בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 12:57 pm
דורך ביקסאד
שוין טענו לו בחיטין והודו לזכר קדשו . . .


די תורה האט נישט באדארפט קיין השלמה . . .

ולעצם הענין. דער רבי ז"ל אליין האט גערעדט פון די זעלבע בחינות, יענע אן-הייב יאהר ביי די כל נדרי דרשה.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 2:57 pm
דורך ישלהוסיף
געזעהן אין א ספר דאכצעך אוהב שלום (קאמינקא) אדער פאר מקדושים (דראביטש), כ'דענק נישט יעצט אויף דער מאמענט וועלכע ספר, אבער אין איינער פון די סארט ליקוטים ספרים, ווי דער מו"ל ברענגט אראפ א תורה בשם רבי שלום קאמינקער למשל, אבער אונטען אין די הערות האט ער בלי גוזמא צוועלעף ספרים, ווי עס שטייט דער זעלבע תורה, אין איין ספר שטייט עס בשם דער קאמינקא, אין דעם צווייטע בשם החוזה מלובין, דער דריטע החוזה מלובלין בשם המגיד, וכו' וכו', אין אינדערמיט איז מו"ל זיך נאך מפלפל ביי א געוויסע פלוני בשם פלוני שטימט נישט מיט די יארען אז ער זאל דאס האבען נאכגעזאגט בשמו...

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 6:07 pm
דורך ואם תאמר
פי שנים - זולצבאך ‬תס"ב

נתחבר ע"י: אחד... ר’ (שמעון) עקיבה בער (בלא"א כהר"ר יוסף ר’ הענוכש ז"ל מווינא... יושב על כסא הוראה בקהלה... שנייטיך)... ושם השני... ר’ (יצחק) זעליגמן לוי (בן... ר’ מאיר... סג"ל ז"ל)... מק"ק צעקין דורף

*

פי שנים - שאלונקי תקס"ו

untitled.JPG

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 9:15 am
דורך ישלהוסיף
ספר שני המאורות - קאמינקא
כמה וכמה תורות ווייסט מען נישט ווער ס'האט דאס געזאגט, אבער איין זאך יא, מ'ווייסט אז ס'איז איינע פון די צוויי.

שני מחברים

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:14 pm
דורך מיללער
ישלהוסיף האט געשריבן:
אבער אנדערש זענען די ספרים, וואס איז חליפת מכתבים ציווישען צוויי תורה ריזען, ווייסט מען יא ווער האט מחדש געוועהן וואס, אין מיט דעם אלעם איז דאס א ספר מיט צוויי מחברים, נישט קיין נפק"מ ווער איז דער אפציעלע מוציא לאור.

פני משנה - חליפות מכתבים ציווישען רבי מנשה אונגער מיטן גור'ע רבי, דער פני מנחם זצ"ל

כ'דענקט נישט אויף די מינוט, אבער עס איז פארהאן אויך אזא ספר פונם רבי מנשה קליין מיטן סטייפלער גאון,

אויך איז דא אזא ספר ציווישען (פראפעסער) הגאון רבי אברהם טווערסקי מיטן סטייפלער גאון.

ציווישען דער ראגעטשאווער מיט... (שכחתי כעת)


נעכטן באמערקט אז דער ספר רחש לבב פון הגאון ר' חיים שמואל בירנבוים מדובנא חתנו (בזוו"ר) של הגרעק"א ז"ל, איז אויך א חליפת מכתבים צווישען רח"ש מיט זיין פלומעניק (בן גיסו - בזוו"ש) ר' יהושע העשיל מארשאלקאוויטש ממעזריטש דליטא, די צוויי גייען אדורך די שווערסטע סוגיות אין ש"ס מיט אן עמקות ובקיאות נפלאה, הפלא ופלא.

זעה באריכות:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=5

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 18, 2013 10:39 pm
דורך ישלהוסיף
ספר מצות השם - אויף דער מנחת חינוך פון רבי ברוך יחזקאל שרגא בן האדמו"ר מקלויזענבורג א"י,
אויף דער שער בלאט שטייט אותו ואת בנו משה יוסף האבען מחבר געוועהן דעם חיבור אינאיינעם.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2013 10:33 am
דורך מכטי1
ישלהוסיף האט געשריבן:ספר מצות השם - אויף דער מנחת חינוך פון רבי ברוך יחזקאל שרגא בן האדמו"ר מקלויזענבורג א"י,
אויף דער שער בלאט שטייט אותו ואת בנו משה יוסף האבען מחבר געוועהן דעם חיבור אינאיינעם.

ס'איז נישט דא אן אלטע ספר מצות השם?

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2013 10:47 am
דורך ישלהוסיף
מכטי1 האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:ספר מצות השם - אויף דער מנחת חינוך פון רבי ברוך יחזקאל שרגא בן האדמו"ר מקלויזענבורג א"י,
אויף דער שער בלאט שטייט אותו ואת בנו משה יוסף האבען מחבר געוועהן דעם חיבור אינאיינעם.

ס'איז נישט דא אן אלטע ספר מצות השם?


דעמאלס איז דער ספר פאסיג אויך פאר דער אשכול
viewtopic.php?f=54&t=8372

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2013 10:59 am
דורך מכטי1
ישלהוסיף האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:ספר מצות השם - אויף דער מנחת חינוך פון רבי ברוך יחזקאל שרגא בן האדמו"ר מקלויזענבורג א"י,
אויף דער שער בלאט שטייט אותו ואת בנו משה יוסף האבען מחבר געוועהן דעם חיבור אינאיינעם.

ס'איז נישט דא אן אלטע ספר מצות השם?


דעמאלס איז דער ספר פאסיג אויך פאר דער אשכול
viewtopic.php?f=54&t=8372

שוין דא אפאר:
http://www.hebrewbooks.org/39014
http://www.hebrewbooks.org/33953
http://www.hebrewbooks.org/39013

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2013 11:03 am
דורך ישלהוסיף
כ'האב דיר געבעטן שטעל עס אהער אין דעם אשכול "ספרים מיט די זעלבע נאמען":
viewtopic.php?f=54&t=8372

נדיר מאד בספר משותף אחד שתי מחברים אחד ס"ט ואחד אדמו"ר

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 5:30 pm
דורך חיס