בלאט 1 פון 3

דער גינצבורג און חב"ד אוצר הספרים אין מאסקאווא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 7:41 pm
דורך אויגן-דאקטער
כהאב לעטצנס געזעהן וועגן אן אוצר הספרים אין מאסקעווע גערופן,דעם גינסבורג לייבערי איינער וויסט עפעס מער דעטאלן וועגן דעם? האט עס עפעס א שייכות צום ליובאוויטשן אוצר , אדער איז עס עפעס אנדערש?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 24, 2012 8:45 am
דורך לכל זמן
עס האט נישט מיט'ן ליובאוויטשער אוצר.
עס איז א זאמלונג פון א רייכע פאמיליע.

מדינת ישראל פאדערט עס פון רוסלאנד.
ליינט מער דערוועגן דא.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2013 2:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
(אזוי ווי כ'האב נישט געטראפן אז מען זאל רעדן פונעם חב"ד לייבערי אין רוסלאנד וואס חב"ד און רוסלאנד רייסען זיך שוין ארום יארן דערוועגן, לייג איך דא אריין די נייעס, דאס איז כאטש עפעס א קרוב מיט יענעם.)

אין א גאר פאזעטיווע אנטוויקלונג, האט פרעמיר פון מוטער רוסיע מר פוטין געמאלדען אז ער איז גרייט אריבער צו געבן די חב"ד ליבערי פארן נעען אידישען מוזיאום אין מאסקעווע!!

עס מוז פארבלייבן אין רוסלאנד, אבער עס וועט זיין אונטער אידישע הענט! יעצט העמער זעהן צו חב"ד וועט זיין צופרידען.

מהאתר שטורעם.נט

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2013 3:50 pm
דורך נחוניא
לכתחילה אריבער האט געשריבן:(אזוי ווי כ'האב נישט געטראפן אז מען זאל רעדן פונעם חב"ד לייבערי אין רוסלאנד וואס חב"ד און רוסלאנד רייסען זיך שוין ארום יארן דערוועגן, לייג איך דא אריין די נייעס, דאס איז כאטש עפעס א קרוב מיט יענעם.)

אין א גאר פאזעטיווע אנטוויקלונג, האט פרעמיר פון מוטער רוסיע מר פוטין געמאלדען אז ער איז גרייט אריבער צו געבן די חב"ד ליבערי פארן נעען אידישען מוזיאום אין מאסקעווע!!

עס מוז פארבלייבן אין רוסלאנד, אבער עס וועט זיין אונטער אידישע הענט! יעצט העמער זעהן צו חב"ד וועט זיין צופרידען.

השליח הרה"ח ר' יצחק קוגן, רב בית הכנסת בלשוי ברוניא, הוא אחד הדמויות המזוהות עם הספרים ברוסיה. הוא מונה בזמנו להיות חבר המשלחת לשחרור הספרים ועסק בנושא רבות.
בעקבות ההתפתחות הדרמטית היום, לאחר הודעתו של הנשיא פוטין כי יעביר את הספרים לידי חב"ד במוסקבה, ביקשנו לשמוע את דעתו על כך.
בתור מי שהיה לו קשר לשליחות המיוחדת בנושא זה, מה דעתך על ההודעה של נשיא רוסיה היום להעביר את אוסף שניאורסון לידי המוזיאון במוסקבה?
"כמו שהיה מאסר של הרבי הקודם, אני חושב שמדובר בצעדים לשחרור. ההצהרה של הנשיא פוטין היום היא שלב בגאולת הספרים. בדיוק כמו שהרבי הקודם נידון למוות בעת היותו ממאסר, לאחר זמן הומר עונשו ממוות ביריה לגלות בקסטרמה, גם כאן, ההודעה של הנשיא שהספרים יעברו למוזיאון היהודי היא שלב בגאולה שלהם".
האם אתה תומך בהעברת הספרים למוזיאון היהודי?
"כן. זה לא המצב האידיאלי, אבל בהחלט זהו שלב בשחרור. זו התחלה לגאולה".
כתב שטורעם מוסיף ומציין כי בשנת תשנ"ב באמצע חודש שבט שאלו את הרבי בנושא העברת הספרים לספריית חב"ד ברוסיה, והרבי השיב בכתב יד קודשו: "כעצת עסקני ורבני אנ"ש המבינים בזה. אזכיר עה"צ". והדגיש את המלה "עסקני".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 3:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:יעצט העמער זעהן צו חב"ד וועט זיין צופרידען.

די לויער פאר חב"ד אין אמעריקע - נעט לויאין - וואס האט געווינען א שטיק צייט צוריק, א געריכטליכע פסק אז רוסלאנד דארף באצאלען $50,000 א טאג ווילאנג זיי געבן נישט צוריק די ספרים, האט אפגעווארפן די אנטראגע פון פוטין.

זיי זאגן אז די ספרים דארפן אויסדריקליך קומען צו חב"ד העדקוואטערס אין ברוקלין ניו יארק.

נ.ב. איז איינער באקאנט, צו דארט אינעם אוצר איז פארהאן זאכן וואס איז נישטא, אדער איז עס סתם אזא סימבאלישע זאך, אז זיי ווילען עס צוריק?

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 15, 2013 1:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
היינט איז געקומען די נייעס, אז רוסלאנד גייט טאקע ווירקליך איבערגעבן די ספרים פאר חב"ד פון מאסקעווע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:49 pm
דורך מאנ-יימער
היינט האט פוטין צוריקגעגעבן די ספרים פאר חב"ד איז מאסקעווע

http://www.ladaat.info/article.aspx?artid=6333

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:20 am
דורך derech eretz
הצצה ראשונית לספריית שניאורסון – כנסו וצפו בגלריה מרהיבה
http://www.jdn.co.il/news/235863

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:23 am
דורך מיללער
derech eretz האט געשריבן:הצצה ראשונית לספריית שניאורסון – כנסו וצפו בגלריה מרהיבה
http://www.jdn.co.il/news/235863

גלריה מרהיבה? היבש איבערגעטריבען, מ'זעהט דארט כמעט גארנישט

איז פארהאן א קאטאלאג פון וואס מען האט דארט געפונען?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 3:56 pm
דורך לכתחילה אריבער
בשעת ער האט צוריק געגעבן די ספרים האט פוטין אין א רעדע געמאכט א שטויענדע סטעיטמענט זאגענדיג "די ערשטע סאוויעטע רעגירונג, איז געווען 80- 85% אידן!" און זיי האבן באשלאסען צו נעמען די ספרים אלץ די פארמעגען פונעם לאנד.

ער האט געזאגט אז די חברה זענען נישט געווען גערעכט, און אז זיי האבן געפייניגט אלע סארט מענטעשן סיי אידן, און סיי קריסטען און מוסלעמענער, (דאס הייסט אז די אידן האבן זיך אליינ'ס געפייניגט, און אוועק גענומען די ספרים), אבער היינט זעמער שוין נישט ווי דעמאל'ס -האט פוטין דערקלערט - און וועגן דעם געט מען צוריק די ספרים, עפעס אזוי.

דאס האט געברענגט א שטורעם, דאס איז דאך פונקטליך וואס די אנטעסעמיטן האבן געטענה'ט אז די אידן פירן די וועלט. און בכלל צו זאגו אידן זענען אליין שולדיג אין די צרות אא"וו.

איז אבער דא איין קליינע פראבלעם מיט פוטינ'ס סטעיטמענט... נישט 85% זענען געווען אידן, נאר .............. 6.25 פראצענט! פון 17 מינסטארן, איז געווען .......... איין איד!

פארעפענטליכט: שבת יוני 22, 2013 8:53 pm
דורך יוסף שרייבער
קען זיין ער מיינט רוב במשקל און נישט במידה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 04, 2013 2:17 pm
דורך לכתחילה אריבער
פארגעסען צו שרייבן.

עס איז דא א אינטערוויו מיט הרב בערל לאזאר אויף קאלמע, ביי 8-8, ווי ער פארציילט פון די ספרים. גאנץת אינטערעסאנט. צווישען אנדערע זאגט ער, אז זיי אליין ווייסען אויך נישט וואס דארט ליגט.

אויך זאגט ער אז זיי האבן נאר באקומען גאר א קליין חלק דערוויילע, און עס איז דא א סקעדיועל אויף צו באקומען צוביסלאך אלעס מיט די צייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 18, 2013 12:30 am
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:פארגעסען צו שרייבן.

עס איז דא א אינטערוויו מיט הרב בערל לאזאר אויף קאלמע, ביי 8-8, ווי ער פארציילט פון די ספרים. גאנץת אינטערעסאנט. צווישען אנדערע זאגט ער, אז זיי אליין ווייסען אויך נישט וואס דארט ליגט.

אויך זאגט ער אז זיי האבן נאר באקומען גאר א קליין חלק דערוויילע, און עס איז דא א סקעדיועל אויף צו באקומען צוביסלאך אלעס מיט די צייט.
מען האט אפגעשטעלט דאס צוריק געבען, ווילאנג מען דראפט נישט די קלאגע דא אין אמעריקע וואס איז דערמאנט פריער.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 28, 2014 3:33 pm
דורך מיללער
די "הגדה של פסח" קאלעקשאן פון די אוצר הספרים לאדמור"י חב"ד אויף דיספלעי אינעם מאסקווא חב"ד לייברערי:
http://www.shturem.net/index.php?section=news&id=71505

די הגדה וואס האט באלאנגט צום מהריי"צ אלט זייענדיג ניין יאר אלט:
http://www.shturem.net/index.php?section=news&id=71487

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 5:30 pm
דורך סטראשעלע
נייע בריוון פון מהרש"ב איז ענדעקט געווארן, א בריוו צו הגר"ח מבריסק און פון ר' חיים צום מהרש"ב
אינטערסאנטע סחורה!

ווי אויך זאגט הרב לעווין אין א אינטערוויו אז אין די לעצטע פאר חדשים סקענען די רוסן ארויף טויזנטער ספרים און הונדערטער כתבי יד פון מהרש"ב'ס אוצר און זיי לייגן עס ארויף אויף א וועבסייט
קען איינער פון די חכמי איי וועלט אויסגעפונען דעם וועבסייט, עס דארף צו זיין גאר אינטערסאנט

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 6:10 pm
דורך zugurnish

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 6:12 pm
דורך zugurnish

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 6:19 pm
דורך אוהב ספרים
דער ערשטער ידוע'דיג דפוס פון סידור הרב

http://dlib.rsl.ru/viewer/01006554275#?page=1

איינע פון די באמבעס

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 6:21 pm
דורך למעלה משבעים
א ריזן דאנק אייך זאגארנישט.
מדרש ר' משה הדרשן בכת"י http://dlib.rsl.ru/viewer/01006573506#?page=1 מה זה?
איך זע מען קען עס דאונלאודן אלץ א פידיעף.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 7:03 pm
דורך למעלה משבעים
רבונו של עולם א ספר תורה... http://dlib.rsl.ru/viewer/01006590456#?page=1

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 7:30 pm
דורך סטראשעלע
א ריזיגן דאנק פאר הרב זאגגארנישט!

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:28 pm
דורך יוראפ
למעלה משבעים האט געשריבן:פידיעף דערצו
http://dlib.rsl.ru/loader/view/01006577229?get=pdf

גרויסע קארפען קעפ אריינגעלייגט אלע ליידיגע בלעטער - מער פון האלב פון די ספר
----
א גרויסן דאנק ענר אלע פאר די לינקס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 9:25 am
דורך אוהב ספרים
יוראפ האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:פידיעף דערצו
http://dlib.rsl.ru/loader/view/01006577229?get=pdf

גרויסע קארפען קעפ אריינגעלייגט אלע ליידיגע בלעטער - מער פון האלב פון די ספר
----
א גרויסן דאנק ענר אלע פאר די לינקס


בארואיגט אייך

זה הסדר פון אלע לייברערעיס, מען סקענט אלעס פון דעקל צו דעקל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:04 am
דורך סטראשעלע
די לינקס פון הרב זאגארנישט האבן עקספייערט
נא לציין עוד הפעם קלארע אנווייזונגען וויאזוי מען קומט צו דערצו
ותשו"ח על טרחתו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 10:12 am
דורך zugurnish
סטאראשעלער
איך ווייס אליין ניט
דאס האב איך געהאט פריער אויב עס ארבעט ניט יעצט ווייס איך ניט ווי מען קען זען