בלאט 1 פון 4

על הספר קדושת יו"ט - סיגוט

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 02, 2011 2:18 pm
דורך איש האמת
א נייע קדושת יו"ט יעצט ערשיינען און די ספרים געשעפטן, ארויסגעגעבן דורך ר' שמואל טייטלבוים מיט די הסכמה פון מהרי"י ט"ב אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ס'קאסט קנאפע זיבעצין דוללער נאר עה"ת דהיינו ס'איז חלק ראשון, און מ'האלט אינמיטן ארבעטן אויף די מועדים
גאנץ שיינע ארבעט, אביסעל צו גרויסע אותיות, הערליכע מפתחות , רבים חיכו כבר לאורו

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 02, 2011 2:49 pm
דורך מי יודע
דער קדושת יו"ט וואס איז יעצט ארויסגעקומען דורך ר' שמואל ט"ב, איז אונטערן נאמען הוצאת "דבש תמרים"
אין מיין ספרים סטאר קאסט עס 18 דאלער איין באנד

דאס וואס איז אדווערטייזט אין קול התאחדותינו קומט ארויס דורך הוצאת "עצי תמרים" און דער פרייז פאר 22 דאלער איז פאר ביידע בענדער סיי על התורה און סיי על המועדים
*
לויט ווי איך האב געהערט אין די גאס (איך האב עס נישט מברר געווען) האט ר' שמואל זיך אביסל אונטערגעיאגט מיט די ארבעט, הערנדיג אז ס'איז דא אנדערע וואס ארבעטן אויף א קדושת יו"ט, און דערפאר איז נאר אינדרויסן על התורה, און ס'דערקענט זיך אביסל אז ס'איז געכאפט, אבער נאך אלס בעסער ווי גארנישט.

הוצאת עצי תמרים האט געמאלדן אז זיי האבן אויך אסאך ליקוטים, אין ר' שמואל'ס (הוצאת דבש תמרים) איז נאך דערווייל נישטא קיין ליקוטים, וועל מיר זען ווער ס'וועט האבן א שענערע ארבעט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 09, 2011 3:22 am
דורך שאץ מאץ
איך ווייס נישט צו דא איז דער פלאץ אבער אזויווי מי יודע זאגט ר' שמואל האט זיך געיאגט מיט די ארבעט, ראשית אני כשלעצמי האב פיינט ווען מ'מאכט אויתיות מרבעת אינמיטן א תורה, למשל אז דער קדושת יו"ט ברענגט צו א יט"ל צו וואס מאכסטו מה שפי' היטב לב די ווערטער יטב לב גרויס און באלד און אנדערע אותיות, ס'איז נישט היימיש, ס'איז מער מאדערן, שנית, איז דא טעותי הדפוס, איין פלאץ פעלט ממש א שורה,
שוין, העמרי טאקע מוזן ווארטן און זעהן אפשר וועט די צווייטע קאמפאני זיין נאך שוואכער.... העמיר קויפן די ערשטע,

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 2:37 pm
דורך איש האמת
א נייע קדושת יו"ט יעצר ערשיינען און די ספרים געשעפטן,
יו"ל ע"י האחים רבי שרגא פיוויל און רבי יעקב שמואל שפיטץ
בני רבי מאיר שפיטץ אב"ד ביסטריץ, חתן רבי יוסל אשכנזי,

ס'אונטרעסאנט צו צייכענען אז כ"ק מהרי"י ט"ב אדמו"ר מסאטמאר
האט געגעבן אן הסכמה וואס גבאי און משמשו האט ארויסגעגעבן
און נישט פאר זיינע צוויי נעפיוס, ולכאורה יש להבין, וטעמא בעי.

זיי האבן געארבעט דערויף יארן לאנג, ווי אויך ארבעטן זיי איבער
דעם ייטב לב, ס'וואלט שוין געדארפט זיין און די געשעפטן,, און
ס'טאקע זייער שיין ארויסגעקומען, זייער שיינע ארבעט, און אייכלערס
פאר צוויי און דרייסיג דוללער,

יעצט וועלן מיר דארפן ווארטן וואס חסידי כ"ק מהר"א ט"ב האדמו"ר
מסאטמער וועלן אהערשטעלן?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 06, 2011 2:52 pm
דורך מי יודע
איש האמת האט געשריבן:א נייע קדושת יו"ט יעצר ערשיינען און די ספרים געשעפטן,
יו"ל ע"י האחים רבי שרגא פיוויל און רבי יעקב שמואל שפיטץ
בני רבי מאיר שפיטץ אב"ד ביסטריץ, חתן רבי יוסל אשכנזי,

ס'אונטרעסאנט צו צייכענען אז כ"ק מהרי"י ט"ב אדמו"ר מסאטמאר
האט געגעבן אן הסכמה וואס גבאי און משמשו האט ארויסגעגעבן
און נישט פאר זיינע צוויי נעפיוס, ולכאורה יש להבין, וטעמא בעי.

זיי האבן געארבעט דערויף יארן לאנג, ווי אויך ארבעטן זיי איבער
דעם ייטב לב, ס'וואלט שוין געדארפט זיין און די געשעפטן,, און
ס'טאקע זייער שיין ארויסגעקומען, זייער שיינע ארבעט, און אייכלערס
פאר צוויי און דרייסיג דוללער,

יעצט וועלן מיר דארפן ווארטן וואס חסידי כ"ק מהר"א ט"ב האדמו"ר
מסאטמער וועלן אהערשטעלן?


בנוהג שבעולם אז מען געבט א הסכמה נאר געבעטן, נישט אומגעבעטן...

איך האב געזען די קדושת יו"ט פון ר' מאיר שפיץ, קוקט אויס א בעסערע ארבעט ווי די ערשטע, און אויך א בעסערע ארבעט ווי זיין ייטב לב, שיינע מפתחות, שיינע מראי מקומות, איך פארשטיי נאר נישט פארוואס ער האט ארויסגענומען אלע השמטות וואס איז געווען געדרוקט אין ערשטן קדושת יו"ט, מעגליך ער וויל מאכן א באנד מיט ליקוטים, אבער לכאורה באלאנגן די השמטות אינעם עצם ספר, ווייל מתחלה איז עס פשוט נשמט געווארן ווייל דער זעצער האט שוין געהאט געענדיגט זעצן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 2:10 pm
דורך אויפריכטיג
מי יודע האט געשריבן:איך האב געזען די קדושת יו"ט פון ר' מאיר שפיץ, קוקט אויס א בעסערע ארבעט ווי די ערשטע, און אויך א בעסערע ארבעט ווי זיין ייטב לב, שיינע מפתחות, שיינע מראי מקומות, איך פארשטיי נאר נישט פארוואס ער האט ארויסגענומען אלע השמטות וואס איז געווען געדרוקט אין ערשטן קדושת יו"ט, מעגליך ער וויל מאכן א באנד מיט ליקוטים, אבער לכאורה באלאנגן די השמטות אינעם עצם ספר, ווייל מתחלה איז עס פשוט נשמט געווארן ווייל דער זעצער האט שוין געהאט געענדיגט זעצן


ער האט געוואלט ארויסקומען דריי בענדער. און די דריטע באנד האט געדארפט זיין די השמטות און נאך פיל ליקוטים, אבער וויבאלד עס איז ארויסגעקומען די ערשטע נייע דרוק, האט ער אין איילעניש ארויסגעגעבן די ערשטע צוויי בענדער.

על הספר קדושת יו"ט - סיגוט

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 10:53 am
דורך מיללער
ואם תאמר האט געשריבן:אחי שפיץ שיחיו האבן געמאכט א הערליכן ארבעט מיט דער נייע ייטב לב, באגלייט מיט א דיקע באנד פון א מפתח נפלא, וכמעשיהם בקדושת יו"ט השלם והמפואר - כך מעשיהם בייטב לב השלם והמפואר.



וואס איז פשט פונעם פארדרייען היסטאריע ביים אויסרעכענען די קינדער פון מרן הייטב לב, און שרייבען ר' משה יוסף מאיהעל דער אינגסטער זון אלס דער צווייטער?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 2:21 pm
דורך farshlufen
מיללער האט געשריבן:
ואם תאמר האט געשריבן:אחי שפיץ שיחיו האבן געמאכט א הערליכן ארבעט מיט דער נייע ייטב לב, באגלייט מיט א דיקע באנד פון א מפתח נפלא, וכמעשיהם בקדושת יו"ט השלם והמפואר - כך מעשיהם בייטב לב השלם והמפואר.



וואס איז פשט פונעם פארדרייען היסטאריע ביים אויסרעכענען די קינדער פון מרן הייטב לב, און שרייבען ר' משה יוסף מאיהעל דער אינגסטער זון אלס דער צווייטער?

מופרך מתוכו, כי לפי השנים וואס ער אליין שרייבט רעכנטס אויך ווער עס עלטער.

1+2 += .....

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 2:46 pm
דורך סיגוט
שישא האט געשריבן:דאס איז נישט פארדרייט היסטאריע, דער איז פשוט אומוויסענד.
זעלטן צו זעהן אן עמוד מיט אזויפיל גרייזן, איך זעה יעצט דא אליינס 5 גראבע גרייז (לאחר העיון אולי יותר)
אדרבא, ידענים, לאז מיר זעהן ווער עס קען דאס אויסרעכענען

קאלבאסאווער רב איז געבוירן בשנת תקצ"ב בערך נישט תקפ"ו געווען עלטער פונעם קדושת יו"ט בלויז צוויי יאר
געזעהן אינעם ספר אז ר' אלי' בצלאל איז געבוירן בשנת תר"י ובאמת נולד בשנת ת"ר בערך בחייו פונעם ישמח משה ונפטר בשנת תרפ"ב
הרבנית מראזוואדוב האט געהייסען דאכט זיך "גיטל" יהודית נישט יוטל
איך האף די אנדערע חלק התולדות איז יא קראנט און קלאר

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 3:17 pm
דורך farshlufen
אפירגעזוכט אונזערס אן אלטער שמועס איבער סדר לידת בני הייט"ל:
viewtopic.php?p=181137#p181137


farshlufen האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:כ'האב כמה פעמים געהערט פון אים אז רבי משה יוסף איז געווען דער דריטער ברודער.
חוץ פון דעם רבי משה יוסף האט געהייסן נאכן זיידן דער ישמח משה, לשוטתך, פארוואס האט ער קודם געגעבן אלי' בצלאל און נאכדעם הערשט געגבן נאכן זיידן?

למען הפונקטליכקייט, רבי משה יוסף איז געבוירן געווארן בשנת תר"ה און רבי אלי' בצלאל בשנת תר"י. יעצט ווער איז עלטער?

הער צי כ'האב שוין עטליכע מאל געזהן אז סאיז דיר שווער מודה צי זיין ווען די האסט א טעות, אבער די מוזט נישט אריינמישען דעם אדמו"ר שליטא אין דיע געטיעכץ!
יעצט איז אזוי, כהאב פריערט גערעדט מיט אן איר אייניקעל פון ר' אלי בצלאל וואס האט אויך געמיינט ווי דיר אז ר' אלי בצלאל איז געווען דער אינגסטער, ביז ער האט אמאל אנגעטראפן הרב געלבמאן פון מושיען של ישראל אין ער האט אים אויפמערקזאם געמאכט אויפן טעות דער איד האט זיך נישט געפוילט און איז אריבער צום רבי'ן דאן נאך אב"ד קרית יואל (סאיז געווען היבש יארן צירוק) אין דער רבי האט אים באשטעטיגט אז יא ר' אלי בצלאל איז געווען דער דריטער זון!! און איז געבוירן תקצ"ט, אין איז נאך נימול געווארן על ברכיו פון זיין הייליגען זיידן דער ישמח משה זי"ע, אזוי ארום מיין איך אז ס'פעלט לכאורה שוין נישט אויס צי מתרץ זיין די מעכטיגע קשיא וואס די האסט אנגעפרעגט,
אויב גלייבסטי מיר נישט קענסטי אנפרעגען הרב מיללער ער איז מיט געווען ביים היינטיגען שמועס
אגב למען הפונקטלעכקייט איז ר' משה יוסף געבוירן שנת תר"ו

אגב האסטי וואס כהאב געגנב'עט פון פורום ספרים וספרים בנוגע דעם ענין
בס"ד



בענין זיהוי החתימה "הק' אשר בצלאל אבד"ק פאליאן במדינת הגר"



פניתי לאחד מידידי שהוא נכדו של הגה"צ ר' אלי' בצלאל ט"ב אב"ד טעטש בנו של הייט"ל, והראיתי לו המבוכה שנתעורר כאן סביב החתימה הנ"ל, וזה אשר כתב לי להשיב:

לדאבוני נכנסו כמה וכמה טעותים בספרי מקורי הדורות בנוגע לתולדות חייו של זקיני הגאב"ד טעטש זצ"ל, ומצאתי כאן מקום מוכשר להודיע מה שבפי, ואדרבא אם יש למישהו להעיר על דברי אקבלנו בחפץ לב.

כתבו שהוא נולד בשנת תר"י כבן הצעיר והרביעי של הייט"ל, נתמנה לרבנות פאליען בשנת תרל"ה, ונפטר בשנת תרע"ט.

כל אלו הפרטים הם בטעות מיסודם ועבידי לגלוי' בעז"ה.

מה שכתבו שהוא נולד בשנת תר"י, נתברר לי בראיות ברורות מפי גדולים וזקנים ממשפחה זו כי הוא טעות מוחלט, אלא שהוא נולד כבר בשנת ת"ר בשנתו האחרונה של זקינו היש"מ ונימול על ברכיו. וכן לא הי' בן הרביעי של הייט"ל אלא בנו השלישי. וכן מה שכתבו שהוא נפטר בשנת תרע"ט, יש לפני צילום מצבתו ובה נאמר בפירוש שנפטר ביום א' דר"ח אלול תרפ"ג!

ואעתיק כאן נוסח מציבתו אשר שופך אור על דיוק שנות ומקומות כהונתו:

"......כקש"ת מו"ה אלי' בצלאל בן מרן הגה"ק מו"ה יקותיאל יודא טייטעלבוים האבד"ק סיגעט זצללה"ה, ששימש ועבד עבודתו באמונה לעדת מי מנה אב"ד ורב בק"ק פאלין שמנה עשר שנים, והרים דגל התורה והיראה בפה קהלתינו טעטש תשעה ושלשים שנים..... ונפטר בש"ט א' דר"ח אלול תרפ"ג לפ"ק"

לפי מספר השנים הנחרת על המציבה נמצאת ברור כי זקיני נתמנה לרב בק' פאליען בשנת תרכ"ה (ולא תרל"ה!) עד שנת תרמ"ג, שנת פטירת אביו הייט"ל, אשר אז עבר אחיו הקדושת יו"ט מטעטש לסיגוט למלא מקום אביו הייט"ל, וזקיני נתמנה תחתיו ברבנות דק' טעטש ונהג את הנשיאות למשך של תשעה ושלשים שנים עד פטירתו. [ועי' בס' כסא רחמים, אונגוואר תרכ"ח, שמוזכר שם בפרומנענטן אצל העיר פאלאן ריסקעווע "הרב אב"ד ר' יוסף כ"ץ", אבל מסתבר שלקחו הדמי קדימה איזה שנים לפני ההדפסה, ואין זה יכול לסתור דברים ברורים שעל המציבה]

המקום היחידי שמצאתי בו תאריכים אמיתיים בנוגע לשנות זקיני, הוא בס' מליצי אש ח"ג בהשמטות, כ"ט מנחם אב, וז"ל, "ר' אלי' בצלאל ט"ב אב"ד פאליען וטעטש, בן הגה"ק בעל ייטב לב אב"ד סיגוט, בן פ"ג שנה תרפ"ג". והרי זאת כמו שכתבתי לעיל.

עכ"פ הרי ברור כשמש כי בשנת תרכ"ט בזמן חתימת החרם, כבר הי' זקיני רב בפאליען, וכבר הי' אז רב מבוגר בן כ"ט שנים, וא"כ יש לקבוע בברירות כי הוא הוא מי שחתם שמו על החרם כאבד"ק פאליאן, יחד עם ב' אחיו הגדולים ממנו הרב מקאלבסוב והרב מסיגוט (מלפנים טעטש), ומה שנדפס "אשר" בצלאל הוא סתם ט"ס שמיתרמי הרבה בקול קורא'ס כאלו, ובפרט בחרם הלזו רואין הרבה טעותים כזאת. (ואחיו הרביעי! ר' משה יוסף האב"ד אוהעל הנולד בשנת תר"ו, הוא היחיד בין האחים שלא חתם על החרם כיון שהי' אז רק כבן כ"ד שנים ולא כיהן עדיין כרב אב"ד)

תבנא למסקנא שחבל על צערו של דוד-אסף אשר כתב בלשון מדברת גדולות "כמו כן יש לקבוע בצער שעל החרם נגד סדיגורה חתמו גם ינוקות בני עשרים"...



אגב, מי שיש לו איזה חומר או ידיעות כל שהוא בנוגע ר' אלי' בצלאל הנ"ל .האבד"ק טעטש, וגם להעיר במה שכתבתי כאן, נא שאל ימנע טוב ולהודיע אודותיו במוקדם.




דא האט איר פון "משלחן מלכים" היי וואך פנחס תשס"ט:

רבינו [מהר"א]: ניין, דער קאלבאסובער רב [ר' אברהם אהרן] איז געווען עלטער מיט צווי יאר, דער טעטשער רב [ר' אלי' בצלאל] איז געווען דער דריטער, און דער אוהעלער רב [ר' משה יוסף] איז געווען דער אינגסטער, דער פערטער זוהן.

על הספר קדושת יו"ט - סיגוט

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 10:21 am
דורך מיללער
איש האמת האט געשריבן:א נייע קדושת יו"ט יעצר ערשיינען און די ספרים געשעפטן,
יו"ל ע"י האחים רבי שרגא פיוויל און רבי יעקב שמואל שפיטץ
בני רבי מאיר שפיטץ אב"ד ביסטריץ, חתן רבי יוסל אשכנזי,

ס'אונטרעסאנט צו צייכענען אז כ"ק מהרי"י ט"ב אדמו"ר מסאטמאר
האט געגעבן אן הסכמה וואס גבאי און משמשו האט ארויסגעגעבן
און נישט פאר זיינע צוויי נעפיוס, ולכאורה יש להבין, וטעמא בעי.

זיי האבן געארבעט דערויף יארן לאנג, ווי אויך ארבעטן זיי איבער
דעם ייטב לב, ס'וואלט שוין געדארפט זיין און די געשעפטן,, און
ס'טאקע זייער שיין ארויסגעקומען, זייער שיינע ארבעט, און אייכלערס
פאר צוויי און דרייסיג דוללער,

יעצט וועלן מיר דארפן ווארטן וואס חסידי כ"ק מהר"א ט"ב האדמו"ר
מסאטמער וועלן אהערשטעלן
?


יעצט קומט אריין די פריידיגע בשורה אז די נייע (דריטע) איבערגעזעצטע 'קדושת יו"ט' בהוצאת 'עצי תמרים' איז שוין אויפן שיף אנצוקומען ביז געציילטע וואכען קיין אמעריקא ווי חסידים ומבקשים וועלן קענען נהנה זיין מאורו החדש.

עס איז מיר אויסגעקומען צו זעהן די הערלכיע צוויי בענדער כלול בהדרו איך וועל נישט ליגנט זאגן אז נאכען זעהן די פריערידיגע צוויי מהדורות וואס ווערן אויבן דערמאנט, איז דאס עולה על גביהם ביתר שאת ויתר עוז, דער עיקר חידוש אין די מהדורת הוצאת עצי תמרים איז די הוספות אין ביידע בענדער בשם 'תוספות יום טוב' דאס איז א ליקוט פון חידו"ת, שו"ת, הסכמות און מכתבים פונעם קדושת יו"ט וועכלע זענען נישט געדרוקט געווארן אינעם ערשטן דרוק און אסאך איז נאך בכלל קיינמאל נישט געווען געדרוקט.

פארהאנען דברי תורה וואס זענען אפגעשריבען געווארן דורך תלמידי המחבר, בכתב יד אדער אין זייער ספרים, ווי אויך גאר אינטערעסאנטע תשובות ומכתבים איבער פארשידענע ענינים בהלכה ועוד. דער ספר איז באצירט מיט א שיינע מפתח ענינים און אנדערע מפתחות, ממש א כלילת יופי.

איך שטעל א בילד פון די צוויי בענדער, תשוח"ח פאר די מו"ל פאר'ן ממציא זיין אזא הערליכע דבר השלם!

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 11:02 am
דורך מי יודע
ענדליך!!!!

יעצט וועלן די ערשטע צוויי מהדורות שוין קענען ארויסגעבן זייערע ליקוטים וואס זיי האבן פארשפראכן פאר א יאר צוריק, ווייל ס'איז שוין דא פון ווי צו נעמען (נאך)....

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 11:46 am
דורך סיגוט
געהערט אז עס האט א הערליכע הקדמה פון כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א מ'סאטמאר

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 11:59 am
דורך מיללער
סיגוט האט געשריבן:געהערט אז עס האט א הערליכע הקדמה פון כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א מ'סאטמאר


וואס איז שייך צו זאגען הערליך, ס'האט אן הקדמה אונטערגעשריבען דורכ'ן סאטמאר רבי'ן מהר"א שליט"א, דאס איז אבער לדעתי פון די קליינע זאכען אינעם ספר.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 12:01 pm
דורך סיגוט
געב איבער וואס נאך

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 06, 2012 1:42 pm
דורך לכתחילה אריבער
אריין און משפחת ט"ב אשכול

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 1:18 am
דורך ישלהוסיף
גיב מיר א שטיק צייט אין וועל אי"ה באהאנדלען דעם נושא איבער די דריי דריקען פין ספר קדושת יו"ט.
אבער וואס איז אמאהל זעכער איז אז דער שפיץ הוצאה די שוואכסטע פין די דריי,
עס האט נישט געהאלפען די הסכמה וואס צד מהרי"י האט געגעבען אויפן דברי יואל הוצאה מחודשת ומורחבת

די ספר רב טוב וואס שוין פון לאנג א ספר המונח בקרן זויות, אין כ'ווייס ווען איז געוועהן דער לעצטע מאהל וואס איינער זאל ארויס נעמען דעם ספר פון שאנק, אבער יעצט האט דער ביסטריץ'רב פארלאפען דעם וועג עס אפגעטייפט, אין מיר קענען ערווארטן ביז און צוויי יאהר צו האבען צוויי בענדער מיט הערליכע השוואות והערות מיט א מפתח כדוגמת הייטב לב.
פאר עפעס א סיבה איז איהם יעצט וויכטיגער דם 'רב טוב' ווי א דברי יואל אויף ד' פרשיות ופורים, פארוואס ווייס איך נישט, אולי ווייל עס איז גרינגער, אבער פארט איז דער עולם פיל מער דורשטריק פארן דברי יואל.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 11:14 am
דורך שישא
אפשר הערסטו אויף אנצוחזרן מיט שטותים וואס וווערט סייווי פארמעקט, נישטא קיין הסכמה, נישט די שוואכסטע... וד"ל, איר רעדט אין וועלט אריין (אנטשולדיג!)
דער רב טוב האט שוין געדארפט זיין פארטיג אומגעפער פאר 10 יאר צוריק, צוליב א סיבה בלתי ידוע איז עס ביזדערווייל נישט געדריקט געווארן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 3:08 pm
דורך ישלהוסיף
כבוד הרב שישא
ביטע נישט צוזאמען הרגשים היץ מיט פאקטן,

"שטותים וואס ווערט פארמעקט"
לגבי ספרי רבותיה"ק?

"נישטא קיין הסכמה"
ביטע קוק אריין אין די נייע דברי יואל אויף ימים נוראים ווערט איהר טרעפען די הסכמה, יעצט טוה היים ארבעט אויף הסבר הדבר צו נעמען דעם הסכמה, א זאך וואס הוצאות ירושלים האט קיינמאהל אין איהר היסטורי' נישט געטוהן צו נעמען א הסכמה אויף ספרי דברי יואל, אין אויב אזוי וואס האט זיי געצווינגען צו נעמען, ווען איהר וועט וויסען דעם תירוץ ווען איהר אביסעל מער פארשטיין.

"די שוואכסטע"
די וואס טוהן אין ספרים, כ'רעד פון מבינים וכיוצ"ב עלען דיר זאגען פון די דריי דפוסים פונם קדושת יום טוב וועט אייך זאגען אז דער קדושת יום טוב מהדורת שי"פ ע"י מכון דבש תמרים ויו"ל ע"י שמואל טייטלבוים איז א מהדורא בלתי מוגה און במקום לתקן היה מקלקל, יישט קיין זיופים נאר פשוט א געיאגטער ארבעט. (כ'האב עס אנגערופען שפיץ, צוליב א טעם וואס די מקור פון דעם מהדורא קומט פון שפיץ, פאר די וואס ווייסען...)

"דער רב טוב איז נישט געווארען געדריקט צוליב סיבה בלתי ידיעה"
אמת פאר די וואס ווייסען נישט איז עס א בלתי ידיעה, מיט נאך אביסל היים ארבעט, און פאר די וואס ווייסען יא איז עס א סיבה ידיעה.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 3:22 pm
דורך ווינקל
איך מיין דער רב טוב ס'איז פשוט א שווער ספר קייגן די אנדערע ספרי הייטב לב, האט עס א שוואכערע פארלאנג.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 5:14 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
גם לי נזדמן בשבת העבר לראות את הקדושת יו"ט החדש, והמלים נעתקות מפי. אהערשטעלן אזא זאך מגדול שלא כתב בעצמו כלום, ובכשרון כזה, הוא דבר נפלא ביותר.

פלא איך הכל תלוי בהשגחה, שזכה אותו צדיק ששפתותיו יהא דובבות בזמן מסויים. הליקוטים על כל עניני הנהגות והדרכות הוא מרהיב עין, ומיוחד ביפיו. לא יכולתי להניחו מידי לולי אץ עלי זה שנתן לי.

עס איז אן אנדערער קדושת יום טוב.

המלקט של הליקוט תוספות יו"ט, הוא הרב י"ש רויבינפעלד, כנראה מעורכי המכון החשוב הוצאת עצי תמרים, והוא הצליח לאסוף חומר המשובח הזה. ומעל במה זו אנו מבקשים מאתו, שכן יעשה על הייטב לב, אשר אפשר ללקט פי כמה וכמה.

ובאמת ראוי לדון על כל הנדפס בליקוטים שם, מהם ענינים חדשים וענינים מחודשים, ועוד חזון בעז"ה.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 5:24 pm
דורך מי יודע
ווינקל האט געשריבן:איך מיין דער רב טוב ס'איז פשוט א שווער ספר קייגן די אנדערע ספרי הייטב לב, האט עס א שוואכערע פארלאנג.

קוקט אויס האסט נאך קיינמאל נישט געלערנט רב טוב

רב טוב איז א שיין גרינג זיס ספר, גארנישט אנדערש ווי ייטב לב, אויב עפעס איז עס אפשר צומאל מער באריכות

פארוואס מען האט עס נאכנישט איבערגעדרוקט ווייסט איין באשעפער

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 7:22 pm
דורך סיגוט
ישלהוסיף האט געשריבן:כבוד הרב שישא
ביטע נישט צוזאמען הרגשים היץ מיט פאקטן,

"די שוואכסטע"
די וואס טוהן אין ספרים, כ'רעד פון מבינים וכיוצ"ב עלען דיר זאגען פון די דריי דפוסים פונם קדושת יום טוב וועט אייך זאגען אז דער קדושת יום טוב מהדורת שי"פ ע"י מכון דבש תמרים ויו"ל ע"י שמואל טייטלבוים איז א מהדורא בלתי מוגה און במקום לתקן היה מקלקל, יישט קיין זיופים נאר פשוט א געיאגטער ארבעט. (כ'האב עס אנגערופען שפיץ, צוליב א טעם וואס די מקור פון דעם מהדורא קומט פון שפיץ, פאר די וואס ווייסען...)

"דער רב טוב איז נישט געווארען געדריקט צוליב סיבה בלתי ידיעה"
אמת פאר די וואס ווייסען נישט איז עס א בלתי ידיעה, מיט נאך אביסל היים ארבעט, און פאר די וואס ווייסען יא איז עס א סיבה ידיעה.

לפי ידיעתי איז די מהדורת שי"פ לקוי בחסר ויתר אין עטליכע פלעצער פעלט גאנצע שורות און מערערע ראשי תיבות זענען נישט גוט געעפנט וכו'
לגבי רב טוב ווער עס קען די מהות פון הוצאות ירושלים ווייסט אסז ווי נאר ער וועט געוואר ווערן אז איינער ארבייט אויף רב טוב וועט ער ארויסשיסן זיין מהדורה בלתי מוגה

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 8:21 pm
דורך יגעתי ומצאתי
סיגוט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:כבוד הרב שישא
ביטע נישט צוזאמען הרגשים היץ מיט פאקטן,

"די שוואכסטע"
די וואס טוהן אין ספרים, כ'רעד פון מבינים וכיוצ"ב עלען דיר זאגען פון די דריי דפוסים פונם קדושת יום טוב וועט אייך זאגען אז דער קדושת יום טוב מהדורת שי"פ ע"י מכון דבש תמרים ויו"ל ע"י שמואל טייטלבוים איז א מהדורא בלתי מוגה און במקום לתקן היה מקלקל, יישט קיין זיופים נאר פשוט א געיאגטער ארבעט. (כ'האב עס אנגערופען שפיץ, צוליב א טעם וואס די מקור פון דעם מהדורא קומט פון שפיץ, פאר די וואס ווייסען...)

"דער רב טוב איז נישט געווארען געדריקט צוליב סיבה בלתי ידיעה"
אמת פאר די וואס ווייסען נישט איז עס א בלתי ידיעה, מיט נאך אביסל היים ארבעט, און פאר די וואס ווייסען יא איז עס א סיבה ידיעה.

לפי ידיעתי איז די מהדורת שי"פ לקוי בחסר ויתר אין עטליכע פלעצער פעלט גאנצע שורות און מערערע ראשי תיבות זענען נישט גוט געעפנט וכו'
לגבי רב טוב ווער עס קען די מהות פון הוצאות ירושלים ווייסט אסז ווי נאר ער וועט געוואר ווערן אז איינער ארבייט אויף רב טוב וועט ער ארויסשיסן זיין מהדורה בלתי מוגה

מיין פעיוואריט תגובה, נעגעטיוו אלל די וועי.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 10:35 pm
דורך ישלהוסיף
ווינקל האט געשריבן:איך מיין דער רב טוב ס'איז פשוט א שווער ספר קייגן די אנדערע ספרי הייטב לב, האט עס א שוואכערע פארלאנג.


איך פארשטיי גאר גוט וואס איהר מיינט, נאר איך האלט אז איהר האט זיך פשוט נישט גוט אויס געדריקט.
דער טעם פון א שוואכע פארלאנג איז נישט וויבאלד דאס איז א שווער ספר, דער חילוק פון ייטב לב אין רב טוב איז א פשוטע,
אין דער צייט וואס ייטב לב איז די חידו"ת מער לייכטער אין גרינגער אבער איז די אופן א כתיבה ס'פארט עפעס נישט אזוי געשמירט ווי ביים ייטב לב,
במילא אפילו דער איז א שווערע לעומת דער רב טוב, פארט דער ייטב לב א דאנק דעם אופן הכתיבה.

נאך א שטארקע נפק"מ איז דער פאקט אז דער ייטב לב איז געדריקט געווארען בחיים חיותו פונם מחבר לאידך דער רב טוב שוין נאכ'ן פטירה.
אין ממילא איז חביבות יתירה נודעת לרבותיה"ק צו דעם ספר ייטב לב. אין אט דאס האט גורם געוועהן אז דער רב טוב איז מונח בקרן זויות.

לאמיר נעמען דעם פאקט אז אין די אלע כרכי ספרי דברי יואל מהדו"ק מהדו"ת מועדים אין די רעדע איז דא פין טויזענטער דפים, אויסגעשפרייט פין איבער צענדליגע יאהרען פון תורות, שבת יו"ט דרשות פרקי אבות וכו', ווערט נישט דערמאנט דעם ספר רב טוב נאר בלויז צוויי מאהל! איינמאהל אין חיי שרה אין איינמאהל פ' תולדות.
אין חי' שרה זאגט נאך דער רבי א דבר אגדה, אין פ' תולדות נאר בלויז א קשיא.

בספר ברך משה
מקץ דף רעא
ויצא דף קפ
יתרו דף קכט
כי תשא דף ר"ן - מביא אימרא מרבי ר' זושא המובא ברב טוב
בהר רז
מטות דף רפה - "והעיד נכדו הקדוש בספר רב טוב בפרשתן" הובא בדברי יואל פ' חיי שרה דף תפב (בדברי יואל לא נזכר ספר רב טוב)

סוכות, מאמר שואגים הושענא אות ג' - וז"ל: "ושמעתי ממרן דודי זללה"ה ששמע מזקן אחד שהיה בעצמו אצל ק"ז הישמח משה זללה"ה בהושענא רבא..." ובסוגריים "והובא ברב טוב פ' מטות ובדברי יואל פ' חיי". והן הם הדברים הנזכר לעיל

אין קדושת יום טוב ווערט אויך דער רב טוב דערמאנט בלויז פינעף מאהל

אין קאנטראסט צום ייטב לב איז דאס הימעל אין ערד.

קל וחומר - מה דאך רבותינו האבען נישט דערמאנט דעם רב טוב כל שכן החסידים. ווייל די חסידים והמסתופפים בצילם האבען קיינמאהל אין זייער לעבען געהערט זייער רבי נאך זאגען א ווארט פון ספר רב טוב.

המשך יבא