פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 11:31 am
דורך טהור-עיניים
גבריאל האט געשריבן:זי זאגט אויך אז בקרוב גייט זו עפענען א הכנסת אורחים היים פאר די קומענדיגע פליטים.. און מוטיגען אנדערע...רח"ל.
איך גלייב שווער אז זי וועט האבן די מעגליכקייטען, אבער מיט אזעלכע רשעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען
זי זאגט? אזוי גאר, וואס נאך זאגט זי עפעס?
לענין, עס איז שוין דא אזאנס, זי גייט נישט זיין די ערשטע
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 12:16 pm
דורך ניק ניק
און מיר איז געווען א גרויסע חידוש אז העץ ביכער אקעגן אונז איז א זעלטענע זאך אזש אז ס'האט געמאכט א שטארם
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 4:09 pm
דורך טהור-עיניים
על דא ועל הא האט געשריבן:טהור-עיניים האט געשריבן:גבריאל האט געשריבן:זי זאגט אויך אז בקרוב גייט זו עפענען א הכנסת אורחים היים פאר די קומענדיגע פליטים.. און מוטיגען אנדערע...רח"ל.
איך גלייב שווער אז זי וועט האבן די מעגליכקייטען, אבער מיט אזעלכע רשעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען
זי זאגט? אזוי גאר, וואס נאך זאגט זי עפעס?
לענין, עס איז שוין דא אזאנס, זי גייט נישט זיין די ערשטע
זי טענה'ט אז די ערשטע איז גוט אויף צו אראנדזשירן טשולענט פארברענגנס, נישט אויף צו שטיצן מיט "ערנסטע" הילף (ליין: געבן געלט).
ניין, עס איז שוין דא אזאנס אויך, און יענע ווערט דוקא געפירט דורך א פראפעסיאנעלע פרוי, נישט דורך אזא אגעריסענע ווי זי
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 1:15 am
דורך ניין
עס ליגט טאקע זייער אסאך אמת אין דעם אז צו שפריצן אויף א פייער קען עס נאך מער אויפקאכן און האלטן לענגער ביים לעבן, אבער נישט אייביג קען מען דאס זאגן. איגנארירן דארף מען אויך וויסן ווען און וויאזוי צו טון. א גרויסע קונץ יענער באשמיצט דיך און דו בלייבסט שטיל, "נאו קאמענט". האט יענער למעשה געוואונען און די לשון הרע בלייבט שטיין ווי א באשטעטיגטע און די קומענדיגע צען יאר וועט יעדער וואס שרייבט נאר אן ארטיקל וועגן חסידים, צי סיי ווען מיר וועלן זיין אין די נייעס, וועט דער רעפארטער לויפן שנעל ליינען דעם בוך און אזוי אריינמישן שטיקלעך אינפארמאציע וואס ער "האט זיך דערוואוסט פון אן אינערליכן קוואל, פון אן עקס-חסיד'קע".
אמת, דער בוך וועט נישט איבדערייען די וועלט, אלעס וועט ווייטער אנגיין, קיינער וועט נישט יעצט קומען פארטרייבן די חסידים פון ניו יארק, אבער אויב יעדער גוי וואס האט סיי וועלכע שייכות מיט אידן לויפט עס קויפן, זייט מיר מודה איז דאס בכלל נישט אזא גוטע זאך. דאס קען טוישן דעם אלגעמיינעם בליק. איך האב שוין געהערט פון גענוג וואס זייערע גוים אין דזשאב זענען ביזי זיי דעבאטירן; זיי זענען שוין יעצט מומחים אין דעם היימישן לעבנסשטייגער. זיי ווייסן די אלע מאדנע און נעגאטיווע דעטאלן פון אונזער פריוואט לעבן. כ'בין זיכער יעדער פאליציאנט אדער סיי ווער עס האנדלט מיט אונז חרדים איז דאס געלאפן קויפן. יעצט אפילו עס גייט יעצט גארנישט געשען פיזיש, מ'וועט נישט קענען אנטאפן ממשותדיג, אבער טויזנטער גויאישע מוחות וועלן פארטעמפט ווערן מיט אומריכטיגע נעגאטיוע פאקטן קעגן אונז. און דאס פעלט אונז לגמרי נישט אויס.
און זאגט נישט אז עס איז שוין אלץ געווען ביכער קעגן אונז, פארגעסט נישט די חילוק צווישן ביכער וואס פלעגן סתם באשימפן און באשעלטן אידן און די נייעס וואס זאגן אז אידן זענען שווינדלער און אלע אנדערע מעשיות, ווייל דאס איז גאר אנדערש. אן אלגעמיינע העצערישע בוך אדער ארטיקל, געט א שאקל אויף אבער מען גייט ווייטער. אבער דא איז [כמעט] די ערשטע מאל וואס "א געוועזענער משלנו" רעדט און מאלט אראפ כלומרשט מיט אלע דעטאלן וואס עס טוט זיך אפ אין אונזער טאג טעגליכע לעבן מיט די שווארצטע קאלירן. און דאס האט א שטארקן כוח ווייל מענטשן גלייבן א "קאנפעשאן". יענער איז דאך דארט געווען. און טאקע פון אמעריקאנער חסידים דא אין ברוקלין.
איך האלט נישט מען דארף יעצט אנהייבן ארומלויפן איבעראל און האלטן דרשות וועגן חסידים און זיך פארענטפערן, אבער איגנארירן אינגאנצן איז אויך נישט די וועג. ווי אייביג איז דער דרך הממוצע די בעסטע.
מ'דארף טאקע נישט איבערדרייען א וועלט און רעאגירן ווי גלייך מען האנדלט דא א מעידזשאר קריזיס און ווי גלייך עפעס א גרויסער פראפעסאר האט דא געשאקלט א וועלט מיט א מעידזשאר אנטדעקונג, אבער מען מעג זיך וויסנדיג מאכן. מען דארף זיך וויסנדיג מאכן. ווען יענער זאגט איך בין א גנב, וויל איך פשוט סטרעיטענען די רעקארד אז איך בין נישט קיין גנב. נאכדעם קען יעדער באשלוסן וועם און וואס ער גלייבט. אבער איך דארף קלארשטעלן "רבותי, יענער איז א ליגנער, ער פארדרייט פאקטן, און איך בין אויסדריקליך נישט קיין גנב."
מען מוז נישט לויפן אויף שאוס און פירן וויכוחים, אבער די מינימום מעג מען טאן. עס דארף כאטש אויפגעשטעלט ווערן א גוטע סייט וואס זאל איר אפפרעגן ווי ווייט מעגליך. איינער וואס האט דורכגעלייענט דעם בוך און איז אן אפענער קאפ, זאל ברענגען יעדן פונקט און פאראגראף ווי זי שרייבט שטותים מיט לאקשן, ווי זי פאדרייט אפענע פאקטן, וואס אפילו נאר פון אירע אויסצוגן האבן איך שוין געזען גענוג, און זיי שטעלן אין פלאץ. פשוט זאגן "רבותי, דאס און דאס איז פשוט ליגט". און ווי מער ברענגען דאקומענטן, ווי אויסצוגן פון ספרים, קונטריסים און צייטונגען, און בילדער, אויב שייך, צו ווייזן אז זי איז א פראסטע ליגנער.
און דארף מען ארויסברענגען די זאכן וואס זענען יא אמת מיט א קלארע הסבר די באדייט דערפון וויי ווייט מעגליך. געוויסע זאכן קענען זיין לאגיש אפילו פאר א גויאישן קאפ. אסאך זאכן קען מען מסביר זיין דעם ענין פון גדרים וסייגים, וואס מאכט אויס סענס. אסאך זאכן זענען טראדיציעס, וואס גוים פארשטייען אויך צו רעספעקטירן און זיי אליין האבן גענוג. (מ'קען אפשר אויך ברענגען אינטערוויוס, אפילו געשריבענע, און געמאכטע דעבאטעס ווי עס זאל גוט ארויסגעברענגט ווערן דער געדאנקענגאנג פון א פרומען לעבן אין א וועג ווי עס לאזט זיך פארשטין.)
אויך ארויסברענגען אז געוויסע זאכן וואס זי ברענגט זענען נאר מנהגים פון די פרומערע פראצענט וואס ווילן מרצונם הטוב ארויפלייגן חומרות און הידורים און קיינער שטערט זיי נישט פון לעבן וויאזוי זיי ווילן, אבער צו קומען זאגן אז "דאס זענען חסידים און דאס ווערן זיי געצווינגען צו טאן" איז ריין ליגנט. נישט אז מיר שעמען זיך דערמיט אויב יעדער פירט זיך אזוי, נאר פשוט צו איבערצייגן ווי זי האט איין ציל: אפשפעטן. דעריבער יעדע זאך וואס זי האט נאר געקענט טרעפן עס צו מאכן אויסזען מער מאדנע, אפילו זי ווייסט גאנץ גוט אז רובא דרובא טוען עס נישט, האט זי עס דוקא אריינגעשטופט כדי צו פעינטען א מאדנע בילד און בכלל נישט דערמאנט אז דאס איז נאר פאר די אלטרא פרומע.
ווייטער אויף אירע פערזענליכע געפילן און אבזערוואציעס איז נישט שייך, דאס דארף מען נישט אפפרעגן, נאר פשוט ארויסברענגען גוט איר פארגאנגענהייט, אירע פינסטערע מעשים, און פשוט איינמעלדן ווער עס איז דער אבזערווירער וואס רעדט דא. וואו האט זי זיך געדרייט, וויאזוי זי איז אויפגעוואקסן, אירע עלטערן, איר בעקגרארונד, ואוס האט זי געטאן נאך די חתונה, וועלכע סארט ווייב זי איז געווען, און דערנאך זאל יעדער לייענער פונעם בוך באשליסן צי זי קען אריינגיין אין כלל פון "א געוועזענע חסיד" וואס קען אנאליזירן דעם חרדישן לעבן. צי זי האט נישט קיין בייעס אין יעדעס ווארט וואס זי שרייבט. און דאס וועט אויך אויטאמאטיש פארשטיין געבן פארוואס די איבריגע 99 פראצענט ארטאדאקסן האבן נישט אזא מרה-שחורהדיגן און נעגאטיוון בליק אויף אונזער הערליכן לעבן. נאר פונקט פארקערט, און פאר דעם באשליסן די איבריגע 99 פראצענט צו בלייבן גיין אין אונזערע עלטערנ'ס דרכים. זי איז נעבעך נישט שולדיג אז זי האט געהאט אזא שווער לעבן.
דערנאך דארף קומען דער חלק וואס זאל ארויסברענגען די פאזיטיווע חלק פון אידן, די שיינקייט פון חרדישן לעבן, די "ריעל לייף אף עי חאסיד". מען דארף דאס קענען זייער גוט ארויסברענגען. מיט א שטארקע קאנפידענץ, מיט טעם, מיט פארשטאנד, אבער וויסן ווי איין און ווי אויס, וואס און וויאזוי צו זאגן . ווי צופרידן מיר זענען, ווי צופרידן די פרויען זענען, ווי זיי וואלטן נישט געטוישט מיט קיין קורץ קליידל פאר די וועלטס געלט און טוען וואס זייער פרומע הארץ באגערט. און די משומדת וואס פארלאנגט "טאלעראנץ", דארף וויסן אז דאס גייט אויף ביידע וועגן. מען דארף אויך דערליידן און רעספעקטירן די וועמען עס גלוסט צו זיין איידל און אפגעהיטן און די וואס תאות עולם הזה פארנעמט נישט ביי זיי דעם אויבנאן ווייל זיי גלייבן אין א נצחיותדיגן עולם שכולו טוב. זייער גרעסטע הנאה איז איין זאך: טון דעם רצון השם. און די צווייט-גרעסטע הנאה איז צו קעיר נעמען פון די קינדערלעך און אנגרייטן משלוח מנות און וואטעווער. און ביי די זעכציג יאר, וועלן זיי טאקע נישט קענען עסן קיין לאבסטער און חזיר-סענדוויטשעס אבער זיי וועלן זיצן ביי א טיש ארומגענומען מיט די קינדער און צענדליגער איינקילעך וואס וועלן איר טריעטן ווי א קעניגן, און ווי זי האט געטריט אירע עלטערן, און שעפן נחת ביז די הונדערט און זיי וועלן איר פירן אויף א גאלדעענעם טאץ. אבער דו וועסט קענען גיין מיט הויזן... און דאס וועט זיין דיין איינציגע הנאה. נאר ליידער וועט עס שוין דעמאלט האבן אויסגעוועפט און וועסט זיין די זעלבע אומצופרידענע ווי מיט'ן סקוירט, וכדו'.
דערנאך ארויסברענגען די רעזולטאטן פון אונזער לעבן, נישט נארישע בארימערייען נאר פאקטן וואס קענען באשטעטיגט ווערן .
סטאטסטיסטיק פון רציחות און שטעכערייען ביים אלגעמיינעם פאלק און דערקעגן ביי היימישע אידן. עס איז נישטא כמעט קיין איינס (ווען נישט לוי אראן, וואלט מען נישט געדענקט איין מארד, און ווען נישט די פארשטינקענע פאליטיק, וואלט מען נישט געקענט ציילן אויף איין האנט קיין געשלעגן.) אלע פאליציי סטאנציעס אין די היימישע געגנטער קענען באשטעטיגן אלס פאקט די נידריגע ציפער פון שיסערייען שטעכערייען און גניבות אין די געגנטער. אויך די געשלעגן און קנאה-שנאה אין זייערע געמישטע שולעס, ווי מען עסט זיך אויף איינער דעם אנדערן לעבעדיג, דאקעגן ביי אונז. די הויכע צאל דראג און אלקאהאל און אנדערע עדיקשאנס, וואס איז ביי אונז רעלאטיוו נישט בנמצא.
מען דארף ברענגען סטאטיסטיקס פון רעיפ ביי גוים און דערקעגן ביי אידן שומרי תורה ומצוות. און דאס איז טאקע א רעזולטאט ווייל אונזערע פרויען זענען באשיידן און גייען אנגעטאן צניעותדיג און נישט דוקא ארויסצורייסן דעם אויג פון יעדן פארבייגייער. די משונה'דיגע פראצענט פון אומגעטרייע פארפעלקער, דאן די אומנארמאלע הויכע ראטע פון גטין ביי גוים, וואס איז העכער פופציג פראצענט, דערקעגן ביי אונז. וואס אלעס איז נאר א דאנק דעם "פאנאטישן" לעבנסשטייגער, אבער יעדער גוי וואלט זיך געוואונטשן אז אין זיין קאמוניטי זאלן די אלע פראבלעמען פארשוואונדן ווערן.
דערנאך די זעלטענע חסד ווי מיר העלפן זיך איינער דעם צווייטן בלי גבול , די יעדן טאגיקע פארטיס, ווי אויך די ליסטע פון אלע חסד ארגאניזאציעס, פון חי לייפליין ביז תומכי שבת און חבירים און אלעס אינדערצווישן, וואס איז פשוט די שענסטע גשמיותדיגע שיינקייט אבער א רעזולטאט פון א רוחניותדיגן לעבנסשטייגער. א פלייץ פון וואלונטירן וואס העלפן אנדערע אידן אין צייט פון נויט.
סאו א לעבן וואס ווארפט אוועקק די אלע טעגליכע תאוות אבער לעומת זה האט פאקטיש נישט די אלע גרעסטע פראבלעמען וואס פלאגט די אלגעמיינע געזעלשאפט, איז אזוי שווער צו פארשטיין אז זיי זענען צופרידן מיט זייער לעבנסשטייגער? זענען די אלע זאכן טאקע גארנישט ווערט, וויבאלד זיי פאלגן פארשידענע רעליגיעזע דינים און חסידישע מנהגים, וואס געט אפשר נאך בלויז צו א טעם? טאקע נאר עסן טשיס-בוירגערס מאכט אז א מענטש זאל זיין צופרידן? און אגב, מרת פעלדמאן, אין קעיס האסט שוין פארגעסן, רעסטאראנטס איז ביי אונז מותר לכל הדיעות. און איך טריי אפילו נישט צו זאגן אז עס זענען נישטא אומרעליגיעזע וואס זענען העפי, אבער די פוינט איז אז פונקט אזוי, אדער נאך מער, זענען מיר "חסידים" זייער צופרידן אין לעבן. סאו אויב דו ביסט געווען פון די וואס זענען נישט געווען צופרידן, איז מעגליך אז טאקע ווייל האסט נישט געפירט קיין ריכטיגע ערליכע לעבן, ווי מען זעט יעצט, אבער דאס דינט לגמרי נישט ווי א כלל אויף חסידים אין אלגעמיין . איך האף דו קלערסט נישט אז יעדע גויטע מיט הויזן וואס דרייווט א קאר און עסט ביי מעקדאנעלדס, איז העפי אין לעבן. סאו דו ביסט געווען פון די נישט צופרידענע ביי חסידים, פיין, אבער קעגן דעם זענען דאך דא אזויפיל יא צופרידענע, סאו קום נישט ארויפלייגן א נאסע ליילעך אויף "ארטאדאקסן" ווי זיי האבן א דעפרעסט לעבן. פונקט ווי דאס אז דער קריסטליכער דזשאן דאו האט זיך גענומען דאס לעבן איז נישט קיין באווייז יעצט אז אלע קריסטן זענען אומצופרידן מיט'ן לעבן.
מ'קען אויך זאגן ווי א ריזיגער חלק פון אונז האט בכלל נישט קיין אינטערנעט. (און דעריבער רוב פון די קאמוניטי וועמען זי האט באשמיצט, קענען זיך אפילו נישט פארטיידיגן, זיי האבן ניטאמאל געהערט איבער דעם בוך און זייערע קאמענטס קענסטו נישט לייענען.) די וואס האבן יא, האבן א ריזיגער פראצענט דזשעינעט, וואס בלאקירט יעדע סארט אומאיידעלע בילד. דאס קען א גוי פארשטיין און אפילו באוואונדערן. (אינטערעסאנט ווי אויף איין שאו האט דער אינטערוויואירער איר געפרעגט אויף דעם וואס זי זאגט אז די חסידים האבן נישט קיין אינטערנעט אבער ער זעט אזויפיל קאמענטס פון חסידים יעצט נאך איר בוך, אויף וואס זי האט געענטפערט עפעס בערך ווי "יא, ווייסטעך, אבער יעדער ברעכט די רולס". סאו די היפאקראטיע איז גרויס. פון איין זייט חלשט זי ארויסצוברענגען ווי נאאיוו די חסידים זענען נעבעך אבער א מינוט נאכדעם ניצט זי א פארקערטע סטראטעגיע זיי צו באשמוצן ווי גלייך יעדער ברעכט דאך די רולס. אבער טייערע מחבר'טע: מ'קען נישט טאנצן אויף ביידע חתונות! אדער זענען מיר א באנדע באגרעניצטע תמימותדיגע נעבעכלעך אדער זענען מיר אונטערגעציפטע פיפיגע לייט וואס טשידן אויף אלעמען. נישט ביידע! אבער באמת ליגט דא א גאר וויכטיגע נקודה, וואס מ'דארף גאר שטארק ארויסברענגען פאר די וועלט: אוודאי זענען דא די מערסט עקסטרעמע חסידים וואס אויף זיי קען מען דערציילן די מערסט מאדנע זאכן, דערקעגן זענען אוודאי דא די מערסט ליבעראלסטע חסידים וואס טוען כל מה שלבם חפץ און מ'קען זיי טרעפן איך-ווייס-נישט-וואו, אבער ווען מ'רעדט פון א קאמוניטי רעדט מען פון די מעינסטריעם, די מיטלסטע 75 פראצענט. און זיי זענען די מעסיגע, נארמאלע, פרומע ערליכע אידן, אויף וואס די אלע בלבולים קלעבן לגמרי נישט. פעלדמאן האט גענומען פון אלע זייטן די עקסטריעם און אראפגעלייגט ווי "דאס איז די חסידיש לעבן", וואס איז א בלבול און א טיפישע סטיריאטייפינג וואס דער פאבלישער וואלט געמעגט אויסמיידן אדער פרובירן קאנפירמען און קראס-רעפרענצן איידער'ן דרוקן א בוך. כ'מיין אויב זי זאל ווען שרייבן אז אלע טאטעס מוזן יעדע נאכט עסן דריי וויידלעך פון א לעמעלע וואלט עס מיטגעגאנגען. זי האט געהאט א פרייע האנט צו שרייבן ווי איר געפעלט, און דאס טראץ וואס דער פאבלישער האט פיין געוואוסט אז זי איז אבוויעסלי איבערגעיוירן מיט שנאה און איז טאטאל בייעסד קעגן די חסידים.
דאס אלעס קען זיין זייער קלארע לאגיק און עס קען אסאך פארשטיין געבן כאטש פאר די ואוס ווילן פארשטיין. די וואס האבן פשוט געזוכט נאך א וועג ווי צו קענען אויסגעבן זייער אנטיסעמיטישע געפילן, יענע האט דאך דער בוך גארנישט ערגער געמאכט. אבער עכ"פ די נארמאלע שיכט וואס וועלן פרעגן קשיות און וועלן באמת וועלן פארשטיין צי די אלטרא-ארטאדאקסישע אידן זענען טאקע אזעלכע משוגעים, זאלן זיי האבן וואו צו נאכקוקן.
יעצט א זייטיגער פונקט. די גרויסע פאבליסיטי וואס זי באקומט, מוז בכלל נישט קומען פון אנטיסעמיטיזם און אויך מוז עס נישט מיינען אז די גאנצע וועלט איז יעצט אויף דערמיט. איי דו זעסט איר אויף אזויפיל פלעצער און אזויפיל האבן איר געשאנקען אינטערוויוס? איז קודם, מיר אלע האלטן דאך נישט מיט די אלע אנדערע ביכער און מחברים וואס קומען ארויס מיט ביכער און באקומען די זעלבע צאל אינטערעוויס. עס קומען ארויס יעדן טאג ביכער און מעמוארן און אייביג ווען עס איז עםעס אן "אויפדעקונג", עפעס פון וואס ווייניג האבן ביז היינט געקענט האבן א שאנס צו ליינען דערוועגן, וועלן אלע זיי רופן פאר אינטערוויוס. די רגע איינער האט איין גוטע דיפרענט אינטערוויו, קענען אלע אנדערע רופן, איבערהויפט ווען מ'טראכט אז די צוקוקער וועלן האבן אן אינטערעסע דערין. דער וואס איז אוועק פון אמיש-טאון באקומט אויך איבעראל אינטערוויוס, ווען א געוועזעער פריעסט קומט ארויס מיט סחורה אויף זיינע געוועזענע גלחים קאלעגעס, וועט אים יעדער נאכלויפן, און ווען א מענטש איז געווען טייל פון אן אמאזאן שבט, וועט אויך יעדער עס דעקן. און כ"ש ווען עס רעדט זיך פון א סארט סעקטע וואס ביז היינט האט קיינער נישט געקענט באקומען קיין אינערליכע בליק אדער אינטערוויוען מיט אן "אינסיידער", סאו עס איז זייער פארשטענדליך. איבערהויפט ווען חסידים זענען מערערע מאל געווען אין די נייעס לעצטערע יארן, סאו אסאך האבן אינטערעסע. אבער טאקע פאר דעם דארף מען כאטש האבן עפעס ווי מ'זאל קענען אנצייגן פאר מענטשן, אדער א קאלעגע ארבעטער וואס קומט מיט א זאק קשיות נאך דעם בוך איבער אונזער לעבן, אז ער קען דארט קוקן פאר אן אמת'ע בליק אויף אונזער לעבן און זען וואס איז אמת און וואס נישט.
נאך איין הערה. א שאד כ'נישט פריער געזען דעם אשכול, ווייל איך זע פון דא איז געקומען די קאמפיין, אבער פליז פליז פליז, לאזט נישט קיין שעלטנדיגע קאמענטס. אין ערגעץ. נאכאמאל, שרייבט נישט מיט קיין קללות און טשעפערייען אויף איר אויף קיין שום בלאג אדער וועבסייט. און נאך מיט אזא שוואכן ענגליש וואס געט ארויס דיין אפשטאם. העכסטנס א רואיגע פוינט ארויסברענגען אויב דו האסט. אויב נישט, זאג גארנישט. אויף עמעזאן איז טאקע זייער גוט צו אראפברענגען די רעיטינג, אבער די ריוויו דארף זיין א פיץ מיט שכל און דארף מאכן סענס "פאר א גוי". אז נישט, מאכט עס נאר ערגער און טראכט וויאזוי דו וואלסט אנגעקוקט ווען א מוסולמענער געט ארויס א בוך קעגן זיין געוועזענעם לעבן און מען הייבט אן זען שימפנדיגע נעגאטיווע קאמענטס וואס ברענגען ניטאמאל ארויס א געהעריג פונקט איבער וואס דער בוך רעדט נאר סתם מען שעלט אים צוזאם, און נאך טאקע פון מענטשן וואס האבן קיינמאל פריער קיין ריוויו נישט געגעבן. אזוי קוקט עס אן יעצט דער גוי און מ'זעט ווי אלע כאפן די העצע קאמפיין אויף וואס די ווילד-צעטומלטע האסידים האבן זיך ארויסגעלאזט אויף דעם וואס האט "אויפגעדעקט" זייער לעבן. מיט די נאאיווע אויסדרוקן, פערזענליכע אטאקעס, און גיפטיגע קללות מאכט עס נאר א נענטערן איינדרוק צו דעם וואס דבורה'לע וויל אונז אראפמאלן פאר'ן גוי. עס טוט ממילא גארנישט אויף, סאו האלט אייך רואיג. און אגב, די בעסטע אנטידאוט צו אזא בוך וואלט געווען ווען מיר זאלן זיך אויפפירן ווי א איד דארף זיך טאקע אויפפירן און מאכן א קידוש השם ווי דו גייסט און מיט וועלכן גוי דו האנדלסט. איין גוטער אקט, רעדט מער ווי א גאנצע בוך.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 2:13 am
דורך שוועמל
דויערהאפטע נקודות הרב ניין.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 2:21 am
דורך מי חכם
דאס איז לדעתי די בעסטע וועג. און טאקע דלא ווי טייל האבן געשריבן אויבן אז מען זאל זיך קאנצעטרירן אויף די אישוס ווי איידער אויפן פערזאן, אבער דער אמת איז פונקט פארקערט. די אישוס, האבן רוב חברים מסכים געווען, מיט א היבש ביסל לאגיק, אז עס איז נישט גוט צו האלטן אן די עיר ווי מ'זאגט.
ווידעראום דער פערזאן, איז די וויכטיגסטע, יא צו ארויסברענגען ברבים פאר די גאס, ספעציעל ביי גוים וואס קוקן זיך צו צו רוב ענינים בכלל, און צו דער סומאטאכע בפרט מיט א נאאיווע בליק פון דער זייט, מאכט די שטערקסטע רושם די קרעדיביליטי וואס דער שרייבער האט. אפילו ביי א פרעזידענט קאמפיין זענען לאו דוקא אישוס קובע, מער דעצידירנד איז דער אימעדזש פונעם קאנדידאט. און מער ווייניגער די קאמפיינס ארבעטן אונטערצומינעווען דעם קעגנערס אימעדזש.
(ולהערה בעלמא יאז עס לאו דוקא ביי גוים, ה"ה ביי אידן איז די זעלבע)
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 3:11 am
דורך שוועמל
איינער האט צוגעוויזן אז אויף די אינטערוויו מיט די דייטשע נייעס פילם איבער "וויליאמסבורג, און די עטוואס אנדערע וויליאמסבורג" און ר' משה דוד נידערמאן פון UJO זעהט מען דבורה פעלדמאן גיבן א טור פאר די נייעס פילם אום סאמע שבת קודש ארומפארנדיג מיט איר קאר די ווילאמסבורגע גאסן צייגנדיג די 'עטוואס אנדערע וויליאמסבורג'.
די פילם איז געפאוסט אויף יוטוב אום אוגוסט 7 11', און ווי זיי זאגן דעמאלטס אז פעלדמאן שטודירט און שרייבט יעצט ביכער.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 1:32 pm
דורך קרעמער
דער פעטער פון די שרייבערין האט זיך צועפנט דאס הארץ וואס בלוטיגט און געשריבן א לענגערע בריוו וואס איז ארויפגעשטעלט אויף די אויבנדערמאנטע וועבזייטל. דער פעטער [וואס רופט זיך אויף ענגליש 'איזי'] שרייבט אז ער מיט א ברודער האבן באצאלט 50 טויזנט דאלער פאר איר חתונה און אז ער האט די טשעקס און רעסיטס דערפון, אויך אז זי האט געפייגערט פאר די שידוך און קיינער האט איר נישט געצווינגען דערצו.
ויסכר פי דבורה שקר [קרעדיט: מקגראס אויף טוויטער]
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 1:33 pm
דורך קראק-פאט
ער מיינט לכאורה אז ש.ר. שטייט אונטער דעם בלאג. (יענער שרייבט זיך אונטער RS)
אגב, אין די קאמענטס אויף איינע פון די פאוסטס דארטן, לינקט איינער אהער צו דעם אשכול (און צו בעה"ב) אז פון דא האט מען געהייסן לייגן שלעכטע ריוויוס אויף עמעזאן.
הזהרו בתגבותיכם
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 2:59 pm
דורך שטארק זיך
וואס עס איז דעם ראזענבערג׳ס אגענדע היצטערט איז נישט קלאר; מיט סימפאטיע צו היימישע אידן האט דאס זיכער קיין שייכות. איך שפעקוליר אז אולי זעהט ער אין די מכשיפה אן ערענסטע קאנקורענט צו איבערנעמן זיין פאזיציע ווי דער פאפולערסטער אידישער שונא ישראל.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 4:33 pm
דורך farshlufen
מה ענין הרב קאפעלמאן ורב וואלהענדלער ז"ל לשם?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 7:25 am
דורך כתר ישועה
הרב ניין האריך בטוט"ו בצדדי המעלות וכו' וכו', אבער ממוז נעמען אין באטראכט, אז די אמת איז, א גוי "קען נישט" פארשטיין א יודיש לעבן, והגם שהרבה דברים אפשר לקרב אל השכל, אבער אסאך וועט נאך בלייבן ביי זיי מאדנע, און ממילא אולימ מוטב שלא לתרץ אפילו חלקו, כדי שלא יאמרו שכיון שלא ענו על זה שמע מינה שאין להם ישוב ותירוץ, ודו"ק כי נכון הוא. לא באתי אלא להעיר, ועכ"פ צריך לשאול בדעת תורה.