בלאט 1 פון 3

ספרים מיט צוויי מחברים

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 11:46 am
דורך ישלהוסיף
מקען טרעפען ספרים וואס צוויי מענטשען האבען מחבר געוועהן אינאיינעם,
דער פראבלעם וועט נאר זיין, מ'וועט נישט וויסען פוטנקטליך ווער איז דער מחדש פונם א ספעסיפישע חידוש. ווי לדוגמא רבי מרדכי זאב אוטינגער מיטן שואל ומשיב.

אבער אנדערש זענען די ספרים, וואס איז חליפת מכתבים ציווישען צוויי תורה ריזען, ווייסט מען יא ווער האט מחדש געוועהן וואס, אין מיט דעם אלעם איז דאס א ספר מיט צוויי מחברים, נישט קיין נפק"מ ווער איז דער אפציעלע מוציא לאור.

פני משנה - חליפות מכתבים ציווישען רבי מנשה אונגער מיטן גור'ע רבי, דער פני מנחם זצ"ל

כ'דענקט נישט אויף די מינוט, אבער עס איז פארהאן אויך אזא ספר פונם רבי מנשה קליין מיטן סטייפלער גאון,

אויך איז דא אזא ספר ציווישען (פראפעסער) הגאון רבי אברהם טווערסקי מיטן סטייפלער גאון.

ציווישען דער ראגעטשאווער מיט... (שכחתי כעת)

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 12:02 pm
דורך אוהב חכמה
ישלהוסיף האט געשריבן:כ'דענקט נישט אויף די מינוט, אבער עס איז פארהאן אויך אזא ספר פונם רבי מנשה קליין מיטן סטייפלער גאון,


קהילות ישראל - משנה הלכות.


ישלהוסיף האט געשריבן:ציווישען דער ראגעטשאווער מיט... (שכחתי כעת)


מכתבי תורה, עם ר' מרדכי קאלינא.

ויש להוסיף עוד הרבה.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 12:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
שו"ת שלמת חיים, ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל נישט ממש חליפת מכתבים, אבער איינער איז די שואל אויף אלע שאלות, און הרב זאנענפעלד זצ"ל, ענטפערט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 1:04 pm
דורך צולייגער
ווי קען מען פארגעסן פון מפרשי הים
אריינגעדרוקט אין בעק פון ספר ים התלמוד [פון הגאון ר' יושע העשיל אורנשטיין ז"ל], דורך די צוויי חשובע שוואגערס הגאון האדיר ר' יוסף שאול מלעמבערג זללה"ה בעל שואל ומשיב, מיט זיין שוואגער ר' מרדכי זאב אורנשטיין ז"ל.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 1:11 pm
דורך משה פאלאפל
ישלהוסיף האט געשריבן:פני משנה - חליפות מכתבים ציווישען רבי מנשה אונגער מיטן גור'ע רבי, דער פני מנחם זצ"ל

צ"ל קליין

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 1:16 pm
דורך מכטי1
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שו"ת שלמת חיים, ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל נישט ממש חליפת מכתבים, אבער איינער איז די שואל אויף אלע שאלות, און הרב זאנענפעלד זצ"ל, ענטפערט.

רוב שו"ת ספרים זענען חילופי מכתבים, ניין?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 1:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
מכטי1 האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שו"ת שלמת חיים, ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל נישט ממש חליפת מכתבים, אבער איינער איז די שואל אויף אלע שאלות, און הרב זאנענפעלד זצ"ל, ענטפערט.

רוב שו"ת ספרים זענען חילופי מכתבים, ניין?


כ'האב מיך נישט גענוג גיט אויסגעדריקט, איינער איז די שואל אויף אלע שאלות, דאס הייסט די זעלבע שואל!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 1:39 pm
דורך אוהב חכמה
דער זעלבער שואל, ר' שלמה סאבעל ז"ל, האט ארויסגעגעבן נאך אזא ספר, שלמת יוסף, שאלות פונעם ראגאטשאווער ז"ל.

מיטן ראגאטשאווער איז דא נאך כעין מכתבי תורה, כתבי ר' יחיאל. (הגם ר' יחיאל גוטווירטה ז"ל איז ווייט נישט געווען דאס וואס ר' מרדכי קאלינא ז"ל).

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 1:52 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שו"ת שלמת חיים, ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל נישט ממש חליפת מכתבים, אבער איינער איז די שואל אויף אלע שאלות, און הרב זאנענפעלד זצ"ל, ענטפערט.

רוב שו"ת ספרים זענען חילופי מכתבים, ניין?


כ'האב מיך נישט גענוג גיט אויסגעדריקט, איינער איז די שואל אויף אלע שאלות, דאס הייסט די זעלבע שואל!


אגב האב איך אמאל געהערט, אז מען קען זיך נישט פארלאזען אויף שלמת חיים, וויל ער האט דאס גענטפערט פרייוואט, און נישט אויף צו שרייבן פאר די פאבליק.

האט איינער געהערט פון דעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 2:17 pm
דורך ישלהוסיף
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שו"ת שלמת חיים, ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל נישט ממש חליפת מכתבים, אבער איינער איז די שואל אויף אלע שאלות, און הרב זאנענפעלד זצ"ל, ענטפערט.


איז דער שואל בבחינת "שאלת חכם חצי תשובה", כ'מיין צו פרעגען איז די שאלה אליינס איז א פלפול פאר זיך, אט עס א תוכן?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 2:29 pm
דורך לכתחילה אריבער
ישלהוסיף האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:שו"ת שלמת חיים, ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל נישט ממש חליפת מכתבים, אבער איינער איז די שואל אויף אלע שאלות, און הרב זאנענפעלד זצ"ל, ענטפערט.


איז דער שואל בבחינת "שאלת חכם חצי תשובה", כ'מיין צו פרעגען איז די שאלה אליינס איז א פלפול פאר זיך, אט עס א תוכן?


כדענק נישט זיכער, אבער כ'מיין אז יא.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 6:36 pm
דורך farshlufen
אין שו"ת המהרש"ל פארהאן עטליכע תשובות א דין ודברים מיטן הייליגן רמ"א, הערליכע לשונות.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 6:54 pm
דורך שטארק זיך
עס איז פאראן א ספר עצות והדרכות פון הרב דר יעקב גרינוואלד הי״ו, א טעראפיסט פון מאנסי, ער האט ברענגט דארט מכתבי הדרכה פונעם וואס דער סטייפלער האט אים געענטפערט אויף זיינע אנפראגעס לגבי OCD וכדומה.

איך ווייס נישט פון קיין בשותפות׳דיג ספר ציווישן הרב דר אברהם יושע העשיל טווערסקי שליט״א מיט להבחל״ח דער סטייפלער זצ״ל, אויב איינער איז פארהאן אזא ספר, ביטע מודיע זיין.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 8:04 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
חתם סופר=שיר מעון

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 12:07 am
דורך אוהב חכמה
אגודת אז"ב, הברוך טעם והבית אפרים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 1:25 am
דורך שטארק זיך
די אשכול ישלהוסיפ׳ס, האט מיר געפירט צו אן אבזערוואציע, וואס איך ווייס נישט פארוואס עס האט מיר נישט געכאפט ביז יעצט.

אין די סעקולארע וועלט איז היבש אנגענומן דער באגריף פון שרייב א בוך בשותפות. ממש יעדע דאקטור׳ישע ווערק ווערט פארפאסט דורך צוויי אדער מער שרייבער. ווי מען רופט עס co-author.

וואס איז טאקע פשט אז להבדיל ביי ספרי קודש, איז דאס כמעט נישט בנמצא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 1:56 am
דורך אוהב חכמה
אין די סעקולארע וועלט איז דאס אויך א רעלאטיוו-נייע זאך (דוכט זיך אז the encyclopedists זענען געווען די ערשטע). ועוד, תורה'דיגע ספרים זענען מער געשטעלט אויף חידושים והערות (נישט אזוי ווייט פארש-ארבייט, צוזאמנעמען א נושא וכדו'), איז דאס פיל שווערער. ואולי גם משום שצריך שיהא בעל השמועה כנגדו.

---

לאמיר אביסל צוריקגיין, דוד כתב ספר תהלים ע"י י' זקנים, חזקי' וסיעתו כתבו ישעי' משלי שיר השירים וקהלת, אנשי כנה"ג כתבו יחזקאל ושנים עשר דניאל ומגילת אסתר (כ"ז בב"ב יד:-טו.), רבינא ור"א חיברו הש"ס.
עוד מן האחרונים, שבת אחים להאדר"ת ואחיו ז"ל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 2:43 am
דורך gamyuchad
ובדרך זו, כל הסדר תפלה אנשי כנה"ג תקנוהו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 7:00 am
דורך יגעתי ומצאתי
אוצר ישראל פון רי"ד אייזענשטיין, דורך כמה עורכים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 10:47 am
דורך מיללער
ילקוט הדרוש (ניו יארק תר"פ-תרפ"ה)
המחברים; ר' אליעזר ליפא ווייסבלום ור' שלום יצחק לעוויטאן:

http://www.hebrewbooks.org/2750
http://www.hebrewbooks.org/2751

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 11:02 am
דורך והוא פלאי
תוספות, תלמידי רבינו יונה
ומאז שהתחיל תקופת המכונים למיניהם, יש הרבה
וגם קודם המלחמה יש, לדוגמא המשנה ברורה כותב בנו, שסייעו לו בעריכה, ואף מיישב סתירה בהל' שבת במ"ב עי"ז, ואף שכמה כועסים על זה, אבל ניכרים דברי אמת
וכן הספר דרכי תשובה, לא חיבר הדרכי תשובה בעצמו, רק סייעו לו בעבודה בחורי הישיבה, וביותר הבענדיקוויצער רב, אולם הוא הי' העורך אחראי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 11:24 am
דורך msp
אוהב חכמה האט געשריבן:דער זעלבער שואל, ר' שלמה סאבעל ז"ל, האט ארויסגעגעבן נאך אזא ספר, שלמת יוסף, שאלות פונעם ראגאטשאווער ז"ל.

מיטן ראגאטשאווער איז דא נאך כעין מכתבי תורה, כתבי ר' יחיאל. (הגם ר' יחיאל גוטווירטה ז"ל איז ווייט נישט געווען דאס וואס ר' מרדכי קאלינא ז"ל).

הרב האוהב
וואס ווייסטו פון דעם ר' יחיאל ז"ל?
פון מיין באבע זז"ג האב איך געהערט וועגען איהם....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 11:25 am
דורך מיללער
ואם כבר בדרכי תשובה איירינן הרי החלק על הל' נדה השלים בנו המנח"א

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 11:31 am
דורך msp
דער ספר שבת אחים איז מבהיל על הרעיון
צוויי בחורים'לעך מיט אזא בקיאות לא יאומן כי יסופר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 12:07 pm
דורך קרעמער
מיללער האט געשריבן:ואם כבר בדרכי תשובה איירינן הרי החלק על הל' נדה השלים בנו המנח"א

ואם בספרים שהתחיל המחבר וגומרן איש אחר איירינן, ספר כף החיים נגמרה על ידי הרב עובדיה יוסף