בלאט 1 פון 1

בנות ירושלים - אידישע ליכט - ר' משה עהרנטאל

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 9:48 am
דורך גרויזאמער
היינט צופרי איז מען ארומגעגאנגען אין ביהמ"ד נאך געלט פאר בנות ירושלים, א איד וואס קלעימט אז ער איז ר' משה עהרנטאל'ס זון פון ארץ ישראל האט גערעדט אפאר ווערטער.

פלוצלינג האט זיך אין מיר צופלאקערט זכרונות און געגועים וואס איך האב שוין לאנג נישט געהאט. אלץ אינגל האב איך געקענט יעדע מעשה פון די "בענדער" אה... די בענדער.... די אידישע ליכט בענדער, די בעסטע מתנה וואס א טאטע קען נאר קויפן פאר זיין זון (אזוי האבן זיי אדווערטייזט, איז עס דען נישט אמת?).

אבער אפגערעדט פון די מעשה'לעך, פון די הלכות, פון די חכמה'לעך, פון די הומאר און געשמאק מלא תוכן... די שטערקסטע וואס ליגט מיר נאך אין די ביינער איז די "בנות ירושלים"...

גלייבט מיר איך האב נאך אלץ נישט קיין אהנונג פונקטליך פון וואס מען רעדט דא, אבער לויט ווי מיין אינגע שכל האט זיך אויסגע'משל'ט און עס איז קיינמאל נישט ארויס פון מיין מח זינט דאן, רעדט מען דא פון אזאלכע שיר השירים'דיגע ארץ ישראל'דיגע מיידעלאך, חכו ממתקים וכולו מחמדים בנות ירושלים, מיט צעפאלעך, זיי רעדן נאר אידיש, און נישט סתם אידיש נאר מיטן ירושלים'דיגער שמאלץ, זיי שטייען מיט אזא פארכט און ציטער בשעת די מאמע צינד לעכט מיט די ווייסע פארטוך און לייגט אריין אין די פושקע א שקל פאר בנות ירושלים, די ברודערלאך גייען אין שול, און די מיידעלאך גייען צו בנות ירושלים פרייטאג צונאכטס סעמינאר, זיי גייען איידל און שעמעדיג אבער מיט א אינערליכע שטאלץ אויף די ירושלימ'דיגער טונקעלע געסלאך, צופרידן פון אלעם, זיי רעדן פון די לערערין און פון באשעפער, עס גיסט זיך דארט אידישקייט מיט אזא נעימות און חן, עס טוט זיך דארט עפעס א קולטור, א צוזאמענשטעל פון א סארט "עכטע" איד, אז עס לאזט זיך נישט באשרייבן...

על כל פנים אזוי האט ר' משה עהרנטאל ע"ה מצליח געווען מיר צו באאיינדרוקן, אזש איך האב פיל מאל געחלומט אז אט אט ציה איך מיר אריבער קיין ירושלים אז מיינע שוועסטער זאלן לערנען אין בנות ירושלים, דאס אז אינגלעך לערנען נישט דארט האב איך נישט געוואוסט וויאזוי צו פארענטפערן, ביז די כולל שומרי החומות קאלענדער איז אנגעקומען און געשפינט מיין פאנטאזיע, אז די ברודערס פון בנות ירושלים גייען קיין תלמוד תורה שומרי החומות.

איך געדענק נישט גענוי וואס עס איז געשטאנען אויף די אדווערטייזמענטס פון בנות ירושלים אין די אלטע אידישע ליכט בענדער, אבער מצליח געווען זיך אריינצוזעצען אין מיין מח לעד ולנצח נצחים האבן זיי ביג טיים!

איז ווען דער הרב עהרנטאל שליט"א איז היינט אין בית המדרש ארומגעגאנגען נאך געלט, כאטש די פאנטאזיע האט בשום אופן נישט מצליח געווען צו מאכן א פאראלעל פון דעם איד צו די בנות ירושלים מיידעלאך, האב איך אים געגעבן א שיינע נתינה, און זיך נישט געקענט איינהאלטן און אים געזאגט: די מתיקות אין אידישקייט וואס אייער טאטע האט אריינגעלייגט אין מיר איז עפעס געוואלדיג!

ווער זענט איר? פרעגט ער מיך, איך האב אים געענטפערט מיין נאמען, און אים פארשפראכן אז ער קען מיך סייווי נישט, און ער האט זיך באדאנקט פאר מיין יישר כח.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 9:52 am
דורך שלומי אמוני ישראל
גרויזי

דו דערמאנסט מיך נישט קיין אלטע געגועים
ווייל דו קענסט עס נאך האבן יעדע וואך
היינט הייסט עס בעלייכטונגען
איך מיין אז עס איז אפילו דא אין די געשעפטן

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 9:53 am
דורך גרויזאמער
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:גרויזי

דו דערמאנסט מיך נישט קיין אלטע געגועים
ווייל דו קענסט עס נאך האבן יעדע וואך
היינט הייסט עס בעלייכטונגען
איך מיין אז עס איז אפילו דא אין די געשעפטן


קיין דמיון!

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 9:55 am
דורך מאנ-יימער
איי איי... זיסע זכרונות....
כ'געדענק ווי מיר פלעגן זיך קריגן אויף די בענדער,
גרויזי גערעכט די בעלייכטונגען איז זייער שיין אבער ס'קומט נישט צו צו די אלטע בענדער פון דאס אידישע ליכט

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 10:00 am
דורך שלומי אמוני ישראל
ביז ווען מיינט די אלטע בענדער?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 10:15 am
דורך farshlufen
גרויזאמער, גם אני בחלומי בילדותי האב איך געקאנט אויסענווייניג פון תש"י ביז תש"מ, הייינט איז פארהאן א גאנצע אידישע ליכט אויף היברו בוקס דאט קאם.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 12:03 pm
דורך קרעמער
גרויזאמער האט געשריבן:
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:גרויזי

דו דערמאנסט מיך נישט קיין אלטע געגועים
ווייל דו קענסט עס נאך האבן יעדע וואך
היינט הייסט עס בעלייכטונגען
איך מיין אז עס איז אפילו דא אין די געשעפטן


קיין דמיון!

אקוראט! אלס קינד פלעגט מען פאר'כישופ'ט ווערן פון די ארטיקלן [מיר פלעגן דאס נישט באקומען אינדערהיים, אבער יעדע באזוך ביים באבן איז אויסגענוצט געווארן מיט ליינען די ירושלימ'ער אידישע ליכט, סיי די פרישע און סיי די געבינדענע].

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 12:06 pm
דורך משה'עלע
די בעסטע ארטיקלען און די ביילייכטונגען וואס שפיגעלט אביסעל אפ די אלטע אידישע ליכט, אוז איינמאל א יאהר ווען זיי באשרייבען ר' משה
א זעלטענער אידישע הארץ לשם שמים פלאי פלאות

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 4:27 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
אלזא נאכאמאל
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:ביז ווען מיינט די אלטע בענדער?

פארעפענטליכט: שבת פבואר 18, 2012 7:57 pm
דורך שטארק זיך
ווי א ווידער-קול:
קיין דמיון!

פארעפענטליכט: שבת פבואר 18, 2012 9:21 pm
דורך היימישער איד
זעלטן וואס א בעל דרשן ביי אשרי-ובא לציון מאכט אויף מיר אזא פאזעטיווע איינדרוק ס'איז געווען 'קורצע' דברים היוצאים מן הלב. ספעציעל די פאקט אז מ'צאלט חודש'ליך האט אויך זייער גוט אויסגענומען.. עכ"פ דער הרב ערענטאל האט באקומען א 5'ער באנקנאט (א שיינע סכום יענע צייט...)

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 1:43 am
דורך מעלות-חברינו
זיין זון דער בעל דרשן איז ר' חיים עהרנטאל שליט"א, אמאל געוואוינט אין קרית יואל, געווען א מלמד.

שוין היבשע יארן צוריקגעמופט קיין ירושלים.

א ברודער מיט ר' ישעי' שליט"א פון וויליאמסבורג, מתפלל דושינסקיא, הימאל"א.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 12:31 pm
דורך שלומי אמוני ישראל
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:אלזא נאכאמאל
שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:ביז ווען מיינט די אלטע בענדער?

און צום דריטן מאל!!!????

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 12:56 pm
דורך היימישער איד
איך וואלט געזאגט ביז זיי האבן געטוישט צו קאלירטע העפטן...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 4:54 pm
דורך ווינקל
שטארק זיך האט געשריבן:ווי א ווידער-קול:
קיין דמיון!

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 5:44 pm
דורך farshlufen
ווינקל האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:ווי א ווידער-קול:
קיין דמיון!

אודאי, ביי מיסטעיק נישט, געוועזן זיס, שיין, עהרליך, מלא תוה ויראת שמים מיט אן אמת'ער תמימות, דאס מוז זיין אריגענעל און דאס פעלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2012 5:50 pm
דורך שנאפס
היימישער איד האט געשריבן:איך וואלט געזאגט ביז זיי האבן געטוישט צו קאלירטע העפטן...

זיי האבן געטוישט א שטיק צייט נאך וואס ר' משה איז אוועק, און כפי השמועה איזעס פארקויפט געווארן פאר א צווייטן, די אפיס איז היינט אין בארא פארק, און מער נישט צוזאמען מיט די בנות ירושלים אפיס,

איך וואלט געזאגט ביז ר' משה איז אוועק

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 5:01 pm
דורך אינסוזעאיסט
נישט פארגעסן די מייסד פון די אידישע ליכט הגה"ק רבן ומאורן של ישראל רבי שרגא פייבל מענדלאווישט זי"ע היום יומא דהילוליה

זעה מער איבער אים אין עולם הכשרות

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:16 am
דורך farshlufen
רב אינסוזאיסט, איר רעדט פון גאר אן אנדערער אידישע ליכט.