בלאט 1 פון 1
שגיאות מי יבין - השמטות און טעותים ביים איבערדרוקען ספרים
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 12:47 pm
דורך פורים קטן
איך וועל עפענען א אשכול איבער השמטות, טעותי הדפוס וכדו', וועלכע פאסירן פון איין דרוק צום צווייטן, דורך מענטשליכע טעותים, לאו דוקא במזיד דורכן צענזור וכדו'.
וזה החלי: אין ספר תורת חיים (על הש"ס), איז דא א שטיקל וואס איז געווען געדרוקט אין די ערשטע מהדורות, אבער אין אלע לעצטיגע מהדורות פעלט עס, אריינגערעכנט די וואס איז לעצטענס ממש איבערגעדרוקט.
די שטיקל איז מס' ב"ב סוף דף קכ"ג ע"ב, וואס רעדט ארום וועגן עשיו וואס ווערט צוגעגליכן צו שטרוי, והיה בית עשיו לקש. עס איז דאס אין דפוס ראשון לובלין שפ"ד, דפוס פראג תנ"ב, פפד"א תצ"ד. אבער אין דפוס סדילקוב תקצ"ב, און פון דארט און ווייטער פעלט עס.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 2:27 pm
דורך farshlufen
נראה בעליל שהוא השמטת הצענזור ואינה טעות
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 27, 2012 3:16 pm
דורך פורים קטן
גם אני חשבתי כך, אבל זהו תמיהה קצת, כי כל הספר על מס' עבודה זרה נדפסה בשלימות, ורק כאן מצאו הזרים לשלוט את ידם. ואיני אומר קבלי דעתי..
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 11:09 am
דורך סביב העולם
farshlufen האט געשריבן:נראה בעליל שהוא השמטת הצענזור ואינה טעות
אויב אזוי אריין אין "צענזורירטע ספרים אשכול"
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 6:54 pm
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 8:20 pm
דורך והוא פלאי
ידוע הטעות בכאן
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=340עיין כאן סי' תק"נ ס"ק ה' ואפשר דמשמע לש"ס דה"ה י"ז בתמוז וי' בטבת כדפרש"י שם דאל"כ
ובסי' תקנ"א ס"ק א' יש אותו תיבות עוד פעם ונראה בעליל שנשתרבב שם השורה עוד פעם
וכבר ציינו בזה בדע"ת
ומביאים שם שכבר הביאו ההלכה בתקנ"א בפמ"ג שם ומשם במ"ב
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2012 11:53 am
דורך פורים קטן
די וואך איז געווען באריכטעט אויפן "דבר יום ביומו ווי פאלגענד.

- tikin tues.bmp (164.26 KiB) געזעהן געווארן 795 מאל
עס איז מערקווערדיג, אז אפילו אין חומש המאור איז אויך דא דעם טעות.
איך האב נישט דעם נייעם עוז והדר חומש, ווער ס'האט עס, איז מכובד נאך צו קוקען
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2012 12:59 pm
דורך יאפין
אינטרעסאנטע טעות אין רמב"ם
איך האב נישט די רמב"ם אונטער מיין האנט, אבער לויט ווי כ'געדענק שטייט אין סדר התפילה וואס געפונט זיך אין סוף ספר אהבה שטייט לגבי יעלה ויבוא אין חול המועד עפעס אזוי (נישט מהדורת פרענקל, אנדערע נייע דפוס האט יא אבערגעדרוקט דעם טעות).
אין חול המועד פסח זאגט מען יעלה ויבוא, אזוי אויך אין סוכות און שבועות.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2012 1:25 pm
דורך קרעמער
פורים קטן האט געשריבן:די וואך איז געווען באריכטעט אויפן "דבר יום ביומו ווי פאלגענד.
tikin tues.bmp
עס איז מערקווערדיג, אז אפילו אין חומש המאור איז אויך דא דעם טעות.
איך האב נישט דעם נייעם עוז והדר חומש, ווער ס'האט עס, איז מכובד נאך צו קוקען
איך האב נישט זייער נייע מקראות גדולות חומש, אבער אין זייער ביאורי רש"י חומש שטייט שוין פארראכטן [איך האב טאקע אזוי מגיה געווען אין מיין המאור חומש, און אין מיין חק לישראל חומש וואס איך נוץ צום מעביר סדרה זיין].
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 10:37 am
דורך יוראפ
ר' אליעזר טיקאצינסקי אין דער אויסשליסליכער באלעבוס לדורות עולם אויפן ספר 'שער בת בבים'
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 4:57 pm
דורך מומחה עצום
ווייסט איינער פון דעם טעות הדפוס אין רש"י די וואך פון ביקש יעקב לישב בשלוה וכו' אמר הקב"ה,

- 1.PNG (23.09 KiB) געזעהן געווארן 634 מאל
און אין מדרש שטייט אמר השטן?
אפשר איז עס בכלל נישט קיין טעות?
ווער עס קען זאל ערקלערן
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 5:12 pm
דורך למעלה משבעים
איך האב געמאכט א חיפוש אין בר אילן צו טרעפן די רש"י און מדרש, האב איך דאס געטראפן. איך האב נישט קיין אנונג ווער דער מחבר איז.
שו"ת לב דוד סימן פח
[מענין לענין, שתמיד הי' קשה לי עמ"ש רש"י ז"ל בפ' וישב, בקש יעקב לישב בשלוה אמר הקדוש ברוך הוא לא דיין לצדיקים מה שמתוקן להם לעולם הבא אלא שמבקשים לישב בשלוה בעוה"ז עיין שם, והי' קשה לי קושית חז"ל מי סני לי' להקב"ה דירתי תרי עלמא - עד שמצאתי בספר אחד, שטעות הדפוס היא ומתחלה הי' כתוב אמר הש' ורצ"ל אמר השטן, והמדפיס תיקן וכתב אמר השם ואח"כ כתבו אמר השי"ת ואח"כ הדפיסו אמר הקדוש ברוך הוא, - ומצאתי סעד לדבריו במדרש בפ' וישב (פ"ד ג') השטן בא ומקטרג ואומר לא דיין לצדיקים וכו' עיין שם והרבה כיוצא בזה מצאנו ששינו המדפיסים שלא הבינו הראשי תיבות, ורשום אצלי במקום אחר - גם לפעמים נעתקו האותיות או תיבות משורה עליונה לשורה שתחתיה ששכיח הרבה באותיות הדפוס ועי"ז נלאו לפרש כפשוטו, וכמו שאירע לי בבקרי לרב וגאון מפורסם והראה לי קושי הבנה בפירש"י בש"ס, ודחקתי ליישבו. והוא אמר לי כי הוא טעות הדפוס, ובילדות שהיתה בי אז העזתי פני ואמרתי לו אם נגיה בכל מקום שקשה ליישבו נעשה את העקוב למישור, והי' לו לגעור בי בנזיפה כי באמת הביא הרבה ראיות לדבריו, והוא השיב לי כדרך החכמים שדבריהם בנחת נשמעים, בני, עכ"פ תודה על האמת שפירושך דחוק בכוונת רש"י ז"ל. ותדע שלאחר אריכת ימים ושנים בעולם האמת נקדם את פני רש"י ז"ל ואת המדפיס הבחור הזעצער, לי יתן רש"י יישר כח שתליתי את הטעות בהמדפיס, וישבתי את דבריו באופן ישר ומובן בלי דוחק, ולך יתן המדפיס יישר כח שלא תלית הטעות בו ודחקת עצמך בפרצות דחוקות כדי ליישבו ודפח"ח].
אבער באמת איז דא גאנצע פשטים אין די מאמר אלץ אמר הקב"ה.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 5:15 pm
דורך מומחה עצום
ייש"כ למעלה, איינער האט מיר דאס געזאגט אבער דאך, אותיות מחכימות.
אינטרעסאנט אז אפילו אין עוז והדר חומש ווערט גארנישט דערמאנט דערוועגן.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 5:25 pm
דורך למעלה משבעים
באמת איז עס זייער אינטרעסאנט, א חיפוש אין תקליטור התורני ברענגט מיר א של"ה אזוי.
ספר השל"ה הקדוש - ווי העמודים - פרק טז
והנה אחר מלחמות עשו כתיב ויבא יעקב שלם עיר שכם, ופירש רש"י שלם בתורתו ובגופו ובממונו, ולכן ויצב שם מזבח בנדבת לבו מכח שהיה שלם, ולאפוקי לשלם נדרו לא רצה כי חשב בדעתו שחטא מכח שנדר הנדר, ועוד בא עליו מעשה דינה בתו ובאותו מעשה אמר לשמעון ולוי עכרתם אותי להבאישני ואני מתי מספר והכוני ונשמדתי אני וביתי אם כן חזר ונתוסף לו טעם השני שלא רצה לקיים נדרו מאחר שאינו שלם ואין מהראוי להקריב שום קרבן, ולכן מיד כתיב ויאמר אלקים אלא יעקב קום עלה בית אל ושב שם, וקשה מה מורה מלת ושב שם, אלא הקב"ה רמז לו שלא יירא ואל ישב בצער, וזה נרמז במלת ושב שם, על דרך שפירש רש"י וישב יעקב ביקש לישב בשלוה קפץ עליו רוגזו של יוסף כי השטן מקטרג ואמר לא דיין לצדיקים כו' והבטיחו הקב"ה שלא יהיה לו צער והותר לו להקריב קרבנות, אך משום שלא קיים נדרו רמז לו הקב"ה עשה מזבח לאל הנראה אליך בברחך מפני עשו אחיך והיית בצרה בעת ההיא ומצוה לנדור בעת צרה, על כן עליך לקיים הנדר, וזה דייק המדרש בעקתא נדרתא ובשעת רווחא שיטפא, כי הנדר היה בהיתר ועל כן בשעת רווחא שיטפא, ומיד ויאמר יעקב אל ביתו וגו'.
הגם די של"ה ברענגט אפאר מאל יא אזוי ווי עס שטייט ביי אונז אין רש"י.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 02, 2012 6:40 pm
דורך לכאורה
רש"י כפשוטו ברענגט אז דער השי"ת זאגט אז דער מדת הדין זאגט אזוי.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 03, 2012 1:05 pm
דורך רב טקסט
מענין לענין אויף דעם רש"י האב איך געהערט פון א מירער תלמיד בשם ר' ירוחם ז"ל אז ער האט געפרעגט וואס האט זוין יעקב געוואלט אביסל מנוחת הנפש צו דינען דעם אויבערשטן מיט רחבת הדעת, האט ר' ירוחם געזאגט אטא דאס איז דאך דער גן עדן שמתוקן להם לעה"ב, אויף די וועלט גייט עס נישט אזוי.
און צום שמועס דא האב איך בעניי נישט פארשטאנען די גאנצע קשיא ווייל יעדער דארף דארכגיין אויף די וועלט זיינע שוועריגקייטן מיט נסיונות, די עושר איז אויך א נסיון, און די צדיקים וואס האבן זוכה געווען לשני שולחנות האבן אויך מיטגעמאכט, ובהדי כבשי דרחמנא למה לן.
צוריק צום עיקר ענין פונעם אשכול
א אינטרעסאנטע זאך, אין שו"ת הרשב"ש שנדפס מחדש ע"י מכון ירושלם אין די הוספות צום סוף איז פארהאן א תשובה מכת"י וואס באהאנדלט 3 שאלות (לפי זכרוני איז עס סימנים יג-טו). און די תשובה ממש בלשונה איז שוין געדרוקט אין שו"ת יכין ובועז לר' צמח בן הרשב"ש סי' ס"ט, נאר די 3 זאכן זענען דארט מיט א אנדערע סדר. און נאך איין שינוי איז אז אין יכין ובועז שרייבט ער אויף איינע פון די זאכן אז אזוי האט זיין טאטע שוין גענטפערט. דער רושם וואס דאס מאכט איז לכאורה אז אדער האט איינער צוגעלייגט די גאנצע תשובה פונעם טאטען צו זיין זונ'ס תשובה וואו ער דערמאנט עס, אדער פארקערט אז די גאנצע תשובה איז פון ר' צמח און איינער האט מעתיק געווען נעבן די תשובה פון זיין טאטען וואס ווערט דערמאנט דערינען.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 23, 2013 8:58 pm
דורך ישלהוסיף
בספר קדושת ציון מהדורת הראשון איז דא א תורה און פרשת ויחי וואס הייבט זיך אן: "בעת קריאת התורה עלה ברעיוני לפרש וכו'"
ביים צווייטען מהדורא (תשנ"ד) האבען די מוציאים ארויס גענומען די ווערטער - בזדון.
(בדרך הלצה אולי איז נתברר געווארען אז דער רעיון איז נישט ארויף געקומען אויף דער געדאנק בשעת קריאת התורה אדער ס'דא גאר ארויף אויף דער געדאנק פון א צווייטע...)