בלאט 1 פון 5
ולמלשינים.. [בלוט בלבול תשע"ב]
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 12:37 pm
דורך שאינו יודע
אויף בעל בית האט איינער געשריבן איבער א געפערליכע בלוט בלבול פון היי ייאר תשעב אין אמעריקא
אזוי ווי איך וויל נישט זיין קיין מתעטף בטלית שאינו שלו האב איך נאר געלייגט די לינק ומשם תקחנו
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 12:38 pm
דורך למעלה משבעים
און אויב קען איך נישט אריין אהין, וואלסטו געקענט ברענגן די תוכן?
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 12:51 pm
דורך מאנ-יימער
עפעס א נישט געשטויגענע מעשה וואס שטייט געשריבן אין די ביכל וואס איז לעצטענס ארויסגעגעבן געווארן דורך פעלדמאן,
יענער ווייטאגט אז די ביכל איז געווארן פובליצירט דורך 'סיימאן און שוסטער' און פארוואס די היימישע עסקנים טוען גארנישט עס אפצוענטפערן
דאכציך מ'האט שוין גערעדט דא פון דעם ענין אין "אידישע און וועלטליכע נייעס" פארום (נישט ספעציפיש פון די בלוט בלבול מעשה)
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 1:17 pm
דורך טהור-עיניים
עס האט זיך אויפגעעפענט א ספעציעלע בלאג אפצוענטפערן די שקרים און בלבולים פון די מנוולת, איך וויל נישט לינקן אהין, אבער עס איז אויף בלאגספאט, זוכט ארום וועט איר געפונען.
אבער למעשה איז עס זייער א מיאוס'ע זאך פון סיימאן ענד שוסטער צו דרוקן א ביכל אנגעפילט מיט אפענע שקרים וואס יעדער איינער קען זייער גרינג מברר זיין. אזא טריט קען נאר קומען פון שנאת ישראל, און דאס געבן אזא פלאטפארמע פאר אזא סארט נידריגע באשעפעניש, איז זייער א מיאוס'ע זאך פון א גרויסע אפיציעלע פירמע, און עס וואלט געווען כדאי ווען מען מאכט עפעס אן ארגאניזירטן עפפארט צו קריטיקירן סיימאן ענד שוסטער און זיי אויפווייזן וואס זיי האבן דא געטאהן.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 1:24 pm
דורך JOELHEALTH
we should all go to amazom, u need to have acount with tham, in write nagative revies on this book, or at least suport the nagtuve revies
http://www.amazon.com/Unorthodox-Scanda ... roduct_top
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 1:35 pm
דורך זאג נאר
דאס איז זיכער, אז מיר מוזן זיך ארגאניזירן אין א מעכטיגן פאראייניגטן אנטווארט קעגן די העסליכע דורכאויס-פאלשע פארלומדונגען פון די אפטריניגע צע'חוש'טע פעלדמאן, וואס בלייבנדיג אן א פינאנציעלן באזיס, האט זי באשלאסן צו מאכן א לעבן אויף אונזער רוקן, מיט'ן אונז באשמיצן און באוואשן מיט פון-פינגער-אויסגעזויגטע בלבולים.
מיר דארפן ווייזן פאר די אפטריניגע: מיר לאכן פון דיר און די פויסטן, און איר פשוט צו נער לייגן איבער דער גאנצער וועלט, יעדער זאל זען אז זי איז פשוט א דראפאוט וואס איז דורשטיג פאר אביסל אטענשאן און איבערהויפט פאר אפאר דאלאר. זי דארף ווערן אראפגעמאלן אלס איינזאמע צעדרייטע מויד, וואס האט געהאט זייער שווערע יוגנט יארן קומענדיג פון א צעבראכענע שטוב — אן ערשיינונג וואס איז פונקט אזוי נארמאל אין יעדע קאנוועציאנעלע גויאישע קאמיוניטי — און זי איז דעריבער נישט צופרידן געווען און זיך געגאנגען זוכן נייע גליקן.
מיר האבן נישט קיין שום פראבלעם דערמיט — כאטש ס'איז געוויס א שרעקליכע ווייטאג פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל — אז זי האט באשלאסן אוועקצואווארפן אידישקייט אונטער זיך און ווערן א גויטע, אבער אז דו ווילסט אונז באשמיצן קבל תבל ומלואה, אז דו ווילסט אונז אראפמאלן ווי געמיינע גענגסטערס און מאפיאנערן, אז דו ווילסט אונז צוגלייכן צו די פאנאטישע מוסלומענער, דעמאלט קענען מיר נישט שווייגן!!
סיימאן ענד שוסטער מוז באקומען א דייטליכן שארפן מעסעדזש, אז מיר טאלערירן נישט אזא דורכגעפוילטן שמוץ-בוך בשום אופן שבעולם!! זיי האבן פּערזענליך געטשעפעט דעם גאנצן חרדישן אידנטום און מיר ערווארטן אן אנטשולדיגונג מיט א פארשפרעכונג אז מער וועלן זיי דאס נישט טון!
איך זאג אייך קלאר אז ס'איז לא עת לחשות, ווייל אויב וועט מען די צערודערטע ווידערשפעניגע כנענית נישט אפשטעלן דא, וועט אין א קורצע צייט בוזשעווען א פייער איבער דער גאנצער וועלט! אירע אנהענגער וואקסן יעדן טאג און זי פּרעדיגט די ליגענטס 24 שעה אין טאג. מ'האט איר אנגעהויבן רופן רעדן אין יוניווערסיטיס, און נאך אביסל ווערט זי פארוואנדלט אין א נאציאנאלע העלדין, וואס דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט איר אפצושטעלן.
ווער ס'האט איידיעס, טאקטיקן, מעטאדן, וואס ער האלט אז ס'קען געטון ווערן, זאל עס ביטע דא מיטטיילן מיט די חברי הקרעטשמע, ובשם ה' נעשה ונצליח.
א גוט שבת
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 1:38 pm
דורך farshlufen
ביטע ווער עס שרייבט ערגעץ, נוצן אביסל פון די פערטע ברכה פון שמונה עשרה.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 2:00 pm
דורך על דא ועל הא
You, dear sir, should please not comment there without spell-check. You will only be hurting the cause.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 2:06 pm
דורך על דא ועל הא
farshlufen האט געשריבן:ביטע ווער עס שרייבט ערגעץ, נוצן אביסל פון די פערטע ברכה פון שמונה עשרה.
אוי ווי גוט די זאגסט. היות מען לאזט נישט לינקן דא קיין יו-טוב, וועל איך נישט עובר זיין אויף די תקנות. איך וועל אבער נאר זאגן אזויפיל, אז די תגובות אויף די קליפ פון פעלדמאן'ס אינטערוויו אוף די עי.בי.סי. שאו "די וויו" זענען א בושה אין א חרפה פארן חרדישן אידנטום. קליינע בחור'לעך מיט צוטריט צום שכן'ס אינטערנעט מיינען אז זיי זענען מקיים א מצוה ווען זיי שרייבן האספולע תגובות אויפן קליפ, פאראורזאכנדיג דערמיט צו געבן באשטעטעגונג פאר אלץ וואס פעלדמאן זאגט אינעם אינטערוויו. אז איר האט זאכליכע תגובות, געשריבן און א מאסגעבנדער טאן - אדרבה לאזט אייך הערן. אבער אויב קענט איר נאר אנפירקלען די ווענט מיט ווילדע צולאזטע לאזונגען וואס זענען נישטאמאל גוט געספעלט איז שוין בעסער זיך צו פארמאכן דאס פיסקל.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 2:12 pm
דורך פיצי קעפעלע
דער שרייבער פון די בלאג וואס "עקספאזד" דעם פעלדמאן האט איצט געשריבען אז זיי פארשען איצט די קראנטקייט פון איר לערנען אין סאטמאר. זיי שרייבען אז זי איז מעגליך א גרויס חלק פון איר יוגענט געגאנגען אין פאבליק סקול, ביז עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די קעיס.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 2:14 pm
דורך תלמודלערנער
אידן האבן זיך אסאך אנגעליטן במשך די דורות, די ערגסטע איז אייביג געקומען פון די אייגענע רח"ל, לאמיר אייך געבן עטליכע ביישפילן:
1) דתן ואבירם האבן פארמסר'ט משה רבינו
2) אקמצא ובר קמצא נחרב הבית.
3) שריפת התלמוד אין פראנקרייך איז צושטאנד געקומען אדאנק א אידישן משומד ימ"ש.
4) מהר"ם מרוטונבורג וואס איז געזיצן יארן אין תפיסה, און נפטר געווארן זייענדיג אין תפיסה, נאך יארן איז ער הערשט געקומען צו קבר ישראל, איז אויך געווען אדאנק א משומד
5) מציצה בפה בימינו אדאנק א אידישע מסית מיטן רבניש'ן לבוש.
6) פאר צוויי ברידער ווארט יעצט א משפט קשה אדאנק א מסירה פון א מכלומרשטן היימישן
דאס איז נאר גאר א קורצע איבערבליק.
לענינו: מ'דארף די מרשעת אפרעגן אויף א פראפיצנאלען אופן, לדוגמא, איבער דעם וואס זי שרייבט אז ביים היימישן עולם גייט מען נישט צו קיין דאקטורים (נישט געליינט, נאר געזעהן דא) וואלט א גוטע אפשלאג געווען אז די אמעריקאנע באפעלקערונג קומט צו דאנקן די חסידישע אידן פאר די העפעטייטיס B (דוכט זיך), פאר די שטודיע האט זיך פארלאנגט א קאמיונעטי וואס וואוינט צוזאמען און פארמאגט אסאך קינדער, דר. ווערצבערגער פון קרית יואל מיט די הילף פון די קינדער געבענטשטע משפחות כן ירבו האבן זיך באשטייערט בגוף פאר די שטודיע, און אדאנק זיי האט מען ערצייגט די העפעטייטיס B SHOT וואס ראטעוועט לעבנ'ס טאג איין טאג אויס.
מיט דעם דרך ווי מ'פרעגט אפ על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון יעדע סעיף מיט קראנטע קעגנזייטיגע באווייזן, קען מען איר באשמיצן און פארשווארצן אלס א פרעכע ליגענער און האסער אויף איר אייגענע קאמיונעטי
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 3:28 pm
דורך market
איך מיין אז ווען מישרייבט דא וואס מ'זאל טון, זאל מען עס שרייבן אין אידיש נישט אין ענגליש
ווי זאגט די וועלט די ווענט האבן אויערן!!
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 3:33 pm
דורך farshlufen
די ווענט קאנען אבער אידיש אויך..
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 3:34 pm
דורך גבריאל
ב"ה די לעצטע שעות איז צוגעקימן אסאך נעגעטיווע REVIEWS
ווער עס קען אדער די ב"ב א גוטע ענגליש און קען ארויס ברענגען א אפאר גוטע נקידות פון די שקרנות און בלבולים זאל טוהן למעשה
מען דארף זעהן אז די בוך זאל פאלן צו איין STAR בוך, אויב עס איז מעגליך צו קאנטאקטען עמעזאן אז די בוך איז א שקרנותדיגע היץ ביך אין זיי זאלן עס אראפווארפען,
אויך ווער עס קען נישט ענגליש זאל עכ"פ וואטען פאר די -1 STAR REVIEWS אלץ העלפפול, און די 5 STAR אלץ נישט העלפפול
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 3:37 pm
דורך קרעמער
פיצי קעפעלע האט געשריבן:דער שרייבער פון די בלאג וואס "עקספאזד" דעם פעלדמאן האט איצט געשריבען אז זיי פארשען איצט די קראנטקייט פון איר לערנען אין סאטמאר. זיי שרייבען אז זי איז מעגליך א גרויס חלק פון איר יוגענט געגאנגען אין פאבליק סקול, ביז עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די קעיס.
זיכער האט זי געלערנט אין סאטמאר, מיינס א קרובה איז געווען איר לערערין און פלעגט אפילו צולערנען מיט איר פריוואט אין שטוב אויפן פארלאנג פון די משפחה
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 3:52 pm
דורך שטייסטענישט
איר בוק איז נומער 13 אין די עמעזאן ליסט.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 3:53 pm
דורך גבריאל
געווען נומ. 4 מיט די נעגעטיווע REVIEWS וועט עס אי"ה טראסקענען
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 3:56 pm
דורך שוועמל
וואס זענען די ליגענטס?
די פאקטן זענען אמת, די שאלה איז נאר וויאזוי מען קוקט דאס אן.
אנע זאגן דארט דירעקט שלעכטס האט זי דאס אבער אראפגעמאלן אויף זייער א שווארצע וועג. און ניין דער בוך פארקויפט נישט קיין שום חכמה אדער אינטעליגענץ, בלויז שמוץ און גאססיפ. און דאס איז די איינציגסטע סיבה פארוואס ס'יז א בעסט סעללער, ווייל דער אלגעמיינער מענטש גלייכט זייער צו לעזן אידישע שמוץ.
עס איז דא צוויי זאכן וואס ברויכן דא א תיקון;
אראפקלאפן דעם פאפולעריטעט פונעם בוך
איר צוריקברענגען צום שורש אדער כאטשיק אפהאלטן פון אירע מעשים פון פארשווארצן אידישקייט
אויף אראפצו קלאפן דעם פאפולעריטעט פונעם בוך, קענען עסקנים [ליין: פאפולערע אידישע פיגורן] שרייבן א פראפעסיאנאלן בריוו צו די פובלישינג זיי זאלן זיך אנטשולדיגן, דאס וועט אויטאמאטיש אפדראפן דעם פאפולעריטעט.
(ואם בעסקנים עסקינן, וואו זענען זיי געווען אין איר יוגנט ווען זי האט זיך געמוטשעט מיט איר פערזענליכע שווערע דורכגאנג פארוואס האט מען דאן נישט געזען עפעס צו טון איר העלפן שטעלן אויף די אייגענע פיס.)
אויך איז וויכטיג אויב קען איינער אין די עפענטליכקייט האבן מיט איר א ינטערוויו און אויפווייזן איר איינזייטיגקייט און צונאר לייגן, וועט דאס גאנץ אסאך אויפטון.
כלפי איר צוריקברענגען, וועט זיכער נישט העלפן איר אראפצורייסן מיט האסליכע ריספאנס'ס צוליב כמה טעמים מובנים. מען דארף דערצו א קלוגן שריט מיט א ווארים אידיש הארץ וואס רעדט צו איר הארץ. זי האט עס געטןן אויס ווייטאג. (שטארק זיך?..)
כי לא ידח ממנו נדח.
גוט שבת.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 4:13 pm
דורך שטייסטענישט
שוועמל דו פרעגסט וואסערע ליגענטס דארט שטייט ? ליין די ערשטע תגובה פון דיזן געהענגעל.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 4:20 pm
דורך קראק-פאט
וואס זענען די ליגענטס? איינס איז איבער מעשים תעתועים רציחה ושפיכת דמים אין קרית יואל, וואס די דזשואידזש וויק האט שוין
אפגעפרעגט. (קרעדיט: פאנדיט)
מיינס א קרובה האט געלערנט מיט איר אין סאטמאר.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 4:20 pm
דורך על דא ועל הא
שטייסטענישט האט געשריבן:שוועמל דו פרעגסט וואסערע ליגענטס דארט שטייט ? ליין די ערשטע תגובה פון דיזן געהענגעל.
גראדע שרייבט זי עס אלץ א מעשה וואס איר מאן האט איר פארציילט, און זי שרייבט נישט אז זי האט עס מברר געווען אדער וואס. צו איר מאן האט איר געזאגט ליגן, צו גאר דער וואס האט פארציילט פאר איד מאן די מעשה האט געזאגט ליגן - דאס לכאורה דארף איר שוין נישט זיין נוגע. זי שרייבט א ביאגראפיע, נישט קיין אנציקלאפעדיע.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 4:25 pm
דורך שטייסטענישט
זי דערציילט דעי מעשה אלץ א פאקט, אפילו זי האט מודה געווען אז זי האט עס קיינמאל נישט מברר געווען פאר 100%
אויף די וויוא האט זי געזאגט נאך א ליגענט (אויב נישט א גאנצער ליגענט, איז עס געווען "מיסליעדינג") וועגן לייבי קלעצקי האט זי אראפגעמאלן דעם ארון לוי שר"י ווי א טיפיקעל חסידיש אויסזענדע איד.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 4:26 pm
דורך על דא ועל הא
שטייסטענישט האט געשריבן:זי דערציילט דעי מעשה אלץ א פאקט, אפילו זי האט מודה געווען אז זי האט עס קיינמאל נישט מברר געווען פאר 100%
אויף די וויוא האט זי געזאגט נאך א ליגענט (אויב נישט א גאנצער ליגענט, איז עס געווען "מיסליעדינג") וועגן לייבי קלעצקי האט זי אראפגעמאלן דעם ארון לוי שר"י ווי א טיפיקעל חסידיש אויסזענדע איד.
נישט אמת. זי זאגט "א איד מיט א יארמולקע".
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 4:42 pm
דורך שטייסטענישט
און ער גייט נישט מיט קיין יארמולקע!! (נישט אלעמאל)
אבער דעיס איז בעסיידס די פוינט. א גוי וואס ווייסט נישט קיין סך וועט נאכן וואטשן פעלדמאן נישט וויסן צח מאכן א חילוק צווישן א איד ווי לוי ארון און מיר/דיר... פעלדמאן אבער ווייסט גאנץ גוט די חילוק! און זי וויל עס פארוואסערן כאילו סיז אלעס איינס. יו געט די פוינט.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 5:02 pm
דורך DotCom
שוועמל, דו רעדסט צום זאך, אבער איך האלט אז פירן א דיבאטע מיט איר פערזענליך איז זייער א איינגעשטעלט זאך, אויב וועט זיין איין זאך וואס מ'וועט איר נישט קענען אפענטפערן אזוי אז דער גוי זאל עס פארשטיין האט זיך גארנישט געלוינט, און באמת איז דא צענדליגער אזעלכע זאכן וואס דער איד האלט אנדערש פונעם גוי און דער גוי וואס איז מקיים דעם הלכה היא בידוע מיט אלע הידורים וועט עס פשוט נישט פארשטיין און זי וועט נאך ארויס דער געווינער, היל"ת.
נאך א סיבה פאר וואס נישט, ווייל אטענשאן פאר איר פערזענליך וועט נאר אויפרייצן אירע שותפים לדבר עבירה, ליידער איז דא הונדערטער אויב נישט טויזענטער וואס זענען איר מקנא מיט די אטענשאן וואס זי באקומט, און ווען זיי וועלן זעהן ווי גרינג עס איז וועלן זיי איר נאכמאכן, הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב, פאר'ן גלות איד איז בעסער אז מען רעדט נישט פון אים, און דער עיקר איז ווי דו זאגסט, מען דארף צילן אויף צוויי זאכן, איינס, אז דער בוק זאל זיך נישט פארקויפן וואס דאס וועט אפשטילן דעם טומל ארום אונז, און צוויי, אז דער פובלישער זאל חרטה האבן, ולמען ישמעו וייראו.
אויב דעס וועט געלונגען בעזהשי"ת וועט מען דעמאלט קענען ארבעטן אויף איר תשובה.
שבת שלום ומבורך.