אב עס נאכנישט געליינט קען איך נישט זאגן.


יא די שרייבער איז ר' יוסף דייטש.

דא האט איר א לינק צו פעלדהיים פאבלישערס.

http://www.feldheim.com/cgi-bin/categor ... 7306-818-1

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2008 2:18 pm
דורך שמערי בערי
איך זאג אייך צו! איך האב שוין געליינט "הונדערטער" ביכער (כמעט בלי גוזמא) איך פלעג ליינען יעדע בוך מיט א פארכאפטן אטעם, איך בין זייער זייער א גרויסער ליינער (מיין טאטע האט דאס שוין געוויסט אויף מיר פון אלס קינד) איך בין נאך אין מיין "לעבן" נישט אזוי נתפעל געווארן פון א בוך ווי דאס

פארלאזט זיך אויף מיר! טועמי' חיים זכו!

דאס ערשטע מאל וואס איך האב געקענט איבערליינען א בוך מער פון צוויי דריי מאל, (איך האב א גוטן זכרון און איך געדענק גוט די מעשיות)

אבער דער בוך איז אזוי אינטרעסאנט אז סאיז נישט צום באשרייבן!!!!!!

יישר כח פארן הייסן עס קויפן

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2008 2:23 pm
דורך וואס
שמערי בערי, What a name, I love it, האסט נישט געקענט בעסער שרייבן, איך האב דעם בוך שוין געלייענט פינף מאל, נישטא נאך אזאנס.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2008 2:29 pm
דורך שמערי בערי
ביי מיר א בוך פינף מאל?
א נס אז איך האב געקענט צוויי (כהאלט שוין אינמיטן די דריטע!)
אבער נאר ווייל דאס איז אזוי מעכטיג, נאכאזאנס נישט געזעהן!
קויפט עס איר וועט דאנקבאר זיין יעדן מעיר אין דעם אשכול