בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 11:05 pm
דורך לכתחילה אריבער
אריין און משפחת ט"ב אשכול, פלללללליז!
ישר כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 11:59 pm
דורך סיגוט
איך ווארט נאך אלס פאר די נייע מהדורא ווייסט איינער ווען עס גייט זיין צו קריגןאין די געשעפטן

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 13, 2012 12:32 am
דורך יואל ווייס
געהערט אז אין א 2-3 וואכן.

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 13, 2012 12:43 am
דורך ישלהוסיף
דאס איז אופן שיף, נאר אפאר באקסעס זענען אנגעקומען מיטן פליגער,
די צום פארקויפען איז אופן שיף, סוף נעקסטע וואך (אדער אנהייב פ' בא).

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 6:59 pm
דורך סיגוט
ישלהוסיף האט געשריבן:דאס איז אופן שיף, נאר אפאר באקסעס זענען אנגעקומען מיטן פליגער,
די צום פארקויפען איז אופן שיף, סוף נעקסטע וואך (אדער אנהייב פ' בא).

נו..... עבר קציר כלה קיץ ועדיין לא נושענו

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 30, 2012 7:26 pm
דורך בוידעם
סיגוט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:דאס איז אופן שיף, נאר אפאר באקסעס זענען אנגעקומען מיטן פליגער,
די צום פארקויפען איז אופן שיף, סוף נעקסטע וואך (אדער אנהייב פ' בא).

נו..... עבר קציר כלה קיץ ועדיין לא נושענו


נו, אויפדערווייל העסטו זיך מוזען א עצה געבען מיט די אלטע נייע (שיף,שפיטץ)........

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 9:30 am
דורך משה'עלע
ישלהוסיף האט געשריבן:די ספר רב טוב וואס שוין פון לאנג א ספר המונח בקרן זויות, אין כ'ווייס ווען איז געוועהן דער לעצטע מאהל וואס איינער זאל ארויס נעמען דעם ספר פון שאנק, אבער יעצט האט דער ביסטריץ'רב פארלאפען דעם וועג עס אפגעטייפט, אין מיר קענען ערווארטן ביז און צוויי יאהר צו האבען צוויי בענדער מיט הערליכע השוואות והערות מיט א מפתח כדוגמת הייטב לב.
פאר עפעס א סיבה איז איהם יעצט וויכטיגער דם 'רב טוב' ווי א דברי יואל אויף ד' פרשיות ופורים, פארוואס ווייס איך נישט, אולי ווייל עס איז גרינגער, אבער פארט איז דער עולם פיל מער דורשטריק פארן דברי יואל.

כבוד הרב המוסיף פארשטייסט אליינס וואס איז אים וויכטיגער רב טוב וויל עס איז דא איינער און א"י וואס ארבעט דערויף דער עיר התמרים
און דהאי איז דא איינער וואס ארבעט דערויף שוין צוויי יאהר און ער פארציילט מיר אז עס איז דא איינער און מאנסי א אינגערמאן וואס ארבעט שוין דערויף פאר זיבען יאהר (וואס האט עס שוין געהאט פערטיג מיט אלפי מראי מקומות תיקינום השוואות ציונים ועוד און פאריאהר האט מען זיך אייןגעבראכען ביי אים און מען האט געגאנוועט זיין קאמפיוטער והתחיל תיכף עוד הפעם)
פארשטייט איר וואס ער יאגט זיך איך שטעל זיך פאר איר האט אליינס פארשטאנען משא"כ דברי יואל האט ער שוין אין די האנט די נייע שטיקלעך קען מען אים נישט גנבענען ולענ"ד איז דאס א שטיקל בזיון דער גאנצער קאמפעטישען דא

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 2:16 pm
דורך סיגוט
היצט געזעהן אין געשעפט דעם נייעם מהדורא און זיך עס איינגעהאנדעלט דבר אין בפי ובלשוני מלה וואסארא ארבייט עס איז אריינגעלייגט דערין
היצט העלמיר זעהן כבוד הרבנים מיללער ויש להוסיף ובוידעם וכו' וואס זיי האבן צו אנאלעזירן אויף דעם
איך העל ביזדערווייל אדורך טוהן דעם ספר

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 11:06 am
דורך ישלהוסיף
יעצט אז ס'דא דריי מהדורות קדושת יום טוב מעג מען שוין איבער ארבעטן דעם רב טוב,
אבער בהקדם וועט ארויס קומען שו"ת השיב משה וואס איז שוין אט אט גע-ענדיקט, אפענטליך ביז א יאר צוויי וועט דאס זיין צו באקומען פון דאס-ניי.

דער קדושת יום טוב (מהדורת עצי תמרים) איז טאקע ידו עליונה בגשמיות וברוחניות,
שיינע דעקל, ברוינע פאפיר, דער פאפיר זעלבסט איז פון א גוטע קוואליטעט, די שמות ספרים האבען זיי נישט געמאכט באלד (הגם איך אליין וואלט מער הנאה געהאט ווען ס'יא). דא איז די פאראגראפען סאך בעסער אויף געבראכען, זיי האבען פארשטאנען ווען יא און ווען נישט.

אבער מעשה ידיהם להתפאר איז אויפן חלק 'תוספות יום טוב' זייער א גוטע ליקוט געמאכט, אין ביי די נעמען האבען צוגעשריבען דער משפחה נאמען (ארום גערינגעלט און בראקיטס) מ'זאל וויסען פון וועם מ'רעט.

די מו"ל האבען געהאט אסאך געדולט, אבער זס'האט זיך געלוינט, א גרויסע ייש"כ אויך די געוואלדיגע גוטע ארבעט.

דער ספר קאסט א ערך פון 28 דוללער אין געשעפטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 2:34 pm
דורך סיגוט
ישלהוסיף האט געשריבן:די שמות ספרים האבען זיי נישט געמאכט באלד (הגם איך אליין וואלט מער הנאה געהאט ווען ס'יא).

אני הקטן גלייך עס דייקא נישט אין א ליקוט ספר אפשר באלאנגט עס עבער נישט אין א געהעריגע ספר

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 2:36 pm
דורך יהיה כן
דער השיב משה ווערט איבער געארבעט דורך הרב יעקב דוב ט"ב שליט"א הרב מסיגוט ב"פ, (א חלק דערפון האב איך ביי מיר אין באזיץ)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 2:38 pm
דורך סיגוט
דורך וועם????

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 2:47 pm
דורך יהיה כן
סיגוט האט געשריבן:דורך וועם????


הרב יעקב דוב הנו"מ חיה שרה טייטלבוים שליט"א

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 2:48 pm
דורך אוהב ספרים
השיב משה איז דא איטליכע וואס לידיעתי ארבעטען דערויף, והמקדים יקדים.

*

לגבי ספר קדושת יו"ט, באופן כללי, פון אויבן אויף כלילת יופי
לעומק קצת מה שראיתי לפום ריהטא במהירות, עבודתו אינו אחיד, פירוש הדבר, שבמקומות רבות עושה קטע חדש מיד אחרי הפסוק [דבר שעושים כהיום ואינו יפה לפי דעתי], ולפעמים עושה הקטע רק אחרי הקשיא או היסוד וכו', לפעמים עושה קטע לכל קושיא ולפעמים כל הקושיות בקטע אחד

הכותרת אינו ממורכז כדבעי, תיבות יום טוב איז אביסעלע פאריקט

לעשות הדגשות לספרים ושמות הצדיקים המובאים שיש בזה מעלה אז מען קען גרינג טרעפען, עכ"פ א חסרון איז דאס זיכער נישט

בחלק המכתבים והליקוטים, יש כמה וכמה דברים שכהיום מוטב שלא יהא מדפיסים דברים כאלו

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 2:48 pm
דורך אוהב ספרים
יהיה כן האט געשריבן:דער השיב משה ווערט איבער געארבעט דורך הרב יעקב דוב ט"ב שליט"א הרב מסיגוט ב"פ, (א חלק דערפון האב איך ביי מיר אין באזיץ)



הכוונה מן הסתם שהוא משלם את העבודה, לא שבפועל עושה אותו

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 2:50 pm
דורך סיגוט
יהיה כן האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:דורך וועם????


הרב יעקב דוב הנו"מ חיה שרה טייטלבוים שליט"א

עס ווערט איבערגעארבייט דורך אים??????

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 2:56 pm
דורך שישא
איבערן השיב משה, ווייס איך פון גאר א שיינע מהודרא וואס קומט ארויס דורך הרב ליפשיץ, פון מכון חמדת שלמה, אן אייניקעל פונעם ארי' דבי עילאי, א פאר ויופי מיט ליקוטי הערות.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 2:57 pm
דורך סיגוט
שישא האט געשריבן:איבערן השיב משה, ווייס איך פון גאר א שיינע מהודרא וואס קומט ארויס דורך הרב ליפשיץ, פון מכון חמדת שלמה, אן אייניקעל פונעם ארי' דבי עילאי, א פאר ויופי מיט ליקוטי הערות.

ווען קומט דאס ארויס

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 3:05 pm
דורך ישלהוסיף
סיגוט האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:די שמות ספרים האבען זיי נישט געמאכט באלד (הגם איך אליין וואלט מער הנאה געהאט ווען ס'יא).

אני הקטן גלייך עס דייקא נישט אין א ליקוט ספר אפשר באלאנגט עס עבער נישט אין א געהעריגע ספר


אין דער ספר ברך על התורה האבען זיי נישט געמאכט די מראי מקומות מיט קלענערע אותיות משא"כ ביי די מועדים.
אין די ספרי משה ברך איז אויך נישט דער גאנצע פסוק באלד נאר די ערשטע ווארט,
ביי אלע דריי מהדורות פון דער נייע קדושת יום טוב האבען זיי יא געמאכט דעם גאנצע פסוק באלד.

אין דעם יעצטיגען קדושת יום טוב מהדורת עצי תמרים:
אמאל איז שווער צו דערגיין ווען מאכט מען דעם פסוק א פאראגראף פאר זיך אין ווען נישט, ווייל אמאהל איז דאס כולל אויך דער מדרש און אויך דער קשיא וכו'
לגבי דער ליקוט איז טייל מכתבים וואלט ענדערש געדארפט אריין גיין אין א תולדות, אבער נישט אין דער 'תוספות', לדעתי הקלושה.

ביי מהדורת שמואל טייטלבוים איז די נעמען באלד, אבער ביי שמות ספרים אמאל יא אין אמאל נישט, למשל אמאל געזעהן ווי ער ברענגט דעם חתם סופר טייל מאהל באלד אין טייל מאל נישט, לכאורה איז נישט געוועהן קיין מהלך, נאר פשוט א ביליגע ארבעט.

ברוך ה' אז די ספרי רבותיה"ק מאור ענינו זי"ע ווערען אין לעצטע יארען געדריקט אויף א אופן וואס מען האט נישט געזעהן ביז יעצט,
ספרים וואס זענען עומדים להופיע בקרוב שו"ת השיב משה, ספר רב טוב, שו"ת עצי חיים

מי יתן אז די ספרי דברי יואל זאל נשלם ווערען מיט א כרך ד' פרשיות ופורים, חודש ניסן פסח שביעי של פסח, שבועות,
שו"ת דברי יואל זייט ס'איז ארויס געקומען איז געדריקט געווארען נאך צענדליגער תשובות אין פארשידינע גליונות קובצים וספרים.
משלים זיין מהדו"ת אויף די לעצטע פרשיות פון סדר במדבר.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 3:16 pm
דורך מיללער
שישא האט געשריבן:איבערן השיב משה, ווייס איך פון גאר א שיינע מהודרא וואס קומט ארויס דורך הרב ליפשיץ, פון מכון חמדת שלמה, אן אייניקעל פונעם ארי' דבי עילאי, א פאר ויופי מיט ליקוטי הערות.


צ"ל מכון חכמת שלמה ע"ש של הגה"ק ר' שלמה קלוגר זצ"ל
-
מיר ליגט אין קאפ אן עדווערטייזמענט אז הרב אברהם דוד גליק הי"ו דער מחבר פון די זמירות ומחזורי דברי יואל וזכר צדיק לברכה, האט געשריבען אז ער ארבייט איבערצודריקען דעם 'השיב משה'.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 3:18 pm
דורך ארעסטאנט
סיגוט האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
סיגוט האט געשריבן:דורך וועם????


הרב יעקב דוב הנו"מ חיה שרה טייטלבוים שליט"א

עס ווערט איבערגעארבייט דורך אים??????



יא

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 3:26 pm
דורך שישא
איבער דעם נייעם קדושת יו"ט, מהדורת עצי תמרים
אינטערסאנט, קוים 2 טאג וואס דער ספר איז דא אין די געשעפטן, און איך האב שוין געהערט פון מערערע רעדן דערפין געוואלדיג, שטייענדיג אין געשעפט הער איך ווי איינער דריקט זיך אויס פאסיג "רבות עשו חי"ל ואת עלית על כולנה"...
בליקענדיג אין דעם ילקוט "תוספות יום טוב" האט דאס מיר אהערגשטעלט דעם מחבר הק' אלס א רבן של ישראל אויף אן אופן וואס מיר האבן אים קיינמאל נישט אזוי ארויסגעהאט, יושב בסיגוט ומצודתו פרוסה בכל אונגארין ועל פיו ישק כל דבר.
אינעם מפתח המחברים פון תוספות יום טוב, טרעפט מען צענליגער מחברי ספרים מתלמידיו (אולי יותר מחמשים) וועלכע זענען משמש ברבנות בישראל, וואס דאס טרעפט מען כמעט ביי קיין שום אנדערע גדולים
באמת א הערליכע ארבעט, תחזקנה ידיהם, (בפרט תשוח"ל על המחיר הזול, לעומת העבודה המפוארה)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 11:21 pm
דורך סיגוט
ישלהוסיף האט געשריבן:ברוך ה' אז די ספרי רבותיה"ק מאור ענינו זי"ע ווערען אין לעצטע יארען געדריקט אויף א אופן וואס מען האט נישט געזעהן ביז יעצט,
ספרים וואס זענען עומדים להופיע בקרוב שו"ת השיב משה, ספר רב טוב, שו"ת עצי חיים.

מי ומי המדפיסים הללו

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 11:26 pm
דורך סיגוט
מיללער האט געשריבן:מיר ליגט אין קאפ אן עדווערטייזמענט אז הרב אברהם דוד גליק הי"ו דער מחבר פון די זמירות ומחזורי דברי יואל וזכר צדיק לברכה, האט געשריבען אז ער ארבייט איבערצודריקען דעם 'השיב משה'.

די וואס ר' אברהם דוד גליק האט אדווערטייזט איז א מעשה פון תשנ"ט למעשה האט ער פארקויפט די ארבייט און עס ווערט איבערגעארבייט אין ארץ ישראל בהשתדלות עטליכע אידן דא אין אמעריקא מחסידי מהרז"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 11:29 pm
דורך סיגוט
ישלהוסיף האט געשריבן:אין דעם יעצטיגען קדושת יום טוב מהדורת עצי תמרים:
אמאל איז שווער צו דערגיין ווען מאכט מען דעם פסוק א פאראגראף פאר זיך אין ווען נישט, ווייל אמאהל איז דאס כולל אויך דער מדרש און אויך דער קשיא וכו'
לגבי דער ליקוט איז טייל מכתבים וואלט ענדערש געדארפט אריין גיין אין א תולדות, אבער נישט אין דער 'תוספות', לדעתי הקלושה.

אז איר וועט פארשטיין צו דרוקן א ספר איז קושיא מעיקרא ליתא