בלאט 4 פון 4
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 11:56 am
דורך אוהב ספרים
נישט קיין גרויסער זיוף, א השמטה, טאקע נישט וויכטיג געווען משמיט צו זיין אבער נישט עק וועלט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:33 pm
דורך לכתחילה אריבער
אוהב ספרים האט געשריבן:נישט קיין גרויסער זיוף, א השמטה, טאקע נישט וויכטיג געווען משמיט צו זיין אבער נישט עק וועלט
אזוי גייט די מאמר החכם:
נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן,
נישט אלעס וואס מען זאגט דארף מען אפשרייבן,
נישט אלעס וואס מען שרייבט דארף מען אפדרוקען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 12:41 pm
דורך מיללער
אוהב ספרים האט געשריבן:נישט קיין גרויסער זיוף, א השמטה, טאקע נישט וויכטיג געווען משמיט צו זיין אבער נישט עק וועלט
איך וואלט געזאגט אז באמת וואלט עס דער "פרי אהרן" געמעגט משמיט זיין, דאס איז נישט קיין היסטאריע ספר אדער א תולדות ספר וואס ברויך אראפברענגען דברים כהוויתן, דער עיקר איז דער מוסר השכל דערפון, און דער נאמען איז נישט מעלה ומוריד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 4:51 pm
דורך אוהב ספרים
מיללער האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:נישט קיין גרויסער זיוף, א השמטה, טאקע נישט וויכטיג געווען משמיט צו זיין אבער נישט עק וועלט
איך וואלט געזאגט אז באמת וואלט עס דער "פרי אהרן" געמעגט משמיט זיין, דאס איז נישט קיין היסטאריע ספר אדער א תולדות ספר וואס ברויך אראפברענגען דברים כהוויתן, דער עיקר איז דער מוסר השכל דערפון, און דער נאמען איז נישט מעלה ומוריד.
איך האלט אז מען מעג לאזען די נאמען, זאלען די צעירי הצאן בדורינו וויסען אז גרויסע לייט האב אויכעט געטוען א מאל א עולה און זעך מתגבר געווען און מיט אלעם אויסגעוואקסן וואס זיי זענען אויסגעוואקסען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 5:01 pm
דורך ווינקל
Comment noted.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 5:34 pm
דורך אוהב ספרים
ווינקל האט געשריבן:Comment noted.
very nice of you
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 6:46 pm
דורך ראש הקהל
איך לפענ"ד זעה גארנישט ראנג מיט'ן פרי אהרן פאר'ן אראפברענגן דער פאקט'ן.
נישט אנדערש ווי גאר אסאך אונגארישע ספרים וואס שרייבען פונקטליכע דיטאלען.
אויב האסטו נישט ליב דער פאקט, נוץ נישט גארנישט, דערמאן עס בכלל נישט.
און ווי אוהב ספרים שרייבט, אז און דערצייט וואס אמאל האט מען געשריבען תולדות ספרים מ'זאל זיך קענען אפלערנען פונעם צדיק, אז זיי האבען אויסגע'ארבעט זייער מידות,
כגון צאנזער רב איז געוועהן בטבעו א קארגע און געווארן א פזרן און צדקה, איז אבער היינט צו טאגס אנדערש, אז מ'קען זיך גארנישט אפלערנען, ווייל יעדער צדיק איז שוין געבוירען הייליג קדוש מרחם אמו.
יא, ס'היפש א שגעון פאר'ן פארדרייען דער פאקטן. א חוץ פונעם פאקט אז לפענ"ד האט נאר סאטמאר ערגער געמאכט, ווייל יעצט האבען זיי אריינגעמישט הדברי יואל אויך אונעם פיקטשער. ווי סאך זוהן יוצ"ח האט שוין הקדושת יו"ט געהאט. און ממילא האבען זיי נאר ערגער גע'מאכט.
מ'קען נישט רירייטען היסטאריע ווי אזוי דאס הארץ גלוסט דיך, מ'דארף שרייבען דברים כהוויתן און נישט דברים כמחשבתן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2014 10:14 pm
דורך ראש הקהל
יעצט כאפ איך, לאמיר בעסער אריינטראכטען.
דער ליסקא רבי איז געבוירען תשרי תרל"ה. דער עצי חיים נולד תר"מ. מוז זיין דער ליסקא רב איז געוועהן א יונג בחור פון פערצן פופצן.
און דער עצי חיים איז געוועהן ניין צו צעהן. יא. האט דער פרי אהרן וואס אליין לעבט נישט פופציג יאר, האט נישט געזעהן ראנג אז א צעהן יעריגע יונגעל
זאל נישט וועלען לערנען בהתמדה. און געשריבען דיטאלען. און דאס איז געוועהן זיין סגנון הכתיבה.
יעצט קומען אפאר חסידים און קענען נישט איינזעהן פארוואס א צעהן יעריגע קינד זאל נישט וועלען לערנען בהתמדה, נאכדערצו דער עצי חים.
און זענען משמיט און מזייף פאקטן כאוות נפשם, יא. דאס הייסט א זיוף. והא ראיה, עדות שבטלה מקצתה בטלה כולי. מ'דארך נאך גיין יעדער מראי מקום דארט. ווער ווייסט.
מיך באדערט נאך עפעס, פארוואס ביים קדושת ציון אשכול מעקט מ'נישט יש'ס תגובות נאר ביי סאטמאר, אזוי איינזייטיג איז דער פארום?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 12:52 pm
דורך יוסף שרייבער
גוד מארנינג אמעריקא (פאר א פארום וואס איז צווייזייטיג פרעגט אן ביי מלכיאל דעם אדרעס).
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2014 5:39 pm
דורך למעלה משבעים
יוסל?!
ראש הקהל מיר זענען נאך דערווייל נישט קיין נביאים, אדער יודעי מחשבות, און ב"ה מיר האלטן נישט מיט יעדע פאליטיק, און טאקע דערפאר איז פארהאן א דווח קנעפל, דארט ווי מען איז מדווח, אויב פארשטייען מיר נישט, פרעגן מיר פון דעם וואס איז מדווח ער זאל מסביר זיין וואס די פראבלעם איז, אבער אויב איז מען בכלל נישט מדווח נאר עולם כמנהגו נוהג, פון וואנט דארפן מיר צו וויסן אויב עס באדערט פאר איינעם עפעס וואס שטייט דא? זייט מוחל אויב עפעס קוועטשט אייך די דווח קנעפל איז גרייט פאר אייך.
א דאנק
אגב, איך האב נישט קיין אנונג פון וואס איר רעדט פון מעקן יש להוסיף'ס תגובות ביי סאטמאר, וועלכע אשכול רעדט איר?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 8:44 am
דורך ולא מיין
ווי האב איך געזעהן בשם איינער פון די גדולי ישראל, אז דאס וואס היינט וואקסן נישט אויף די אמאליגע גדולים, זענען שולדיג די מעשה ביכעלעך וואס באשרייבן די תולדות גדולי עמינו, און שטעלן אראפ א בילד ווי כאילו זיי זענען געבוירן אן קיין יצה''ר.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 25, 2014 12:18 pm
דורך דעפרעסט
א בריוו פון רבי יצחק הוטנער באותו ענין.
רעה חולה היא אצלנו שכאשר מתעסקים אנו בצדדי השלמות של גדולינו, הננו מטפלים בסיכום האחרון של מעלתם. מספרים אנו על דרכי השלמות שלהם, בשעה שאנחנו מדלגים על המאבק הפנימי שהתחולל בנפשם.
הרושם שלך על גדולי ישראל מתקבל כאילו יצאו מתחת יד היוצר בקומתם ובצביונם. הכל משוחחים, מתפעלים ומרימים על נס את טהרת הלשון של בעל החפץ חיים זצ"ל, אבל מי יודע מן כל המלחמות, המאבקים, המכשולים, הנפילות והנסיגות לאחור שמצא החפץ חיים בדרך המלחמה שלו עם יצרו הרע - משל אחד מני אלף. ודי לנבון שכמותך לדון מן הפרט אל הכלל.
התוצאה מזה היא כשנער בעל רוח, בעל שאיפה, בעל תסיסה מוצא בעצמו מכשולים, נפילות, ירידות, הרי הוא דומה בעיניו כבלתי "שתול בבית השם". שלפי הדמיונות של נער זה, להיות שתול בבית השם, פירושו הוא לשבת בשלוות נפש על נאות דשא של מי מנוחות וליהנות מיצרו הטוב, כדרך שצדיקים נהנים מזיו השכינה שעטרותיהם בראשיהם במסיבת גן עדן,
אבל דע לך, חביבי, ששורש נשמתך הוא לא השלווה של היצר הטוב, אלא דווקא מלחמתו של היצר הטוב. ומכתבך היקר והנלבב מעיד כמאה עדים כי אכן לוחם נאמן אתה בצבאותיו של היצר הטוב.
באנגלית אומרים: Lose a battle and win the war [הפסד קרב, ותנצח במלחמה]. בודאי שהנך נכשל ועומד להיות נכשל {אין בזה משום פתיחת פה לשטן}, ובכמה מערכות תיפול שדוד. אבל אני מבטיח לך שלאחר הפסד כל מערכות תצא מן המלחמה כשזר על ראשך, והטרף החד מפרפר בין שינך.
Lose a battles but win the war,החכם מכל אדם אומר "שבע יפול צדיק וקם", והטפשים חושבים כי כוונתו בדרך רבותא: אף על פי ששבע יפול צדיק, מכל מקום הוא קם. אבל החכמים יודעים היטב שהכוונה היא שמהות הקימה של הצדיק היא ה"שבע הנפילות" שלו. וירא את כל אשר עשה והנה טוב מאוד. טוב זה יצר טוב, מאוד זה יצר הרע.
אהובי, הנני לוחץ אותך אל לבבי, ולוחש באוזנך, כי אילו היה מכתבך מספר לי אודות המצוות והמעשים הטובים שלך, הייתי אומר שקיבלתי ממך מכתב טוב. עכשיו שמכתבך מספר על דבר ירידות ונפילות ומכשולים, הנני אומר שקיבלתי ממך מכתב טוב מאוד. רוחך סוערת לקראת השאיפה להיות גדול. בבקשה ממך, אל תצייר בנפשך גדלותם של גדולי עולם שהם ויצרם הטוב בבחינת חד הוא. לעומת זאת צייר גדלותם של גדולי עולם באותיות של מלחמה נוראה עם כל הנטיות השפלות והנמוכות. ובזמן שהנך מרגיש בקרבך סערת היצר, דע לך שבזה אתה מתדמה אל הגדולים, הרבה יותר מאשר בשעה שאתה נמצא במנוחה השלמה שאתה רוצה בה. דווקא באותם המקומות שהנך מוצא בעצמך הירידות הכי מרובות, דווקא באותם המקומות עומד הנך להיות כלי להצטיינות של כבוד שמיים.
בהשתתפות בסבלך, בביטחון בניצחונך, בתפילה להצלחתך, יצחק הוטנר.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 10:30 pm
דורך ישלהוסיף
דא איז וואס דער מלקט און מסדר פון דער 'תוספות יום טוב' האט געשריבן:
"ראשית אודיע כי בכל הדיבורים שהעתקנו מפי ספרים וסופרים, השתדלנו להביא את הכל בדיוק כפי שהוא מופיע במקור הדברים ולא לשנות הלשון כלל, ורק לפעמים כשהדברים נלקחו מתוך מאמר ארוך באמצע, הצטרכנו לשנות קצת את לשון התחלה והסיום, כדי שיהא מתאים וקל לפני הקורא לעיין בו ולהבין את מה שלפניו".
אויב איז דאס וויכטיג פאר איינעם וועל איך בל"נ ברנגן א קאפי.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2014 11:04 pm
דורך שישא
צו זעהט דא נאך איינער אז עפעס א ספעציעלע אגענדע טרייבט צו מאכן מאכן צימעס פון דעם כלומר'שטן זיוף, אנדערש האט נישט קיין הסבר זיך צו שטעלן אויף אזא זאך, וואס אפילו יש להוסיף און זאגאר דער ראה"ק וואלט משמיט געווען ווען דער מדובר וואלט געווען זיין זיידע
איך ווייס נישט צו דער ציל איז צו ווייזן אז מען ערלויבט זיך צו רעדן ברייט פון קדושי עליון, ליבערשט קוקט אויס ווי מען זיכט אראפצושטעלן ווי מער ספרים אלס מזויף פאר א סיבה לא ידוע, און אז מען טרעפט נישט קריכט מען אויף גראדע ווענט
אגב, אויך די אנדערע צווי מהדורות קדיו"ט, באר התמרים ודבש תמרים, האבן בשעתו אנאסירט אז זיי גייען ארויסגעבן א באנד לקוטים פון קדיו"ט, ווייסט איינער וואס איז געווארן דערפון?