בלאט 1 פון 1

דורכבראך! שאטענשטיין-ש"ס פון ארטסקרול גייט דיזשיטאל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 5:16 pm
דורך לכתחילה אריבער
Schottenstein Gemara: Revolutionary Artscroll Digital Talmud App To Debut

http://www.vosizneias.com/102042/2012/0 ... mmer-video

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 5:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
איינער זאל לייגען די קליפ מען זאל עס קענען זעהן, איינער זאגט מיר אז זיי זענען דארט מסביר געוואלדיגע פיטשורס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 5:54 pm
דורך DotCom
יא די פיעטשער'ס זענען געוואלדיג, סטעיט אף די ארט, שווער צו מסביר זיין אויב מ'זעהט עס נישט, די מעין איידיע איז אז מ'וועט קיינמאל נישט דארפן מישן און זוכן ביים לערנען די דף, דורך א טאטש אויפ'ן סקרין וועלן זיך אלע מפרשים ארויסשטעלן זייער קלאר צום אויג, והעיקר, צורת הדף וועט בלייבן אומגערירט! עס איז דעזיינט דורך די פאפולערע 'ראסטי בריק' פון ספרינג וועלי, וואס האט שוין געמאכט אסאך אידישע עפפ'ס פאר'ן אייפאן.

איך בין זיכער אז נישט צו לאנג און מ'וועט זעהן מענטשן ביים דף היומי שיעור אריינקוקן אינעם אייפעד, יעצט דארפן זיי נאר נאך מאכן אויף לשה"ק און אויף ענדרויד און איך פאנג אויך אן צו לערנען...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 5:57 pm
דורך leiby
יא קוקט אויס א געוואלדיגע ארבעט דערין, ממש וואס יעדער חלומ'ט מ'זאל קענען טיהן מיט טעקנאלאדזשי,
ענדרויד קומט נאך, נאכדעם פיסי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 6:00 pm
דורך למעלה משבעים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 6:54 pm
דורך aperlscript
למעלה משבעים האט געשריבן:הפלא ופלא!
http://dl.dropbox.com/u/17998910/The%20 ... ouTube.flv


מעכטיג!!!!

מיר איז די מערסטע געפאלן די שו''ת היילייטס, מיט א קליק ווייסטו ווי די גמרא פרעגט /ענטפערט
כ'האף זיי קומען ארויס מיט די היברו ווערסיע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 7:07 pm
דורך יהיה כן
וואס זאגט די וועד למען\כנגד הטעכנעלאגיע?????
גייען טאקע די טויזנט רבנים המשתתפים באסיפה אויכעט לערנען אין די דיזשיטל ווערסיע??

וועלן די געדרוקטע גמרות ווערן שבת'דיג???

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 7:56 pm
דורך על דא ועל הא
DotCom האט געשריבן:איך בין זיכער אז נישט צו לאנג און מ'וועט זעהן מענטשן ביים דף היומי שיעור אריינקוקן אינעם אייפעד, יעצט דארפן זיי נאר נאך מאכן אויף לשה"ק און אויף ענדרויד און איך פאנג אויך אן צו לערנען...

די היברו ווערזשאן גייט אויך זיין אוועילעבל אין דעם עפפ. צייט זיך צו איינהאנדען אן אייפעד, הא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 8:43 pm
דורך פאטאקי08
געוואלדיג!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 9:06 pm
דורך על דא ועל הא
על דא ועל הא האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:איך בין זיכער אז נישט צו לאנג און מ'וועט זעהן מענטשן ביים דף היומי שיעור אריינקוקן אינעם אייפעד, יעצט דארפן זיי נאר נאך מאכן אויף לשה"ק און אויף ענדרויד און איך פאנג אויך אן צו לערנען...

די היברו ווערזשאן גייט אויך זיין אוועילעבל אין דעם עפפ. צייט זיך צו איינהאנדען אן אייפעד, הא?

http://finkorswim.com/2012/03/01/big-ne ... r-fashion/ זיין מקור זאגט אים אז עס גייט אויך זיין אוועילעבל אויף אנדרויד אין דעסקטאפ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 9:28 pm
דורך DotCom
זיי שרייבן אויף vin אז 5 מיליאן דאלאר! האבן זיי געספענדט פאר דעם עפפ, וויי געוואלד, ווי קומט מען אן צו דעם נאמבער? דעוועלעפמענט האט ניטאמאל געדויערט 2 יאר, לאמיר זאגן אז זיי האבן אויפגעהאלטן 10 מענטשן מיט א געהאלט פון 100 טויזנט א יאר איז דאך אויך נישט מער ווי 2 מיליאן? אפשר האבן זיי געבויט א אפיס בילדינג מיט א האטעל פאר די פראגראמער?

על דא ועל הא האט געשריבן: זיין מקור זאגט אים אז עס גייט אויך זיין אוועילעבל אויף אנדרויד אין דעסקטאפ]



אינטערעסאנט צו הערן, קוקט אויס ווי דער האט פון אינעווייניג קאנעקשן'ס אין רוסטי-בריק, און ווי האסטו געזעהן אז לשה"ק ווערסיע גייט אויך זיין אויף דעם עפפ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 9:55 pm
דורך מומחה עצום
יעצט דארף מען נאר שיינע אייפעד "גמרא" קאווערס און מ'קען שוין גיין צום שיעור מיט אן אייפעד, איך וואלט געמאכט Interchangeable דעקלעך, אז מ'זאל עס קענען טוישן לויט די מסכתא וואס מען לערנט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 10:18 pm
דורך leiby
ארטסקראל שרייבט וועגן ענדרויד און ווינדאויס ביי די קאמענטס אויף די קליפ,

מוז נישט זיין זיי האבן סתם געגעבן א וועידזש, זיי האבן מסתם געצאלט פאר ריזיגע פראגרעמערס וואס לאזן זיך קאסטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 10:38 pm
דורך משנה מקום
פון אסאך פיטשערס זעהט מען אז זיי האבען געדארפט איבער ארבעטען די גמרא אויכעט סטייטש אז חוץ פראגרעמערס האבען א ריזיגע סטעף געדארפט ארבייטען אויף דעם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 10:48 pm
דורך על דא ועל הא
DotCom האט געשריבן:זיי שרייבן אויף vin אז 5 מיליאן דאלאר! האבן זיי געספענדט פאר דעם עפפ, וויי געוואלד, ווי קומט מען אן צו דעם נאמבער? דעוועלעפמענט האט ניטאמאל געדויערט 2 יאר, לאמיר זאגן אז זיי האבן אויפגעהאלטן 10 מענטשן מיט א געהאלט פון 100 טויזנט א יאר איז דאך אויך נישט מער ווי 2 מיליאן? אפשר האבן זיי געבויט א אפיס בילדינג מיט א האטעל פאר די פראגראמער?

על דא ועל הא האט געשריבן: זיין מקור זאגט אים אז עס גייט אויך זיין אוועילעבל אויף אנדרויד אין דעסקטאפ]



אינטערעסאנט צו הערן, קוקט אויס ווי דער האט פון אינעווייניג קאנעקשן'ס אין רוסטי-בריק, און ווי האסטו געזעהן אז לשה"ק ווערסיע גייט אויך זיין אויף דעם עפפ?

ס'הייסט אז די געלט איז געגאנגן צו א ריזיגען סטעף וואס האט געדארפט איבערטייפן די גאנצע זאך אויף א וועג ס'זאל שטימען מיטן קאודינג, אדער עפעס אזוי.

מיין מקור איז די סוף פונעם יו-טוב קליפ ווי זיי ווייזן פאר צוויי סעקונדען "additional features for version 1.0" און איינע פון די איז "Hebrew version".

פארעפענטליכט: שבת מרץ 03, 2012 8:12 pm
דורך טייבעלע
DotCom האט געשריבן:זיי שרייבן אויף vin אז 5 מיליאן דאלאר! האבן זיי געספענדט פאר דעם עפפ, וויי געוואלד, ווי קומט מען אן צו דעם נאמבער? דעוועלעפמענט האט ניטאמאל געדויערט 2 יאר, לאמיר זאגן אז זיי האבן אויפגעהאלטן 10 מענטשן מיט א געהאלט פון 100 טויזנט א יאר איז דאך אויך נישט מער ווי 2 מיליאן? אפשר האבן זיי געבויט א אפיס בילדינג מיט א האטעל פאר די פראגראמער?

על דא ועל הא האט געשריבן: זיין מקור זאגט אים אז עס גייט אויך זיין אוועילעבל אויף אנדרויד אין דעסקטאפ]



אינטערעסאנט צו הערן, קוקט אויס ווי דער האט פון אינעווייניג קאנעקשן'ס אין רוסטי-בריק, און ווי האסטו געזעהן אז לשה"ק ווערסיע גייט אויך זיין אויף דעם עפפ?


איך האב גערעדט מיט עטליכע וואס זענען אריינגעמישט אין דעם פראדזשעקט, עס גייט זיין אויף אנדרויד און עס וועט פארשטייט זיך זיין אויף לשה"ק אויך.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 04, 2012 12:27 pm
דורך יוראפ
איז דא אן אנקעטע וויפיל עס גייט מוסיף זיין אין לימוד התורה?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2012 7:20 pm
דורך leiby
עס איז שוין דא צו קריגען די עפפ פון ארטסקרול פאר די איי-פעד, דערווייל נאר אויף עטליכע מס' און אויך נאר אויף ענגליש,אין א עטליכע חדשים ארום וועט זיין פאר איי-פאון, און א יאר וועט אויך זיין אויף לשון קודש, און אויך פאר דראוד פאונס.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2012 7:27 pm
דורך פאטאקי08
די לינקס אויבן ארבעטן שוין נישט

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2012 7:50 pm
דורך leiby