בלאט 3 פון 5

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 3:17 pm
דורך צייטליך
זאג נאר. איך זעה נישט פארוואס די - און נאך אנדערע - זענען אזוי היסטעריש. און לאז שוין אפ מיט די שרעקעדיגע שפריכן, אונזער נאמען איז בכלל נישט פארשווארצט, בלוט גיסט זיך דייקא נישט אין די גאסן, און ס'איז נישטא קיין שום מארד-מאשין אפצושטעלן. אויף די טיווי שאו ביים ענדיגען זאגט די אנקער קלאר אז ס'איז בכלל נישט קעגן די אידישע רעליגיע אלזא, 'וויסטע האס און שנאה קעגן דאס אידיש פאלק' איז נישט נאכנישט פארהאן אין די מידיאו דערוועגן. האלט זיך רואיג, פאוואליא, טאנץ נישט אזוי שנעל, ס'האט גארניקט פאסירט.

ס'איז נישטא קיין גרויסע סיבה פארוואס מיר זאלן זיך פארענטפערן אפילו ס'איז שקר. פארשטיי ביטע אז מיטן זיך פארענטפערן וועלן מיר נאר מער אריינפעלן אין די הענט ווי מיר ווילן דייקא נישט אריינפאלן. נעגעטיווע און פאזעטיווע דעקונג אין די חלק שהצניעות יפה בהם איז נישט גוט. קיין אונטערשייד. נישט רעדן דערפון איז דאס בעסטע. ווי געלעגער האט שוין דערמאנט.

אויב וועט מען אנפאנגען לייקענען וועט מען יעדן טאג זיין פארנומען מיט א צווייטן, ס'פאפיר דילדט אלעס, היינט שרייבט זי און מארגן שרייבט א צווייטער. די פרעמדע גויאישע גאס וועט במילא ענדערש אפקויפן איר זייט פון די מעשה ווייל ס'איז אינטערסאנטער. קענסט אויפנעמען א פי.אר. פירמע, זי האט דאס שוין. זי איז אין די צייטונגען, אויף טיווי שאוס וכדו'. ס'איז שווער און זייער נישט גוט צו פירן אזא מלחמה.

שווייג שטיל, א צווייטע בוך קומט ארויס מארגן און פופטע איבערמארגן און מ'וועט פארגעסן פון איר בוך.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 3:25 pm
דורך מאנ-יימער
פאנדיט האט דא זייער גוט ארויסגעברענגט פארוואס זיך דווקא יא האלטן שטיל
גאנץ ענדליך צו צייטליך'ס מיינונג

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 3:47 pm
דורך זאג נאר
אוטש... רבו עלי חביריי. איך געב אויף די מערכה.

תרגום יונתן זאגט זייער שטארקע שכל'דיגע דיבורים, און צייטליכ'ס פונקט וועגן די דברים שיפה להן הצניעות איז אויך זייער א באגרינדעטע סברא, וואס ברענגט טאקע צו זאגן מ'זאל שטיין ווייט פון אויסקאכן א קוגל, אפילו זאל עווענטועל ארויסקומען א טובה.

אלזא, לאמיר אננעמען א מויל פול מיט וואסער, איינזאפן דעם ווייטאג אין זיך, און די שמוץ וועט זיך אי"ה אויפלאזן פון זיך אליינס. מיט'ן ענטפערן וועלן מיר בלויז צושטעלן פרישע צינד-שטאף.

נמנו חברי הקרעטשמע וגמרו, שהשתיקה יפה לה.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 3:49 pm
דורך צום זאך
די ריוויא ברענגט עס גאנץ גוט ארויס (קוקט גראדע אויס ווי א אוטסיידער האט עס געשריבן):

Just like Elmo has his world, Deborah Feldman attempts to take us into hers. Only the world she presents here is every bit a fictional as Elmo's. In fact, if I were to write in a review that all people who are (fill in the blank)__________ are bad/ignorant/abusers/evil/etc,
my post would probably be reported as being racist and/or prejudiced. Yet, for over 200 pages, that is what she does. Instead of admitting that her viewpoint is clouded by her obviously dysfunctional upbringing, she tries to put the blame on her religious tradition. How can she then explain that thousands upon thousands (many who've written review here) of Hassidic women are educated, lead fulfilling and happy lives, and do so of their own free will? Why does she need to air her emotional issues not only in the pages of her book, but on TV and other media as well? She truly has no shame. I genuinely feel sorry for her, and wish I could give her a motherly hug.

How soon before Amazon will reclassify this book as fiction?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 3:53 pm
דורך לכל זמן
איך 'וואוט' אויך פאר שווייגן.
ווי עס קוקט אויס, וועט די א.ד. ווינסטאן בעסער מאכן דעם דזשאב פאר אונז.
עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דאס חרדישע אידנטום קומט אונטער אטאקע, הגם אין די היינטיגע אינטערנעט עפאכע וועט עס ווארשיינליך ווערן מער אפט. אויב בלייבט מען שטיל, נעמט דאס אוועק דעם אפעטיט פאר פאטענציעלע פובליסיטי זוכער.
ה' ילחם לכם ואתם תחרישון.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 4:25 pm
דורך שוועמל
צום זאך,
איך גיי נאטס פאר די רעוויו, very well put און דאס בעסטע ארויסגעברענגט.

אגב, איך האב געוואלט שרייבן אין רעוויאו בערך איינע פון די פוינטס, אז דער בוך איז א ערשט-קלאסיגער "נאוועל" ווייל רוב עפיזאדן זענען זעלבסט פאבריצירט.
נאך א מזל כאנישט געשריבן, מיין ענגליש וואלט זיך אפגערופן און בעיקר די סלענג פעלט אונז.


און לגוף הענין הער איך פון א קלוגן איד בערך אזא מהלך:
די מידיא וואס גיבט איר דעקונג איז נישט ווייל זיי גלייכן איר זייער שטארק, זי רעדט זיך נעבעך איין אז יא און פרובירט עס צו פארקויפן ווייטער, און דעמאנסטרירט אפילו אז זי האט אן "ארמיי פון שטיצערס" אינדרויסן פון די ארטאדוקס קאמיוניטי אין איר קאלעזש.
היסטאריע האט אונז שוין אבער געלערענט וואס געשעט מיט אזוינע 'גוי'שע אידן' רח"ל כיון שניתנה רשות אינו מבחין בין וכו'. די פאקט איז אז זי איז אין די אויגן פון די מידיא פונקט אזא איד ווי אלע און זי איז נאר גוט כל זמן זי העלפט זיי ארויס אין די הלכה בידוע, זיי שטייען אין די זייט און ווארטן צו זען וואס דא וועט זיך אויסקאכן ווי אן אייגענע אינסיידער שיט גיפט וואס דארף נאטורליך ברענגען א כוואליע פון אפענטפערס און צוריקשיסערס אין רעאקציע, וואס דאס וואלט געווען פאר די מידיא א געוואונטשענער אונטערהאלטונג פון פיינע הייסע ווארע וואס דער טיפישער עלעמענט גלייכט זייער צו הערן.

קומט אויס אז מיטן אפענטפערן און אויסציען דעם פייער טוט מען בלויז פיטערן דעם אפעטיט פונעם מידיא וואס פיטערט דעם אלגעמיינעם עלמענט, דאס צורייצט זייער דעם הלכה בידוע און זיי דערמאנען זיך אין אונז, א זאך וואס פעלט באמת נישט אויס.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 5:05 pm
דורך ניק ניק
ליינענדיג די גאנצע אשכול היינט האב איך נאר געוואלט מוסיף זיין איין קליינע נופך משלי, אז די לעצטיגע מלחמה אקעגן פרומע אידן איז נישט קיין נייע זאך און נישט אויפן ערגסטן פארנעם, ווייל דאכט זיך אז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט איז די מלחמה געווען אסאך שטארקער און הייסער, נאכן קריג ווען איינער איז געגאנגן מיט א שטריימל אויפן גאס פלעגט מען עם אנשפייען און נאכשרייען אין די גאסן, און אודאי פארן קריג וועס ס'געווען הייס מלחמה צעווישן די נעלאגן\רעפארמער וכל שום וחניכה אקעגן די ערליכע אידן, ב"ה די אייבערשטער האט אונז געהאלפן אונז האבן זיי אלע איבערגעלעבט הם הלכו לטמיון ואנחנו קמנו ונתעודד.

וואס מ'דארף נאר קוקן אויפן היסטערי איז די וועג וויאזוי מ'איז צוגעגאנגן, אז מ'פלעגט נישט ענטפערן און זיך נישט וויסענדיג מאכן פון זיי ווי לאנג זיי האבן נישט געשטערט אונזער פערזענליכן לעבן.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 5:08 pm
דורך יהיה כן
קיינער האט עס נאך נישט דערמאנט....
אינזין האבן ביי ברכת ולמלשינים אל תהי תקוה (וואס איז מתוקן געווארן קעגן די צדוקים וועלכע זענען אויך געווען אונזעריגע..) .....
יא, מיר האבן א טאטן און הימל!!

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 5:53 pm
דורך שוועמל
א מעשה רב.

געווען א מענטש געהייסן רבשקה, אליינס אן אפגעפארענער איד, ער האט פאר א לאנגע צייט טעגליך געשפעט פון אידן און זיי צונאר געלייגט איבער די וועלט און אויך אריינגעכאפט צו לעסטערן דעם אידישן גאט.
דער קעניג חזקיהו וואס האט דאן געוועלטיגט אויף יהודה האט בכוח תורתו באפוילן צו פולשטענדיג איגנארירן דעם רשע און קיינער זאל זיך נישט לאזן אין א ויכוח מיט אים. דער רבוש"ע איז גאר גאר געדולדיג ער האט די וועלטס צייט און א אויסגעצייכנטער מאריך אף, לאזט אים פירן זיינע מלחמות.

זיין ביטערער סוף ווייסט יעדער.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 5:59 pm
דורך ניק ניק
שוועמל האט געשריבן:א מעשה רב.

געווען א מענטש געהייסן רבשקה, אליינס אן אפגעפארענער איד, ער האט פאר א לאנגע צייט טעגליך געשפעט פון אידן און זיי צונאר געלייגט איבער די וועלט און אויך אריינגעכאפט צו לעסטערן דעם אידישן גאט.
דער קעניג חזקיהו וואס האט דאן געוועלטיגט אויף יהודה האט בכוח תורתו באפוילן צו פולשטענדיג איגנארירן דעם רשע און קיינער זאל זיך נישט לאזן אין א ויכוח מיט אים. דער רבוש"ע איז גאר גאר געדולדיג ער האט די וועלטס צייט און א אויסגעצייכנטער מאריך אף, לאזט אים פירן זיינע מלחמות.

זיין ביטערער סוף ווייסט יעדער.

בושתי ונכלמתי אז איך לערן ליידער נישט קיין סאך נ"ך און איך ווייס גראדע נישט זיין ביטערע סוף.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 8:54 pm
דורך שוועמל
ליין איך איבער נאכאמאל דעם אשכול און איך קייך פאר געלעכטער, אויפן טרומפולין זשאמפט מען נישט אזוי שטארק ווי דא, איינער האלט יא זיכער און דער אנדערער שרייט ניין מ'טאר נישט, און נישט נאר צוויי מענטשן צווישן זיך, נאר אפילו דער זעלביגער מענטש בין טוילעט לטוילעט האט שוין אינגאנצן געטוישט זיין מיינונג, וגם אני בתוכם.
קודם ווייסעך נישט וואס זענען די ליגענטס, נאכער גיב איך שוין עצות מ'דארף אהער אהין, נאכער קום איך שוין מיט מעשה רב אויף פארקערט.....

דאס איז די פאוער פון א זונטאג.

ווען נישט ס'יז אזוי אנגעווייטאגט וואלט איך יעצט אויסגעשאסן דא מיט א מייק:
חחחחחחחח חאחאחאחאחא

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 9:53 pm
דורך jkup50
איך נעם נישט קיין מיינוג אבער די רשענטה שרייבט אז דאס איז נאר די ערשטע און א סעריע פון ביכער וואס גייען קומען

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 10:03 pm
דורך גבריאל
זי זאגט אויך אז בקרוב גייט זו עפענען א הכנסת אורחים היים פאר די קומענדיגע פליטים.. און מוטיגען אנדערע...רח"ל.

איך גלייב שווער אז זי וועט האבן די מעגליכקייטען, אבער מיט אזעלכע רשעים קען מען זיך נישט אויסרעכענען

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 10:14 pm
דורך DotCom
שוועמל האט געשריבן:דאס איז די פאוער פון א זונטאג.


האו אבאוט דאס איז די פאוער פון א פארום? נישט אזוי דארף עס אויסצוקוקן? אויף נאר צו זאגן א מיינונג און זיך נישט טוישן און נישט הערן וואס יענער האט צו זאגן האט מען דאך שוין א איד מיט א בלאט מיט א ה"פ...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 12:40 am
דורך לכל זמן
שוועמל, ישר כח פאר דיין מעשה רב. עס איז קילורין לעינים.
און יא, די ערשטע מינוט ווען מען הערט וואס די מושחתת ווערטשאפט אן, ווילט זיך איר אריינגעבן מנה אחת אפיים, אבער נאכ'ן איבערטראכטן קומט מען צו די מסקנא אז 'יבא בעל הכרם ויכלה את קוציו'.
און ביז דאן זענען מיר מתפלל 'לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי', און עס זאל שוין מקוים ווערן במהרה ווי דער פסוק זאגט דארט ווייטער: 'כי מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים'.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 1:15 pm
דורך derech eretz

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 2:55 pm
דורך שמן למאור
בעל הבית האט היינט ארויסגעשיקט זייער וועכענטליכע זשורנאל, אלעס איז איבער דעי מרשעת

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 3:08 pm
דורך זאג נאר
א וואונדערבארער ארטיקל איבער די נושא אין בעל הבית.


http://www.balboos.com/content/2012/02/חרפת-נבל/


ער קומט צו צו די זעלבע קאנקלוזשען ווי רוב חברי הקרעטשמע, אז די עצה איז שווייגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 21, 2012 2:16 pm
דורך גלות אמעריקא
אין די פארווערטס

she looks like nothing so much as a young girl posing the way she thinks grownups are supposed to.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 21, 2012 6:25 pm
דורך jkup50
פארוואס איז די אשכול דא? (אין על פליטת בית סופריהם)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 21, 2012 10:55 pm
דורך קרעמער
ווייל עס איז א בוך פון איינע וואס האט געמאכט פליטה..

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 1:29 am
דורך שוועמל
ווייס איך שוין ווער סי'ז די ווייב פון עוג (ויבא ה"פליט")

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 11:27 am
דורך טהור-עיניים
געלעגער האט געשריבן:זאג נאר. יעדער איז אנגעווייטאגט און יעדער שפירט אווי דו שרייבסט. אבער ביסטו גרייט צו ענטפערן אויף יעדע שאלה וואס זיי גייען ווארפן אין דיין ריכטונג? דו ווייסט דאך אויך אז מיר קענען נישט אלעס ענטפערן.

פארוואס זאלסטו געבן א טיר פאר די ס"א אז זיי זאלן זיך פאראייניגן קעגן אונז?

לדעתי דארף מען לאזן די זאך לויפן.


רב געלעגער, נאכן ליינען דיינע ווערטער, קען זיין ביסט גערעכט און מען דארף עס לאזן לויפן, אבער די סיבה איז נישט ווייל עס איז נישט דא ענטפערס פאר אלעס. עס איז קלאר ווי דער טאג אז אלעס האט ענטפערס, מען דארף נאר האבן דעם ריכטיגן מענטש זיי צו געבן.

אבער אויב האט איינער א פראבלעם ווייל עס פעלן אים ענטפערס, דאן זאל ער מוחל זיין און זיך גיין אדורכרעדן מיט א ערליכן קלוגן איד, וועלכער וועט אים קענען פארענטפערן אלע פראגן.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 11:29 am
דורך טהור-עיניים
תרגום יונתן, ;l;p- ;l;p- ;l;p-

שפתיים ישק, כ'אב גארנישט וואס צוצולייגן.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 11:30 am
דורך טהור-עיניים
jkup50 האט געשריבן:איך נעם נישט קיין מיינוג אבער די רשענטה שרייבט אז דאס איז נאר די ערשטע און א סעריע פון ביכער וואס גייען קומען


גוד לאק, זי מיינט אז עס איז איר איינמאל געלונגען וועט עס געלונגען נאכאמאל. נישט אז איך בין זיכער אז נישט, אבער טשענסעס זענען אז א צווייטע וועט שוין נישט גיין אזוי גוט.