בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2007 5:08 am
דורך ערנסטער
Jewboy האט געשריבן:פאר מיר איז עס זייער גוט, ווי געשמועסט שוין אויפן טלפון (פאר פורים) אז דיין כולל איז ממש א שפאן אוועק פון מיין (פאלאץ) דירה.
גיט א קלינג ביטע און מיר וועלן זיך פארשטענדיגן

איז אפגערעדט - איך וועל בע"ה ברענגען דיר דעם בוך אין מיטוואך אינעם כולל (ארום אכט אזייגער אין אווענט).

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2007 5:14 am
דורך ערנסטער
דרך אגב, לעניות דעתי, איינער פון די ערנסטע חסרונות פון דעם בוך איז נוצן אזעלכע ווערטער ווי "געגסן זיין פארציע" אדער "אדאפטירן דעם קינד". דאזיקע ווערטער זיינען "אדאפטירט" פון ענגליש אין קלינגען נישט געהעריק אין א דערציילונג וועגן אוראלטן מצרים.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2007 9:35 am
דורך יגרסהדותא
ערנסטער; מעגליך ביסט גערעכט, אבער ווען דו טראכסט אריין וואס דו האסט יעצט געזאגט אז דאס איז איינע "פון די ערענסטע חסרונות פון דעם בוך" מוזטו קומען צום אויספיר אז דער בוך האט גאר קליינע חסרונות..

שמערל; דו קענסט יגר'ל?? איך בין משוגע געווארן דערפאר!

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2007 9:52 am
דורך ערנסטער
יגרסהדותא האט געשריבן:אבער ווען דו טראכסט אריין וואס דו האסט יעצט געזאגט אז דאס איז איינע "פון די ערענסטע חסרונות פון דעם בוך" מוזטו קומען צום אויספיר אז דער בוך האט גאר קליינע חסרונות..

הן הכי נמי - איך האב שוין געשריבן אויבן אז דער בוך ממש עפנט (לכל הפחות אין מיינע אויגן) א נייע תקופה אין דער אידישער ליטעראטורע (דאס מאל - פרומע).

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2007 11:18 am
דורך מאשקע
יגרסהדותא האט געשריבן:שמערל; דו קענסט יגר'ל?? איך בין משוגע געווארן דערפאר!

איך קען יגר'ל, און איך בין טאקע משוגע געווארן פאר אים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2007 1:00 pm
דורך איזאק
דער בוך איז א MUST READ!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2007 2:26 pm
דורך איך_הער
איך האלט עס דערווייל אינמיטן ליינען, און ס'איז ריזיג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2007 2:35 pm
דורך Anonymous
איך_הער האט געשריבן: און ס'איז ריזיג.


וואס? די בוק, די מעשה, ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2007 2:50 pm
דורך איך_הער
ביידע. צופרידן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2007 2:55 pm
דורך Anonymous
אינטערסאנט, מיין קאפי פין די בוק איז יא געווען די געהעריגע סייז

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 8:49 am
דורך איך_הער
דו מיינסט נאך אז ס'איז דיין קאפי, עסט נאך באלד געוואר ווערן, אז דו האסט עס נאר געדינגען.

עניוועי, איך האלט ביי קאפיטל יא, רבותי, ווער ס'האט עס נאכנישט געליינט, כאפטס און קויפטס און ליינטס, איר וועט נישט חרטה האבן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:49 am
דורך סאכדעס
יאכער, אזוי ווי דו פינישט שיק עס מיר, ווייסט מייין אדרעס? איא?

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 9:54 am
דורך איך_הער
ס'איז נישט מיינס.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 10:11 am
דורך 3x0
איך_הער,

האסט עס געבארגט פונעם אינגערמאן וואס האט דיר געזאגט פסח אז עס איז זייער א שיינע בוך?

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 10:41 am
דורך איך_הער
נאפס.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 12:03 pm
דורך abimlaibt
מיינע גוטע פריינט, איך האב עס געקויפט פאר פסח, און איך האב עס דורך געליינט פאר פסח איז פאראיבער, עס איז ממש אטעם פארכאפענט אי די צרות משונות וואס ליידער אונזערע עלטערן האבן געליטן פון די מצריים, און ווי אויך געט עס צופארשטיין די מכות מיט א קלארען בילד וואס די מצריים האבן אריינגעהויבן אזוי אז מ'שפירט ממש ווי מען איז עס אליין דורך, און איך בין זיכער אז די וואס האבן שוואכע הערצער האבן א שטיקל רחמנות געפיל אפילו צו זיי, נאך איין מעלה האט עס וואס כ'מיין מען האט עס נאכנישט ארויסגעברענגט דא אינעם אשכול, אז יעדע פרט פונעם קאפיטעל האט א מקור צום סוף פונעם בוק, וואס דאס איז א שטרקע יסוד צו פארשטיין אז אלעס איז וואהר וואס ער ברענגט אראפ, נאר ער פארמאסקירט עס און א מעשה ווי א מלחמה איבערלעבער, דרך אגב, ווי יעדע בוק מאכט עס א שארט סטאפ צום סוף, ווי איינער זאגט "און שוין" ... אבער די באדעם ליין איז , 'יא עס איז 100 פראצענט ווערד צו קויפן און האבען אינדערהיים און געבן שפעטער פאר די קינדער אויך עס צו ליינען' עס איז ממש א מאסט (מוז). חייב אדם לראות את עצמו "כאילו" הוא יצא, און מיט דעם קען מען צוקומען דערצו מיטן אייבערשטענס הילף.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 12:09 pm
דורך יגרסהדותא
בקיצור, ער הייבט אריין אסאך קאמפלימענטס, אבער אויפן עתיד וויל איך אים אויפמערקזאם מאכן ממש קלייניגקייטן.

איר שרייבט פונקטליך דעם נאמען וואס איז געשטאנען אויפן בלעכל אביסעלע צו פרי. לאז נאר געשריבן אז די צוויי אידן וואס האבן באזוכט דעם שטעטל האבן געטראפן א בלעכל אבער נישט דעם פילן נאמען, ווייל אויב מ'איז נישט קיין גרויסער שוטה, כאפט מען גלייך אז דאס איז דער נאמען פון קורדי, און ס'איז נישט שפאנענד נאכדעם וואס איר געט א ענדיג דעם ביכל: *** בן *** משבט ***!.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2007 12:17 pm
דורך abimlaibt
יוי דו יגר... וואס מיינסטע ווען ער וועט נישט שרייבען ס'נאמען און מאהאט געטראפען א בלעכעל, אויב איז עס נישט פון קודרי דאן פארוואס האט מען עס געטראפען? קאמיש הע?

פארעפענטליכט: שבת אפריל 21, 2007 4:49 pm
דורך Jewboy
איך האב עס אנגעהויבן ליינען היינט מיטאג (שבת) און כ'בין שוין כמעט פערטיג, ס'איז מוראדיג שיין באשריבן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2007 12:35 am
דורך שוועמל
דער קונץ איז אז אנדערש ווי אלע ביכער וואס מען בטל'ט צייט דערמיט איז אבער דער בוך אן ענין פון אגדות חז"ל ביים ליינען די אלע מדרשים דארטן. דער פיהלינג [נישט אין די ציין] איז ווערט באשריבן צו ווערן

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2007 11:35 pm
דורך קרעמער
אין די מעלות פון חודש אייר תשס"ז איז דא א בריוו צו ר' זכרי' האפמאן, וואס צו מיין ערשטוינונג האב איך באמערקט אז ער/זי איז גאר דער/די געלונגענע שרייבער/ין פון די מייסטערהאפטע פארזעצונג "צוויי וועלטן" איבער א משפחה פון אנוסים אין סאנטא דאמינגא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 8:20 am
דורך איך_הער
איך בין פארטיג מיטן ביכל, פארפאלן, איך גלייך טאקע נאוועל אויך, אבער ס'קומט נישט צו, ווען מ'ליינט עפעס א געבאקענע מעשה אריין געפלאכטן אין פאקטן וואס מ'קען, ס'איז הערליך אראפ געלייגט, איך מיין אז מ'קען זאגן אז ס'האט כמעט נישט קיין טעותים, וואס דאס איז איינע פון די זאכן וואס נעמט אוועק אפעטיט פון ליינען, אין איין ווארט, ס'איז א מייסטער ארבעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 8:49 am
דורך abimlaibt
וואס מיינסטו צו זאגען טעותים ? ספעלינג טייפינג וכדו'? אדער און די מעשה זעלבסט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 2:14 pm
דורך איך_הער
ספעלינג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2007 2:33 pm
דורך איזאק
ספעלינג איז בא דיר די עיקר ווען דו ליינסט א הערליכע בוך ??