פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 5:05 pm
קען מען שרייבן א רוויא אן א סיבה?
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
DotCom האט געשריבן:שוועמל, דו רעדסט צום זאך, אבער איך האלט אז פירן א דיבאטע מיט איר פערזענליך איז זייער א איינגעשטעלט זאך, אויב וועט זיין איין זאך וואס מ'וועט איר נישט קענען אפענטפערן אזוי אז דער גוי זאל עס פארשטיין האט זיך גארנישט געלוינט, און באמת איז דא צענדליגער אזעלכע זאכן וואס דער איד האלט אנדערש פונעם גוי און דער גוי וואס איז מקיים דעם הלכה היא בידוע מיט אלע הידורים וועט עס פשוט נישט פארשטיין און זי וועט נאך ארויס דער געווינער, היל"ת.
נאך א סיבה פאר וואס נישט, ווייל אטענשאן פאר איר פערזענליך וועט נאר אויפרייצן אירע שותפים לדבר עבירה, ליידער איז דא הונדערטער אויב נישט טויזענטער וואס זענען איר מקנא מיט די אטענשאן וואס זי באקומט, און ווען זיי וועלן זעהן ווי גרינג עס איז וועלן זיי איר נאכמאכן, הן עם לבדד ישכון ובגוים לא יתחשב, פאר'ן גלות איד איז בעסער אז מען רעדט נישט פון אים, און דער עיקר איז ווי דו זאגסט, מען דארף צילן אויף צוויי זאכן, איינס, אז דער בוק זאל זיך נישט פארקויפן וואס דאס וועט אפשטילן דעם טומל ארום אונז, און צוויי, אז דער פובלישער זאל חרטה האבן, ולמען ישמעו וייראו.
אויב דעס וועט געלונגען בעזהשי"ת וועט מען דעמאלט קענען ארבעטן אויף איר תשובה.
שבת שלום ומבורך.
טהור-עיניים האט געשריבן:
פארן גלות איד איז בעסער וואס ווייניגער מען רעדט פון אים, און דעריבער איז וויכטיג אז עסקנים (ערנסטע, נישט יונגע שפרינגערס) זאלן זיך צאמנעמען, און אויפנעמען א געהעריגע פ.ר. פירמע צו דיסקרעדיטירן די בוך, אלס א בוך פול מיט שקרים.
על דא ועל הא האט געשריבן:איינע פון די העכסטע ריוויוס אויף עמעזאן ליינט ווי פאלגנד:
ה This page is full of fake hateful reviews!
February 17, 2012 By L. Donadio
I am currently reading this book and the minute I started it I was engrossed. Frankly, I am giving it 5 stars until I finish because I think it is disgusting and awful that so many from her former "community" are stalking her and posting fake reviews calling the book false. This book is HER memoir and HER truth!
I urge Amazon to remove all of the fake reviews. These folks have been stalking this woman on every site she is interviewed on and also on her Facebook page. These are supposed to be good God fearing folks.
13 out of 22 found this helpful
Amazon Verified Purchase
ריק פערי האט געשריבן:שבת האט זיך די עמעזאן רעיטינג אביסל ארויפגעריקט, אויב איינער וואלט געקענט אפשרייבן א געהעריגע רעוויו אויף חסיד'ישע אידן, מיט לינקס צו פאזיטיווע ארטיקלען וכדו' וואלט עס געווען א שיינע זאך, אביסל צו מסביר זיין פאר די גוים וואס חסיד'ישע אידן זענען, רוב גוים שרייבן דארט אז זיי הערן יעצט די ערשטע מאל איבער חסיד'ישע אידן, און דאס גוט זיי א ערשטע שלעכטע בליק אויף אונז, דערפאר ווואלט א ארטיקל מיט לינקס צו אנגענומענע וועבסייטס געווען א גוטע זאך, לענ"ד.
שטארק זיך האט געשריבן:על דא ועל הא האט געשריבן:איינע פון די העכסטע ריוויוס אויף עמעזאן ליינט ווי פאלגנד:
ה This page is full of fake hateful reviews!
February 17, 2012 By L. Donadio
I am currently reading this book and the minute I started it I was engrossed. Frankly, I am giving it 5 stars until I finish because I think it is disgusting and awful that so many from her former "community" are stalking her and posting fake reviews calling the book false. This book is HER memoir and HER truth!
I urge Amazon to remove all of the fake reviews. These folks have been stalking this woman on every site she is interviewed on and also on her Facebook page. These are supposed to be good God fearing folks.
13 out of 22 found this helpful
Amazon Verified Purchase
בעת איך בין מסכים אז מען דארף זיין פארזיכטיג איידער מען שרייבט וואס אימער אויף סיי וועלעכע עפענטליכע פורום, זאגט מיר דער דאזיגער ריוויא גארנישט; בסך הכל זעהט דער ליינער צוויי ריוויואיסטן יעדער מיט זיין אגענדע.
שוועמל האט געשריבן:(ואם בעסקנים עסקינן, וואו זענען זיי געווען אין איר יוגנט ווען זי האט זיך געמוטשעט מיט איר פערזענליכע שווערע דורכגאנג פארוואס האט מען דאן נישט געזען עפעס צו טון איר העלפן שטעלן אויף די אייגענע פיס.)
טהור-עיניים האט געשריבן:עס האט זיך אויפגעעפענט א ספעציעלע בלאג אפצוענטפערן די שקרים און בלבולים פון די מנוולת, איך וויל נישט לינקן אהין, אבער עס איז אויף בלאגספאט, זוכט ארום וועט איר געפונען.
אבער למעשה איז עס זייער א מיאוס'ע זאך פון סיימאן ענד שוסטער צו דרוקן א ביכל אנגעפילט מיט אפענע שקרים וואס יעדער איינער קען זייער גרינג מברר זיין. אזא טריט קען נאר קומען פון שנאת ישראל, און דאס געבן אזא פלאטפארמע פאר אזא סארט נידריגע באשעפעניש, איז זייער א מיאוס'ע זאך פון א גרויסע אפיציעלע פירמע, און עס וואלט געווען כדאי ווען מען מאכט עפעס אן ארגאניזירטן עפפארט צו קריטיקירן סיימאן ענד שוסטער און זיי אויפווייזן וואס זיי האבן דא געטאהן.
למעלה משבעים האט געשריבן:און אויב קען איך נישט אריין אהין, וואלסטו געקענט ברענגן די תוכן?
לאזער מענדעל אין בעל הבית פארום:
בלוט בלבול תשע"ב - וואס טוט מען למעשה
איך בין אויף די רעקארד פון שרייען און מעורר זיין אנליין אין אפליין, איבער די אנגייענדע קאמף וואס ווערט געפירט מיט די יהדות הצרופה והנאמנה אויף פארשידענע פראנטן.
די ערשטע איז די לינקע ליבעראלע מידיע, וואס פירט א קאמף מיט רעליגיע בכלליות, כידוע לכל מבין, עס איז נישט איבערגעטריבן, עס איז דאקומענטירט, עס איז א פאקט, און א טייל פון זיי, די עקסטרעמע, זענען עס מודה אן קיין בושה.
דערנאך איז דא די אידישע קעמפער, די מאדערן ארטאדאקס, כדוגמת [...] טענדלער וואס פירט זיינע אייגענע מלחמות מיט אייגענע אגענדעס.
אויך אנדערע שטארק מאדערענע וואס זענען אלץ דא צו געבן מיאוסע סטעיטמענטס פאר די פרעסע ווען עס מאכט זיך עפעס א פראבלעם ביי אונז, קומען די אינדערויסענדע "מומחים" און זיי זענען אלעס מסביר, ווייל זיי ווייסן דאך, זיי זענען דאך די שטודירטע פראפעשאנעלס אויף אידן.
א שטייגער ווי ווען עס איז געווען די מערכה אקעגן די צייטונג מיט גברת קלינטאן.
דערנאך איז דא די נחשלים פון אונזער מחנה, דאס איז די ערגסטע פון אלע, אין אמת’ן איז אלעס א חלק פון א קאמף מיט פרומקייט וואס גייט אן אונטער אונזער נאז, און אז מיר וועלן זיך נישט באצייטענס אויפוועקן, וועלן מיר זיך זען אין אזא זומפף וואס וועט זיין אוממעגליך זיך ארויסצוזען (השם ירחם)
א גרויס חלק דערין האבן עטליכע “היימישע חסידישע” זינגערס, וואז האלטן און איין העצן, מיט זייערע ניגונים, מיט זייערע אויפטריטן אויף זאב ברענער און אנדערע סטאנציעס, און מיט סטעיטמענטס צו די מאדערענע פרעסע.
א חלק פון אזוי גערופענע עסקנים, וואס מיינען אז מען קען נישט אנדערש אויפטון פאר טשיילד מאלעסטערס און אנדערע אינערליכע פראבלעמן נאר מיטן גיין צו די פרעסע און צו די מאדערענע וועלט.
א חלק זענען בלאגס, נייעס זייטלעך וואס בויען זיך פארמעגנס און פרעסטיזש אויף אונזער בלוט, ווייל מיטן אויפדעקן אזוי גערופענע קאנטראווערסיעס בויען זיי זיך גרעסער.
א חלק קומט ווען איין חסידות לויפט צו די פרעסע צו האקן זייערע בר פלוגתות.
**************************************
לעניננו, עס איז יעצט ארויסגעקומען א ביכל פון א פרוי, דבורה פעלדמאן (בערקאוויטש), פון א וויליאמסבורגע משפחה, זי איז געווארן פריי, האט זי ארויסגעגעבן א ביכל באשרייבענדיג אירע "העלדישע" טאטן, נעמליך אז זי האט באוויזן צו אנטלויפן פון ווילאמסבורג און געווארן פריי (!).
עס ווערט געדריקט דורך די פרעסטיזשפולע "סיימען און שוסטער" פאבלישערס.
ווער עס ווייסט וויאזוי עס ארבעט אין די ביכער וועלט, ווי א גרעסערע פערזענליכקייט מען איז, קען מען אנקומען צו א מער פרעזסטיזשפולע פאבלישער, געווענליך וועט א אומבאקאנטע שרייבער קיינמאל נישט אנקומען צו א גרויסע פאבלישער, עס איז א חידוש וויאזוי זי איז אנגעקומען צו "סיימען און שוסטער", די פשוטע הסבר איז, ווייל זי איז געווען גרייט ארויסצוקומען מיט "סקאנדאלן" און אינערליכע אויפדעקונגען" און זי איז דאך א "אינסיידער" בנוסף צו אביסל אנטיסעמיטיזם און די שידוך צווישן שקר און שלימזל איז געשלאסן געווארן.
על כל פנים, איך וועל נישט אריינגיין אין קיין פרטים, איך האב עס נישט געליינט, עס איז קלאר אסור צו ליינען, כידוע מצדיקים האיסור לקראת בספרי השכלה ומינות. איך האב נאר געזען שטיקלעך נאכגעברענגט אין די פרעסע, לגיונות מיט שקרים אז די האר פון קאפ קענען זיך אויפשטעלן. עס הערשט א קורפיו אויף די גאסן, מיידלעך טארן נישט גיין אויף די גאס נאכדעם וואס עס ווערט טונקעל, מען קאנטראלירט און מען קוקט יעדעם נאך אין שטוב אריין.
אין וויליאמסבורג גייט מען נישט צו קיין דאקטורים, מען קערט נישט פאר קיין סעפטי, מען זאגט אז דער באשעפער וועט שוין העלפן...
אזאנע גראבע און געמיינע שקרים אז אנרופן איר א שקרן איז ווייניג געזאגט.
זי האט באקומען אינטערוויאס אין די גרעסטע טעלעוויזשאן פראגראםס, דארט האט זי ערקלערט אז חסידישע פרויען קענען ליינען ענגליש אויף די לעוועל פון א פערטע קלאס קינד...
צום סוף איז זי אנטלאפן פון ווילאמסבורג מיט א געוואלדיגע מסירת נפש (עס איז ארומגענומען מיט שטעכל דראט און שומרים מיט הייס געווער) זי האט זיך איינגעשטעלט איר לעבן בלויז פאר איין סיבה! זי האט זיך געזארגט אויף די סעיפטי פון איר קינד! ווי נעמט מען נאך אזא העלדין?
יא, "סיימען און שוסטער" האט עס אפגעדריקט...
וואס איז געווען די רעספאנס פון אונזער ציבור? פארשטייט זיך א שטיל שווייגעניש, נאר וואס דען? מיר זענען מומחים זיך צו לאזן שפייען און טרעטן. נאר אויב וועט מען הערן נעקסטע וואך אז די סיטי צו די די עי גייט אונטערנעמען א אויספארשונג איבער סעיפטי אין וויליאמסבורג וועט מען אנהייבן פארפירן "אנטיסעמיטיזם". פארוואס פארשטייט קיינער נישט אז זאכן געשעען נישט אין איין טאג, מען זייעט קערענדליך מען לייקענט נישט, מען שווייגט, שתיקה כהודאה! און עס ווערט וואס עס ווערט.
די פראבלעמען אין ארץ ישראל מיט הדרת נשים איז אויך נישט געשען אין איין טאג, די נושרים דערציילן סודות, די אינווייניגסטע נחשלים מסר'ן, די פרעסע העצט שוין יארן, און לסוף פלאצט עס ווי א פייער באמבע.
דא וועט נישט זיין אנדערש ה"י. איינער פון די נושרים א וויליאמסבורגער בחור וואס איז יעצט אין קאליזש האט שוין פראקלאמירט א צייט צוריק "אקיופיי ראדני" אויף איינע פון זייערע זייטליך, ווייל די סאטמארע שול אויף ראדני סטריט איז לויט אים די סימבאל פון רעליגיעזע אונטערדריקונג און מח וואשונג, און איך זאג אייך, איין טאג וועלן זיי נאך אנקומען מיט א פאליצייאישע וואך. און עס וועט נישט זיין וואס צו טון. קיין איין פאליטישאן הייבט נישט אן מיט די אקיופייערס.
********************
ועל של עכשין באתי,
איינע פון די ערגסטע בלבולים אירע, איז ממש א פשוטע בלוט בלבול! בלוט בלבול תשע"ב!
(זייט מיר מוחל פארן ברענגן די גרויזאמע פרטים, ההכרח לא יגונה, אז נישט וועט איר מיינען אז איך טרייב איבער און נישט וועלן פארשטיין מה כל הרעש, מיר זענען אלע ערוואקסענע דא, די בלוט בלבול איז אויף אונז, מיר און דיר, סאו שטעק נישט די קאפ אין וואנט)
לויט איר, האט פאר צוויי יאר צוריק אין א פרייטאג נאכמיטאג האט א קרית יואלע טאטע געכאפט זיין דרייצן יעריג קינד צורירן ווי מען טאר נישט. האט ער אים אפגעשניטן......... מיט א זשיג-סא (עלעקטערישע זעג) און דערנאך אים איבערגעשניטן די אדערן פון די האנט און דער דרייצן יעריגער בחורל האט אויסגעבליט און איז געשטארבן אין די בעיסמענט פון זייער הויז.
ווען די קרית יואל הצלה איז אנגעקומען, האבן זיי געמאכט א שווייג, און ביז א האלבע שעה איז דאס קינד שוין געווען באגראבן, מען האט נישט פארציילט פאר די פאליס, און מען האט ניטאמאל ארויסגענומען א דעד סערטיפיקאט, נאר באגראבן און שוין, אלעס כדי די טאטע זאל חס ושלום נישט לייידן קיין קאנסקווענצן פארן הרגנען זיין זון.
די מעשה האט זי אליין געהערט פון איר מאן וואס האט עס אליין געהערט פון זיין ברודער וואס איז א הצלה מעמבער אין קרית יואל, עד כאן המעשה.
און יא.... סיימען און שוסטער האט עס אפגעדריקט! א בלוט בלבול! א בלוט בלבול פשוט און פראסט!
...........................
פון ווי איז געקומען די ישועה? ווער האט עס אפגעווארפן? אונזערע עסקנים? כלל טוער? אוודאי נישט! וואס עפעס? וואס פעלט עס אויס? מען איגנארירט און פארטיג.
די ישועה איז געקומען דורך א צווייטע מרשעת, העלע ווינשטיין, זי איז נישט קיין היימישע, אבער א איד, און זי האט ארויסגעגבן א העסליכע ביכל אויף חסידים מיט עטליכע יאר צוריק, מלא שקרים וכזבים, בייזוויליגע ליגענטס און גוזמאות, אבער דאך נישט אזוי געפערליך ווי דבורה פעלדמאן, סוף כל סוף איז זי דאך נישט קיין היימישע.
אבער אזוי ווי די כלל פון כל אומן שונא בני אומנתו, האט זי נישט געקענט פארגינען די כבוד וואס פעלדמאן באקומט בעת אירע ביכער זאמלען שטויב. האט זי געמאכט א קליין ביסעלע ריסערטש, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט, וואס מיר אלע ווייסן, אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א בלבול.
זי האט אויפגעוויזן אז קודם כל איז יא דא א פאליס רעפארט און א דעד סערטיפיקאט, דער בחור איז געווען צוואנציג נישט דרייצן, ער האט ליידער געהאט מיט די נערוון, און ער האט זיך ליידער ליידער גענומען דאס לעבן השם ישמרנו ויצלנו ויאמר לצרותנו די, איבעריג צו זאגן אז זיין קערפער איז געווען גאנץ און גארנישט האט געפעלט. די אלע פאקטען זענען באשטעטיגט דורך די פאליס און די מעדיקעל עקזעמינער וואס איז "גערופן" געווארן דורך די הצלה און פובליק סעפטי, אן קיין שום פרואוו פון א קאווער אפ. זי האט באוויזן צו טרעפן די נעמען פון די פאליס אפיסערס וואס זענען דארט געווען און אלע איבעריגע פרטים אן קיין שום שוועריקייטן. און אנדערע ווערטער, יעדער וואלט עס געקענט גרינג טרעפן, אויב מען וועלט נאר זיך גענומען די טירחה צו קוקען.
סיימען און שוסטער און דבורה פעלדמאן האבן נישט געענפערט קיין טעלעפאן רופן אין אימעיל אנפראגעס.
עד כאן פון העלע ווינשטיין, ארויסגעקומען היינט נאכמיטאג אין די "זשואיש וויק"
אילו זכינו, וואלטן מיר עס אליין אנדעקט, ועכשיו שלא זכינו, אין הקב"ה מקפח שכר כל ברי'
?????????????????????????????????????????????????
וואס גייט כלל ישראל יעצט טון דערוועגן? דאס איז די פראגע וואס שרייט ביזן הימעל!!!!!
???????????????????????????????????????????????????
איך זאג עטליכע זאכן,
ארגענעזירן א פראטעסט אקעגן סיימען און שוסטער, אז מען האט שוין יא עפעס זאכליכע פאקטן, זאל מען גיין ביזן סוף! נאר אזוי וועט ווערן א שטורעם אין די בוך וועט ווערן דיסקרעדיטעד.
זאלן זיי זייין געצווינגען צו פארדאמען די בוך און צוריקנעמען פון די געשעפטן!
באטראפענע משפחות, הצלה און וויליזש פון קרית יואל זאלן סטראשענען מיט אריינגעבן קלאגעס אין געריכט! ( א סייד בענעפיט וועט זיין אז די מרשעת וועט ווערן פונדאסניי דעפרעסד, יעצט שוין אלץ פרייע, זי מיינט אז נאר חסידים טארן נישט עובר זיין אויפן געזעץ)
מען זאל שאפן א "טעסק פארס" פון אלע היימישע חסידותער און קהלות וואס זאלן זיך אפגעבן מיט נישט לאזן באשמיצן אונזער עולם, סיי דורך מזידים און סיי דורך די פרעסע וואס איז אפטמאל נישט להכעיס. אבער זיי באשמיצען אונז אן טראכטן א מינוט, ווייל מיר זענען א ווייכע טארגעט. די שווארצע וואגט מען זיך נישט צו באשמיצן, ווייל מען ווייסט די נאכפאלגן!
שנאת ישראל קען מען נישט אינגאנצן פארלעשן, אבער מען מוז האלטן די פייער אנדער קאנטראל! עס איז נישט קיין תירוץ גארנישט צו טון! ווייל ווען אז עס גייט ארויס פון קאנטראל איז איום ונורא, השם ישמרנו.
קרעמער האט געשריבן:פיצי קעפעלע האט געשריבן:דער שרייבער פון די בלאג וואס "עקספאזד" דעם פעלדמאן האט איצט געשריבען אז זיי פארשען איצט די קראנטקייט פון איר לערנען אין סאטמאר. זיי שרייבען אז זי איז מעגליך א גרויס חלק פון איר יוגענט געגאנגען אין פאבליק סקול, ביז עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין די קעיס.
זיכער האט זי געלערנט אין סאטמאר, מיינס א קרובה איז געווען איר לערערין און פלעגט אפילו צולערנען מיט איר פריוואט אין שטוב אויפן פארלאנג פון די משפחה
געלעגער האט געשריבן:ס'איז זייער שווער צו רעדן, ס'איז זייער ווייטאגליך ווען מען זעט ווי איינע פון אונז האט אונז אזוי מאוס פארראטן כאטש ווי מען הערט פון די פאמיליע אז מ'האט פראבירט אלעס אין די וועלט איר גוט צו מאכן דאס לעבן. אבער די שאלה דא איז וואס טון מיר דערצו? איז די וועג צו שווייגן און לאזן זיך זאכן אפקילן אדער ניין, ארויסקומען מיט אן ענטפער און זי וועט שטייט זיך נישט שולדיג בלייבן און צוריק ענטפערן, און זי וועט זיכער באקומען סימפאטיע פון אלע איר גלייכן ווי מען זעט טאקע היינט אין די פאוסט אז נאך איינער האט זיך שוין צוגעשארט צו איר..
איך בין נישט קיין כלל טוער אדער כלל ישראל'ס ווארט זאגער, אבער איך מיין אז די ריכטיגע וועג איז זיך אפווישן די נאז און גיין ווייטער, לאז דער אייבערשטער פירן זיין וועלטל, איך קוק דאס נישט אן ווי א פערצופאל אז פונקט די וואך איז אפרע ארויסגעקומען מיט איר פאזעטיווע בליק אויף די חסידים, דאס ווייזט אז דער אייבערשטער קען זיין וועלטל און ער פירט עס גוט. אויב וועלן מיר וועלן איר ענטפערן און אפפרעגן וועלן ארויסטאנצן פון די לעכער די אלע אידן וואס טראגן א שווער הארץ אויף אונז און זיי וועלן צוריק ענטפערן. און מיר ווייסן אז נישט אויף אלעס האבן וואס צו ענטפערן (מילד גערעדט) און דאס אז אלע אידן פיינט וועלן זיך צוזאמנעמען און ענטפערן און זיך אנעמען פאר איר איז אויך זייער נישט גינסטיג פאר אונז, און מיר ווייסן אז אידן פיינט פעלן ליידער נישט.
מיר קענען מתפלל זיין און בעטן אבער טון זע איך נישט אויב מיר קענען אויפטון, איך האב מורא אז מיר קענען מער שאדן מאכן. דאס איז מיין מיינונג, איך פארשטיי אויב האלט מען אנדערש.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איך האב מורה אז עס איז נישט קיין עצה צו שוייגן, ווייל די וואך אליין איז געווען אין די נייעס פון נאך צוויי אדער דריי ,פארבלאנזשעטע, וואס האבן געשריבן מיסע ארטיקלען, און דאס איז קלאר ווייל זעהן אז איינער שרייבט און באקומט אטענטשען, רייצט עס אן. אבער אז זיי וועלן ווייסן אז מען וועט זיי שטארק אפענטפערען, וועלן זיי טראכטען צוויי מאל, אזוי ווי לויפן פאר פאבליק אפיס.