בלאט 5 פון 5
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 2:31 pm
דורך גולש
די אטאקעס שטעלן זיך נישא אפ, מארגן פרייטאג וועט די באקאנטע דר. פיהל 'לופטן' א אינטערוויאו וואס ער האט אפגעהאלטן מיט די לעצטענס באקאנטע גרושה פון בארא פארק - פ. רייך איבער די היימישע ציבור,
אין די קורצע פריוויו הערט מען ווי זי שרייט אז די קאמיוניטי איז נישט ווייניגער ווי א קולט!
ער גייט אויך האבן איינער פון די ארטידאקסישע זייט, לאמיר האפן אז ער האט געמאכט א גיטן זשאב איר אפציענטפערן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 2:42 pm
דורך שטארק זיך
א קולט... כ׳הער

עס גייט זיך שווער אויפכאפן...
ווער ווייס אבער וואס נאך די פאריקטע זאגט דארט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 3:13 pm
דורך דארפסמאן
איין זאך זע איך. אז זיי ווייסען נישט וואס א קולט איז,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 7:25 pm
דורך מי חכם
איינער האט דעם בוך אין באזיץ? עס הייבט מיר אן אויס צו קוקן אינטערעסאנט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 7:30 pm
דורך קרעמער
א געוועזענע לערערין פון פעלדמאן/בערקאוויטש [נאמען געהיטן אין רעדאקציע] האט אין איר באזיץ א הערליכע ארטיקל וואס די מדוברת האט געשריבן אלס גרויס מיידל איבער די חשיבות פון אונזער לעבנסשטייגער אקעגן די מער מאדערנע ווערסיע פון אידישקייט וואס זי האט צוגעזען אין איר פריערדיגע שולע. די לערערין האט דאס געלאזט אריינשיקן צו די מדוברת מיט א גרויסע פראגע צייכן פון "הזאת נעמי"? מען ווארט נישט אויף קיין רעאקציע...
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 12:01 am
דורך קראק-פאט
די ארטיקל איז אויך געהיטן אין רעדאקציע?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 12:03 am
דורך קרעמער
קראק-פאט האט געשריבן:די ארטיקל איז אויך געהיטן אין רעדאקציע?
דערווייל האב איך נישט געזען דעם ארטיקל, נאר געהערט רעדן דערוועגן פון די עזרת נשים [נישט די נייע ארגעניזאציע]
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 1:41 am
דורך על דא ועל הא
דער וואס גייט פארשטעלן דאס אידישער צייט אויף דר. פיל'ס שאו איז הרב שמואלי בוטח.
http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=3&t=51
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 1:49 am
דורך קראק-פאט
שמולי איז פיין. ער וועט מאכן פון איר פאטאש גולאש לעטשוי, פיק יור פעיוואריט איינגעמאכץ.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 2:02 am
דורך שטארק זיך
קראק-פאט האט געשריבן:שמולי איז פיין. ער וועט מאכן פון איר פאטאש גולאש לעטשוי, פיק יור פעיוואריט איינגעמאכץ.
גולאש וועט ער פון איר מאכן, אבער אויך פון אונז; סאו זאג נישט אז ער איז פיין.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 8:04 am
דורך מאשקע
אוי וויי. זאל ער ענדערש זיין אויף זייער זייט, וועלן מיר בעסער אויסקוקן.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 2:45 pm
דורך זאל ער קומען
קען מען זען די גאנצע שוין?
פארעפענטליכט: שבת מרץ 03, 2012 9:20 pm
דורך זאג נאר
וואס גייט זיין דא דער סוף?
מיר ווערן אנגעגריפן פון אלע זייטן אז ס'גייט א רויך.
האלט דר עולם נאך אלץ אז מ'דארף שווייגן?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 04, 2012 12:18 am
דורך על דא ועל הא
אינעם פארום ווי איך האב דערצו געלינקט לעיל, איז דא א לינק צו פיר יוטוב קליפס פונעם שאו. ס'שיינט אז הרב בוטח האט פון איר געמאכט טשאקאלאד קוכן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 04, 2012 12:19 am
דורך על דא ועל הא
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 04, 2012 12:21 am
דורך על דא ועל הא
איבער די שוועסטער וועלכע זי האט מכלומרשט פארלייקנט אז זי פארמאגט שרייבט זי:
The sister who was born to my mother is a minor and out of respect for her privacy I will not be discussing her in a public forum. That said, I do not deny, and never have denied her existence. My mother, whose suffering I can only begin to imagine, was brave enough to pave the way for me; and I do not want to repay her courage with an unwarranted public examination.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 04, 2012 12:22 am
דורך על דא ועל הא
לגבי די "בלוט בלבול:
"Regarding the story I relayed about the boy who died, I regret that information I did not include in my book has found its way into a discussion of the veracity of my memoir. In the book I do not offer any identifying information about this boy or his family. I do not state his age, and I do not state that his father murdered him. I relay a conversation that I had with my husband, showing that my mind went to a certain conclusion and stating that my husband urged me not to jump to conclusions. I felt this was a significant moment in my life, relating to my decision to leave Satmar with my son. I stand by what I wrote in Unorthodox regarding my feelings about the event as I experienced it then."
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 04, 2012 1:16 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
על דא ועל הא האט געשריבן:איבער די שוועסטער וועלכע זי האט מכלומרשט פארלייקנט אז זי פארמאגט שרייבט זי:
The sister who was born to my mother is a minor and out of respect for her privacy I will not be discussing her in a public forum. That said, I do not deny, and never have denied her existence. My mother, whose suffering I can only begin to imagine, was brave enough to pave the way for me; and I do not want to repay her courage with an unwarranted public examination.
און וואס איז רעספעקטן די פרייוועסי פון איר מאן?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 04, 2012 1:35 am
דורך אוהב ספרים
אינטרעסאנט אז זי האט א פראבלעם מיט משיחיזים אין חב"ד, מיט חילול שבת אדער נבילות וטריפות האט זי קיין פראבלעם ניקסט נאר מיט משיחיזם
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 9:28 am
דורך דוד פיישוט
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:על דא ועל הא האט געשריבן:איבער די שוועסטער וועלכע זי האט מכלומרשט פארלייקנט אז זי פארמאגט שרייבט זי:
The sister who was born to my mother is a minor and out of respect for her privacy I will not be discussing her in a public forum. That said, I do not deny, and never have denied her existence. My mother, whose suffering I can only begin to imagine, was brave enough to pave the way for me; and I do not want to repay her courage with an unwarranted public examination.
און וואס איז רעספעקטן די פרייוועסי פון איר מאן?
אויף דעם ענפערט זי אז ער האט איר ערשט געוויזן אז סאיז אקעי נישט צו רעספעקטן איינעמס פרייוועסי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 10:24 pm
דורך ירוחם
יעצט געזען ערגעץ וואו, אז מ'האט אראפגענומען דעם בוך פון די שעלווס. כ'קען נישט קאנפירמען.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2012 9:37 am
דורך קראק-פאט
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2012 1:19 pm
דורך שנאפס
הקיצור א טוויטערער האט אפגעמאכט אז מ'האט עס אראפגענומען
אויף עמעזאן איז עס נאך געהעריג דא
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 4:23 pm
דורך פריילאך
אינעם שאפערס רוט פון פאריגען וואך איז געווען א אנאנס פאר סאטמאר ביקור חולים א אויסצוג פון אן ארטיקל אינעם זשואיש וויק ווי די שרייבער רימט זייער אויס סאטמאר ביקור חולים. הייבט זיך אן די ארטיקל אז נאכדעם וואס איך האב אינטערוויוט ד. פעלדמאן און נישט געקענט הערן פון איר קיין שום גוטס אויףן ארטאדאקסישן יודענטום...
וכדי בזיון וקצף אז איר נאמען זאל דערמאנט ווערן אינעם היימישן אויסגאבע דארך א היימישע ארגאנאזאציע, זייער נקודה וואלט פונקט אזוי גוט אנגענומען געווארן אן די שורה.
איך ווארט א אנטשולדיגונג