בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 11:31 am
דורך ישלהוסיף
קרעמער האט געשריבן:איך האב היינט אנגעהויבן מסכת ע"ז בס"ד, איז מיר אינטערסאנט געווען צו ליינען אין "מעלות" [שבט תשע"ב] אז מסכת עבודה זרה האט די ווייניגסטע מחיקות פונעם צענזור! ווייל צוליב מורא פונעם צענזור האט מען עס פשוט נישט איבערגעדרוקט במשך יענע תקופה, און עס איז פארמיטן געווארן פון מעקונגען (אנדערש ווי איך האב מיך פארגעשטעלט אז עס איז היבש צענזורירט).
די מיינסט דארט דארף ח' ווי מ'רעט פון אותו האיש?
אין דעם קונטרס חסרונות הש"ס איז דא היפט אויף מס' ע"ז נישט פארגלייך ווי מס' סנהדרין, אבער דאך דא גענונג.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 11:34 am
דורך קרעמער
ניין, איך רעד פון איבערטוישן יעדע "גוי" אויף "עכו"ם" און דאס גלייכן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 11:41 am
דורך יוסף שרייבער
יוראפ האט געשריבן:אז ר' יוס'ל שרופט זיך שוין יא אן; דא האב איך די דפוס ראשון וואס איז נאך ארויסגעקומען בחייו, וואס האט נאר ערהאלטן די "קדושות", "כללות הניסים", און "פירושי אגדות". דאס האט א זיגל, די זיגל איז אויך פון די צענזור אדער ווער?
הרב יוראפ, איך האב געמיינט דעים סלאוויטא דרוק, ד"א המדפיס היה הרה"ק ר' משה מסלאוויטא.
איך ליין נישט קיין פוליש אבער אויף די זיגל שטייט הק' יוסף ב"מ שואל? אויב עס וואלט נישט געשטאנען 'הק' וואלט איך געזאגט אז דאס קען אפשר זיין א צענזור, ווי באוויסט זענען די רבנים מטעם צומאל געווען צענזורען און איך האב שוין באגעגנט ספרים ווי זיי שרייבען זיך אינטער בלה"ק אבער דער הק קוקט נישט אויס אזוי.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 4:13 pm
דורך זאמלער
יישר כח הרב יוראפ פאר'ן עפענען אזא געלונגענע אשכול איבער אזא ברייטע און פארוויטאגטע טעמע אין יודישע היסטאריע
איך וויל נאכברענגען אפאר אינטרעסאנטע פרטים וואס איך האב געליינט אין בוך פון שאול גינזבורג
ווי באקאנט זענען רוב צענזורירער געווען משומדים און אויך אידען וואס האבען זיך פארקויפט די נשמה פארן שטן, מערקווירדיג אז די משומדים זענען געווען וויניגער שטרענג ווי זייערע אידישע קאלעגעס ווייל זיי האבען געשפירט א פרייהייט נאכצוגעבן פאר די אידען,
ער ברענגט איבער א געוויסע משומד ישראל לאנדאו וואס טראץ דעם וואס ער האט אפגעלאזט די אידישע אמונה האט ער זיך וויטער געהאלטען פייערליך געטריי צו די חסידשע אידעע און איר רביים, און ער זאגא עדות אז דער לאנדאו וואס איז געווען א צענזורירער האט אים אמאל געזאגט "איך האף צו גאט אז אין די זכות וואס איך האב ערלויבט צו דריקען די הייליגע זוהר וועט מען מיך אויף יענע וועלט פארגעבן מיינע זינד"
א פארצייטישע משומד הא?
א זיסע אנעקדאט ברענגט גינזבורג. אמאל האט עמיציר ארויסגעגבען א רעצעפטן בוך אין געשריבען אינמיטען א רעצעפט "אז מעןם זאל ארויסשטעלן די טייג זיך אפקילען אויף די פרייע לופט" און די צענזור האט דאס אויסגעשטראכען מיטן אויסרייד "אז אין רוסלאנד איז קיין פרייע לופט נישט פארהאנען" אלעס געהערט דעם מעכטיגען צאר
עס זענען געווען צווישען די צענזורירער היבשע יודעי ספר אבער רוב זענען געווען פוסטע עמאראצים עס איז באקאנט די צענזורישעה גרייז "מי כעמך ישראל עכו"ם קדוש" און אזוי וויטער
איך אלס א זאמלער ווער איך באטראפען פון די פארשאלטענע צענזור אויף א טעגליכע פארנעם, ווייל מען קען נישט וויסען קלאר ווי א ספר איז געדרוקט געווארען וויבאלד מען האט אנגעגעבן פאלשע פלעצער ווי עס איז געדרוקט [אזויווי מען קען נישט גלייבען אונזערע זיידעס פאספארטען]
איך לייג צו דא צווי בלעטער פונעם אידישען היסטאריקער ש, דובנוב איבער די טעמע
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 4:19 pm
דורך יוראפ
זאמלער איך מוז דיר דאס געבן (נישט פאר די קאמפלימענט נאר פאר די אינטערסאנטע זאכן וואס דו האסט צוגעברענגט):

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 5:35 pm
דורך שטארק זיך
אפשר א מאמר איבער דובנוב׳ס נאמנות?
ספה"ק באר מים חיים
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 6:52 pm
דורך יוראפ
געטראפן נאך א שטיקל אין פרשת בא
כך נדפס בדפוס ראשון: שאתם הם המקבלים כל ההשפעות והטובת לכל שאר האומות והכל הוא בידכם והאומות אינן אוכלים רק תמצית דגיעולהון כמו שאיתא בזוה"ק...
זעהט אויס אז די חברה האבן נישט געגליכן דאס אז די אידן באקומען אלעס און די אוה"ע באקומען נאך די אידישע קינדערלעך. איז דאך דא א פשוט'ע עצה, מ'שרייבט אזוי:
שאתם הם המקבלים כל ההשפעות והטובת והכל הוא בידכם כמו שאיתא בזוה"ק....
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 12:18 am
דורך אלד וויליאמסבורג
(קען זיין עס איז א באוויסטע) עם הארצישע צענזור גרייז בפירוש המזרחי בפרשת האזינו
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 3:22 am
דורך משה'עלע
קרעמער האט געשריבן:איך האב היינט אנגעהויבן מסכת ע"ז בס"ד, איז מיר אינטערסאנט געווען צו ליינען אין "מעלות" [שבט תשע"ב] אז מסכת עבודה זרה האט די ווייניגסטע מחיקות פונעם צענזור! ווייל צוליב מורא פונעם צענזור האט מען עס פשוט נישט איבערגעדרוקט במשך יענע תקופה, און עס איז פארמיטן געווארן פון מעקונגען (אנדערש ווי איך האב מיך פארגעשטעלט אז עס איז היבש צענזורירט).
כהאב אמאל געקלערט אז די גאנצע ענין פונעם צענזור וויל זיי האבען מורא גהאט אויף גילו ודו"ק עכ"פ די צעזור דא ארבעט זיכער אויף דעם אופן
אן לערבארער אשכול שכח פארן פותח שערים
פרי מגדים-דפוס ווין תק"ע
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 25, 2012 3:40 pm
דורך יוראפ
עם צענזור מהרויזאנס אמט
ספה"ק באר מים חיים
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 9:17 pm
דורך יוראפ
אודך אין ספה"ק באר מים חיים (פ' משפטים)
וזלה"ק: שלא נברא אלהים כי אם כדי שייראו מלפניו כל העכו"ם שונאי ישראל ולא יצערו לישראל.
קען דען זיין אז די גוים זענען מצער די אידן? מעקט מען אויס 'ולא יצערו לישראל' און שלום על ישראל, ניין? (ליין מיט גמרא ניגון, אדער אנדערע ניגון וואס איר גלייכט)
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 04, 2012 9:39 pm
דורך יוראפ
יוראפ האט געשריבן:אינעם ערשטע דרוקן באר מים חיים אין פ' וארא עה"פ בעבור תדע כי אין כמוני בכל הארץ, שטייט כדעת אלו האפיקורסין יש"ו שאומרין ...
שפעטער זעהט אויס איז עס איינעם נישט געפאלן אז ער איז געווען א אפיקורס האט מען געמעקט די ווארט
האט מען מיר מעורר געווען אז עס מיינט בכלל נישט אים (ס'האט בכלל נישט געשטימט די לשון לויט די ערשטע פשט), נאר עס איז די ראשי תיבות י'מח ש'מם ו'זכרם (דאס שטימט טאקע)
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 8:07 pm
דורך יוראפ
ספר געדרוקט אין סלאוויטא מיט רשות פון די קייזערלעכן צענזור
ווי אויך איז דא א גאנצע מגילה זיך צו פארענטפערן בפני העכו"ם
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:50 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
מכתב קול קורא כתב יד הגה"ק מראדזין בעל התכלת עם אישור הצענזור
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:45 pm
דורך jkup50
איך האב די וואך שבת ביי פרק געקלערט אז אויף די משנה פון הוי זהירן ברשות איז כמעט נישט דא קיין מפרשים אפשר האט עס ציטון מיט די צענזור!
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 24, 2012 8:56 pm
דורך יוראפ
א חובת הלבבות וואס איז אויך געשלאגן געווארן פון די צענזור
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 27, 2012 10:39 am
דורך יוסף שרייבער
יעקב טוגענדהאלד, א באקאנטער
משכיל וצענזור בווארשה.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 28, 2012 5:54 am
דורך msp
עס איז אויך וויכטיג צו באטאהנען אז חוץ די גויישע צענזור און זייערע אידישע איינגעשטעלטע
איז דא געווען א זעלבסט צענזור כדי מען זאל נישט האבען קיין פראבלעמען מיט די אפיציעלע צענזור...
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 21, 2013 5:20 pm
דורך farshlufen
אן אויסשניט פון ב"ח או"ח סימן מ"ו וואו ער ברענגט צו אז אין סמ"ק איז געשטאנען "גומל חסדים טובים לבריותיו".
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2014 2:09 am
דורך פאמיליעמירעלס
[שייע] געציל..