דער בוך "וזכרתי: איך וועל געדענקען"
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
דער בוך "וזכרתי: איך וועל געדענקען"
לכבוד דעם פסח סעזאן שנת תשע"ח איז ערשינען א נייע ביכל פונעם זעלבן שרייבער "איך וועל דיך געדענקן", וואו עס ווערט געשילדערט די תקופה פון גלות בבל צווישן דעם חורבן בית המקדש הראשון און די אויפבוי פונעם צווייטן בית המקדש.
א מייסטערהאפטיגע ארבעט, רייך אין שריפט און אין אינהאלט, אריינגעבלענדט הונדערטער מדרשים און פסוקים מיט א מבהיל'דיגע היקף אויף יענע תקופה. ממש לא נראה כבושם הזה. עס קוועלט דאס הארץ אז עס ערשיינט אזא הויכע קאליווער ליין מאטריאל אויף די אידישע שפראך.
(ס'איז דא עטליכע זייער טרויעריגע קאפיטלען פון חורבן בין ראשון וואס מען דארף אוועקלייגן אויף די דריי וואכן)

להודיע האט געשריבן:לכבוד דעם פסח סעזאן שנת תשע"ח איז ערשינען א נייע ביכל פונעם זעלבן שרייבער "איך וועל דיך געדענקן", וואו עס ווערט געשילדערט די תקופה פון גלות בבל צווישן דעם חורבן בית המקדש הראשון און די אויפבוי פונעם צווייטן בית המקדש.
א מייסטערהאפטיגע ארבעט, רייך אין שריפט און אין אינהאלט, אריינגעבלענדט הונדערטער מדרשים און פסוקים מיט א מבהיל'דיגע היקף אויף יענע תקופה. ממש לא נראה כבושם הזה. עס קוועלט דאס הארץ אז עס ערשיינט אזא הויכע קאליווער ליין מאטריאל אויף די אידישע שפראך.
(ס'איז דא עטליכע זייער טרויעריגע קאפיטלען פון חורבן בין ראשון וואס מען דארף אוועקלייגן אויף די דריי וואכן)
יא פארלאנגט זיך א נייע אשכול.
נאכנישט דורכגעליינט אינגאנצן עס דערקענט זיך א זעלטן רייכע ארבייט, ער דעקט א תקופה פון 100 יאר פון גלות יכניה ביז עליית נחמיה ביים צווייטען בית המקדש, עס גייט באופן פון א מעשה אזוי ווי ביי "איך וועל דיר ראטעווען" ממילא איז נישט שייך צו קאווערן ממש אלעס למשל די נס פורים ווערט פארציילט ווי א תושב ירושלים האט עס דעמאלטס מיטגעלעבט ווי פון רוב דיטעלס וואס ווערט דערמאנט אין די מגילה רעדט מען נישט, ומשום האי טעמא איז עס נישט אזוי ציענדיג ווי די ראטעווען בוך, פון די צווייטע זייט ווערט מען אבער געוואר נייע היסטארישע דיטאלען וואס מען האט קיינמאל געוויסט דערפון.
בלי ספק ווערט א יעדע דאללער
א'מונה ב'טחון ג'עלט
גיי מיר קויפן דעם ספר בעז"ה
איך האב שוין לאנג געוואלט בעטן דעם מחבר, ער זאל מאכן אזא ספר אויף נס חנוכה, און נאך איינס אויף נס פורים
און עקסטער אויף דעם זמן פון כניסה לארץ ישראל, ביז בנין בית ראשון, (אסאך באלערנדע פרקים פון נ"ך קען מען דארט דעקן)
אבער איך האב נישט ווי דאס צו שרייבן צו אים.

כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי

חלהדעקל האט געשריבן:אויך באשריבן ווי א נאוועל מעשה אזויווי והצלתי?
יא אבער גאר אנדערש ער דעקט אזא גוטע 4 5 דורות א משך פון 100 יאר, משא"כ מצרים איז א תקופה אינגאנצן פון אייניגע יאר בכלל איז מצרים זייער א דיטעילט מעשה מיט פול פרטים ווי יעדע מכה איז א קאפיטל א איבערלעבעניש פאר זיך,אבער אין א וועג איז דאס מער קונץ
א'מונה ב'טחון ג'עלט
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
אה, געזעהן די אדווערטייזמענט און געטראכט ״דאס איז א מאסט״
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 576
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am
- שמואל בארג
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4026
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm
ארויף אויפן קויפן ליסטע
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 910
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1084
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm
ברוך שהחיינו צום נייעם בוך !
'והצלתי' האב איך געזעהן יארן צוריק, און ס'שווער זיך צו געזעגענען דערפון, ס'עסט אריין די סיפור יציאת מצרים אין די ביינער.
ווען ס'איז ארויסגעקומען האבן קינד און קייט זיך ממש געריסן עס צו קענען ליינען, און די ידיעות און אמונה חושית וואס קינדער און אפילו עלטערע קענען קונה זיין, איז ווערט אלע געלטער.
הלוואי ווען ס'זאל זיין א ריבוי פון דעם סארט ליין מאטריאל, ס'איז ממש הפלא ופלא.

- שר מאה
- תגובות: 247
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm
yoel2124441100 האט געשריבן:שריפטלער האט געשריבן:זי איז א שווייד אלס מיידל(וואוינט אין וויליׂׂׂ)
גארנישט מיט שװײד אײנגעלײגט,זי איז א װײס
זי איז א ווייס אלס מיידל, אירע עלטערן וואוינען אין מאנסי, געהערן צו סאטמאר (איך ווייס די משפחה פערזענליך זייער אן ערנסטע און פיינע משפחה)
איר ברידער האט איר צוגעשטעלט אלע מדרשים ודברי חז"ל - און זי האט צאמגעשטעלט די מעשה
זי איז א ריזן שרייבער - עס וועט זיין פאר אייך אינטרעסאנט אויב איינער געדענקט נאך יארן צוריק שמערל קנאקער פון מעלות, דאס איז אויך זי געווען
-
- שר מאה
- תגובות: 247
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 27, 2016 11:03 pm
יאסל האט געשריבן:ני ני נאך אלע קאמפלימענטען וואס ס'גיסט זיך דא, איז מיר אינטער געקומען דעם שבת אין די האנט דער החומה פון דעם חודש, וווי ער רייסט געפערליך אונטער דעם בוך אז ווי כאולי נאר מיט באבע מעשיות קען מען פארשטיין די ניסים פון יציאת מצרים, ער רופט עס אן נאך א דרגה זיך געקייקעלט אין ענין פון ביכער, ווי מאיז שוין לדעתו גענוג בשפל המצב.
איך זיך די החומה מיט לעכט קען עס איינער צושטעלן?
אגב עי' הכשרת אברכים סימן ז' ותמצא נחת, ולדבריו הוא ממש מצוה חשובה מאוד עי"ש
דענק און דאנק האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:ני ני נאך אלע קאמפלימענטען וואס ס'גיסט זיך דא, איז מיר אינטער געקומען דעם שבת אין די האנט דער החומה פון דעם חודש, וווי ער רייסט געפערליך אונטער דעם בוך אז ווי כאולי נאר מיט באבע מעשיות קען מען פארשטיין די ניסים פון יציאת מצרים, ער רופט עס אן נאך א דרגה זיך געקייקעלט אין ענין פון ביכער, ווי מאיז שוין לדעתו גענוג בשפל המצב.
קומט שוין יא ארויס א נארמאלע ביכל מיט גרר גרר אסאך תוכן האקט מען שוין דעראויף ,
#משוגענע וועלט
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9233
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
- טויגליכער איד
- שר האלף
- תגובות: 1217
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
- לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ
ב"ה
איך האב ב"ה דעם יום טוב עוסק געווען אין דאס ביכל "וזכרתי". דאס איז עפעס וואס ממש לא נראה כבושם הזה אויף די אידישע שפראך.
לכאורה וועט ביים אלגעמיינער ציבור עס נישט אויפכאפן אזוי ווי די פריערדיגע ביך, פשוט ווייל עס אינוואלוואד צופיל היסטארישע איינצלהייטן און פרישע ידיעות בקורות תולדות עמינו וואס דער אנאלפעבט עולם קאנעקט נישט דערצו, אבער פון א ריכטיגן בליק איז דער צווייטער ביכל אסאך אסאך א גרעסערע און געלונגענערע ארבעט ווי די ערשטע.
דא ליגט בלי ספק אן ארבעט פון יארן. די אינהאלט און די וועג וויאזוי דאס איז געשריבן האט נישט זיינס גלייכן ... די הארציגקייט און רייכקייט און יעדע שורה... מען לעבט מיט די אינערליכע ראנגלענישן פון צדקי' המלך... די קאשמארן פון די חורבן איבערלעבער... די ווידעראויפבלוה פון תורה אין בבל... די ברענענדיגע האפענונג פון שיבת ציון.... אויסנאם אויסנאם, און אלעס מיט אזא ערליכקייט און געהויבענקייט, מיט הונדערטער פסוקים און מאמרי חזל אריינגעפלאכטן צווישן די שורות, אזוי לעבעדיג, אזוי רוי.
דער ליינער ווארפט זיך מיט הארץ און געפיל צווישן טראגעדיע און נאסטאלגיע, צווישן בענקשאפט און ערווארטונג. הונדערט שטורמישע יאר פון גלות וגאולה ווערן מייסטערהאפטיג צונויף געוויקלט מיט זעלטענע טאלאנט און כשרון המחשה וכתיבה.
דאס איז פון די ביכער וואס לאנג נאכדעם וואס מען האט עס אראפגעלייגט טרעפט מען זיך פאר'חלום'ט איבערטראכטנדיג חלקים פון די געשיכטע. פון די ביכער וואס מען קען איבערליינען פשוט צו נאכאמאל באגייסטערט ווערן פון די אויסטערלישע שריפט, טאלאנט און געפיל וואס ליגט אין יעדע שורה.
איך האף אז די ארויסגעבערין וועלן ערגעץ וואו באקומען מיין פערזענליכע יישר כח פארן מזכה זיין די אידישע וועלט מיט אזא הפלא'דיגע יצירה. אזויפיל גארביזש ליין מאטריאל פולן אן די קעפ, הלואי איר האלט אן מיט די עבודת הקודש, אבער ביטע לאזט אונז נישט ווארטן נאך צען יאר...