בלאט 1 פון 1

אינטרעסאנטע ספרים און ביכער "נישט" צו געפונען ביי היברו בוקס

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 7:00 pm
דורך זאמלער
אינטערעסאנטע ספרים און ביכער וואס איז נאך נישט צו געפונען ביי היברו בוקס!!!
איבער פופציג טויזנט ספרים און ביכער איז שוין היינט שוין דא צו געפונען אויף דעם אזוי באקאנטען סייד היברו בוקס! וואס פארשטייט זיך אז צווישען דעם איז דא א באדייטנדע צאהל אינטרעסאנטע ביכער, און וועגען דעם האט שוין ידידי היקר המסדר קידושין מסיראקיוז שליט''א געפעענט דעם בליענדע אשכול אינטערעסאנטע ספרים און ביכער צו געפונען ביי היברו בוקס, אבער נאך אלס היות מיר זיינען דאך דעם עם הספר קאן שטויסט מען זיך נאך אלס אהן און אינטרעסאנטע ביכער און זעלטענע ספרים וואס זיינען דערווייל נישטא, [און אדרבא אפשר דאס אליינס אז זיי האבען עס נאך נישט מאכט עס גאר זעלטן], האבעך מיר געטראכט א געדאנק, אז ווען איינער טרעפט אדער האט אין באזיץ א אונטרעסאנט ביכל אדער ספר וואס איז נאך נישטא זאל דאס מעלדן פאר די חשובע חברים דא, און אפשר וועט עס גאר זיין א וואונק פאר בעלי היברו בוקס וואס ס'איז אינטערעסאנט פאר'ן עולם, פארשטייט זיך אז מ'קען נישט ארויף ברענגן דעם גאנץ'ן ביכל, אבער וויפיל ס'שייך דעם שער\תוכן\וכדומה

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 7:07 pm
דורך זאמלער
ספר ילד שעשועים
מחבר א געוויסע אפרים פון סטאלין ארויסגעגבן נוייארק תרס''ז אויף יודיש
ער שרייבט אויפ'ן שער בלאט אז ער האט 2 גוטע ביימער עץ החיים ועץ הדעת אויף חמשה חומשי תורה רופט ער דודאי ראובן און אויף ששה סדרי משנה דודאים בשדה, כ'האב און פאקט נאר דודאי ראובן וואס די גאנצע איז אויף די נעמען די סדרות אויף גאנץ חמשה חמשי תורה [כעין מעשה הבדחנים] לדוגמא בראשית ווען א מענטש ווערט געבוירן איז נח וויל ער וכו'
ער האט א הסכמה פון הגר''ח מבריסק און הג''ר רפאל שפירא

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 7:15 pm
דורך יהיה כן
א גיוואלדיגער רעיון!
אולי קעניך אויך מוסיף זיין דא עמיר שפעטער זעהן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 7:27 pm
דורך jkup50
אז איינער וועט עס מסדר זיין אויף א שיינער אופן וועל איך עס בל"נ ווייזן פאר די בעל ההיבראו באקס

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 8:41 am
דורך להבין שמועות
;l;p-
כ'האב כמה ספרים וואס איז נישטא אויף היברו בוקס כ'על שרייבן איינס לע''ע
מפתחי חכמת אמת
א ספר אויף סדר השתלשלות העולמות פון הב' שאול בוימאן געדרוקט ווארשא תרצ''ז מיט א הסכמה פון הגה''ק ר' שמעול'ע זעליחאווער זי''ע און פון פארצאווער רבי'ן, אויך לייגט ער אריין א תעודת סמיכה פון רבו הגאון ר' ברוך בער זצ''ל,

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 1:10 pm
דורך סביב העולם
jkup50 האט געשריבן:אז איינער וועט עס מסדר זיין אויף א שיינער אופן וועל איך עס בל"נ ווייזן פאר די בעל ההיבראו באקס


כ'האב שוין לאנג געזוכט א פלאץ וואו זיי זאלן האבן אן אפענע אויער, ווייל איך האב שוין אפאר מאל געשיקט אימעילס צו זיי אויף זייער אנגעגעבענע אימעיל אדרעס וואו מען קען זיך צו זיי מעלדן, און איך האב נאך קיינמאל נישט זוכה געווען צו קיין ענטפער

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 2:13 pm
דורך Latke
סביב העולם האט געשריבן:
jkup50 האט געשריבן:אז איינער וועט עס מסדר זיין אויף א שיינער אופן וועל איך עס בל"נ ווייזן פאר די בעל ההיבראו באקס


כ'האב שוין לאנג געזוכט א פלאץ וואו זיי זאלן האבן אן אפענע אויער, ווייל איך האב שוין אפאר מאל געשיקט אימעילס צו זיי אויף זייער אנגעגעבענע אימעיל אדרעס וואו מען קען זיך צו זיי מעלדן, און איך האב נאך קיינמאל נישט זוכה געווען צו קיין ענטפער

t אינטרסאנט ווייל איך האב אים געשריבן עטליכע מאל אין באלד באקומען אנטווארט. ווען איך האב געוואלט ארויפלייגן א ספר האט ער געהייסן עס איבערלאזן ביי אוצר ספרים געשעפט אויף לי עוו. ער קומט אפט אריין דארט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 4:30 pm
דורך מיללער
ס'דא א באקאנטע סעט ספרים בשם 'דורות האחרונים' פון ר' בנציון אייזנשטאט פון בראנזוויל, ער האט ארויסגעגעבן צוויי סעריעס פער דריי בענדער דערפון, עס אנטהאלט בעיקר תולדות רבני ואנשי שם של ארה"ב.

די צווייטע סעט געפונט זיך סיי אויף היברו-בוקס און סיי אויף אוצר החכמה אבער נאר די ערשטע צוויי חלקים, אויף גוגל-בוקס זעה איך דעם דריטען חלק, האט איינער דעם באנד?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 26, 2012 2:29 am
דורך כתר ישועה
ס' או קונטרס "תכתב לדור אחרון", תולדות (פונקטליכער אינהאלט איז מיר נישט באקאנט)

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 4:29 pm
דורך זאמלער
א דינטשיק קונטרסעל קוים פעציג עמודים אבער מלא תוכן און זאפט מיט'ן נאמען "דער אמת פון אמעריקאנער רבנות פעלד" ווי ער גיסט אויס זיין וויטאג אויף דעם אופן וויאזוי די אמעריקאנע רבנים ווערן באהאנדגעלט דורך זייערע קאנגרעגעישאנס
די מחבר איז א געוויסע הרב ישראל מילער פון שיקאגא
איך האב געטראפען אין לייבערי פון חב"ד אז ער האט רעדאגירט א ארטאדאקסישע צייטונג אין שיקאגא מיט'ן נאמען "דער אמת". א מאנאטליכער ארטאדאקיסשער זשורנאל,

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 5:43 pm
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 12:40 pm
דורך יוסף שרייבער

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 1:46 pm
דורך יוסף שרייבער
ספר תשובת חן נדפס באוסטראוו מאזוביצק בשנת תרצ"ג.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 11:56 am
דורך זאמלער
ספר מגדל בבל החדש נגד הציונות. מאת מאיר הכהן ראזענפעלד, ווארשא תר''ס

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 6:39 pm
דורך זאמלער
ווואס איז אזוינס יידישע עטאגראפיע?
האנט ביכל פאר זאמלער
ווילנא 1929