בלאט 2 פון 3
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 12:16 pm
דורך בחורהזעצער
פרדס יוסף על התורה שחיבר הגאון ר' יוסף פאצאנאווסקי זצ"ל, דער מחבר האט נאר געשריבן ביז נאך ויקרא, אבער לעצטענס האט איינער אין א"י (איני זוכר שמו) עס איבערגעדרוקט, און צוגעלייגט צוויי פרישע בענדער אויף במדבר דברים, פרובירט אז עס זאל זיין לפי דרכו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 1:55 pm
דורך מכטי1
בחורהזעצער האט געשריבן:פרדס יוסף על התורה שחיבר הגאון ר' יוסף פאצאנאווסקי זצ"ל, דער מחבר האט נאר געשריבן ביז נאך ויקרא, אבער לעצטענס האט איינער אין א"י (איני זוכר שמו) עס איבערגעדרוקט, און צוגעלייגט צוויי פרישע בענדער אויף במדבר דברים, פרובירט אז עס זאל זיין לפי דרכו.
ר' זאב סאקאסאבסקי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 2:01 pm
דורך לכתחילה אריבער
אויך געמאכט א מפתח
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 2:38 pm
דורך אוהב חכמה
מכטי1 האט געשריבן:בחורהזעצער האט געשריבן:פרדס יוסף על התורה שחיבר הגאון ר' יוסף פאצאנאווסקי זצ"ל, דער מחבר האט נאר געשריבן ביז נאך ויקרא, אבער לעצטענס האט איינער אין א"י (איני זוכר שמו) עס איבערגעדרוקט, און צוגעלייגט צוויי פרישע בענדער אויף במדבר דברים, פרובירט אז עס זאל זיין לפי דרכו.
ר' זאב סאקאסאבסקי.
נישט ר' דוד אברהם מאנדלבוים?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 2:44 pm
דורך מכטי1
אוהב חכמה האט געשריבן:מכטי1 האט געשריבן:בחורהזעצער האט געשריבן:פרדס יוסף על התורה שחיבר הגאון ר' יוסף פאצאנאווסקי זצ"ל, דער מחבר האט נאר געשריבן ביז נאך ויקרא, אבער לעצטענס האט איינער אין א"י (איני זוכר שמו) עס איבערגעדרוקט, און צוגעלייגט צוויי פרישע בענדער אויף במדבר דברים, פרובירט אז עס זאל זיין לפי דרכו.
ר' זאב סאקאסאבסקי.
נישט ר' דוד אברהם מאנדלבוים?
גערעכט, ר' דוד אברהם האט געמאכט במדבר דברים, און דער סאקאסאבסקי האט בכלל געמאכט א אנדערע ספר מיטן זעלבען נאמען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 2:52 pm
דורך ישלהוסיף
וויאזוי קען מען פארגעסן דער ספר דרכי תשובה, וואס דער מנחת אלעזר האט דערויף אסאך מוסיף געוועהן, ובמיוחד בהלכות מקוה ונדה.
אבער דאס מיינט נישט ממש צוויי מחברים.
(לשיטת א אנדערע אשכול איז דער ספר קדושת ציון אויך מכמה מחברים).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 2:54 pm
דורך קרעמער
ישלהוסיף האט געשריבן:וויאזוי קען מען פארגעסן דער ספר דרכי תשובה, וואס דער מנחת אלעזר האט דערויף אסאך מוסיף געוועהן, ובמיוחד בהלכות מקוה ונדה.
אבער דאס מיינט נישט ממש צוויי מחברים.
(לשיטת א אנדערע אשכול איז דער ספר קדושת ציון אויך מכמה מחברים).
פארגעסן?
viewtopic.php?p=508739#p508739
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 2:54 pm
דורך מיללער
ישלהוסיף האט געשריבן:וויאזוי קען מען פארגעסן דער ספר דרכי תשובה, וואס דער מנחת אלעזר האט דערויף אסאך מוסיף געוועהן, ובמיוחד בהלכות מקוה ונדה.
אבער דאס מיינט נישט ממש צוויי מחברים.
.
קוק צוריק אין ערשטן בלאט
מיללער האט געשריבן:ואם כבר בדרכי תשובה איירינן הרי החלק על הל' נדה השלים בנו המנח"א
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 3:16 pm
דורך ישלהוסיף
מיללער האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:וויאזוי קען מען פארגעסן דער ספר דרכי תשובה, וואס דער מנחת אלעזר האט דערויף אסאך מוסיף געוועהן, ובמיוחד בהלכות מקוה ונדה.
אבער דאס מיינט נישט ממש צוויי מחברים.
.
קוק צוריק אין ערשטן בלאט
מיללער האט געשריבן:ואם כבר בדרכי תשובה איירינן הרי החלק על הל' נדה השלים בנו המנח"א
גערעכט, נישט געהאט געזעהן יענע תגובה,
אידיש וועלט, עס איז באמת א זכיה דא צו זיין.
ווי אזוי קען מען אזוי אינטערשאצען די תלמידי חכמים מופלגים מיט אזא בקיאות?
דער דבוק חברים בפלפול התלמידים וכו' אינו מחזיק טובה לעצמו וכו' וכו' האט נישט קיין שיעור אין קיין ערך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 3:17 pm
דורך מי חכם
ילקוט מעם לועז, ביז משפטים אדער ערגעץ נעבן, איז פונעם מחבר אליינס, הגאון ר' יעקב כולי זצ"ל מגיה אויפן משנה למלך, און פון דארט ביז סוף נך האט איינער צוגעלייגט דוכט זיך הערשלער הייסט ער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 3:20 pm
דורך ישלהוסיף
מי חכם האט געשריבן:ילקוט מעם לועז, ביז משפטים אדער ערגעץ נעבן, איז פונעם מחבר אליינס, הגאון ר' יעקב כולי זצ"ל מגיה אויפן משנה למלך, און פון דארט ביז סוף נך האט איינער צוגעלייגט דוכט זיך הערשלער הייסט ער.
דאס הייסט נישט ממש צוויי מחברים איינער טוט איין האלב אין דער אנדערע דער צווייטע האלב,
עס איז א אנדערע בחינה, לדוגמא רש"י איז נישט אויף אלע מסכתות נאר דער רשב"ם ועוד האבן ממשיך געוועהן, אכמ"ל.
עלעך זאגען אז פירש רש"י איז בשותפות?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 6:03 pm
דורך מאטעס
ממין הזה שהוזכר בתגובות האחרונות ניתן למנות גם את ספרו של המלבי"ם על התורה שבחלק דברים לא השלימו והושלם על ידי אחרים,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 7:19 pm
דורך בחורהזעצער
כמדומה ע"י ר' אברהם משכיל לאיתן
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:00 pm
דורך מיללער
ספר המדריך על במתי ים התלמוד, נתחבר ע"י '
האחים' ר' אברהם זינגער אב"ד פלאטא ואחיו ר' בנימין זינגער בני ר' פסח זינגער, נדפס בפרעשבורג בשנת רתס"ב:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =1&hilite=איז דא נאך א ספר מיט צוויי מחברים, צוויי ברודערס?
-
אגב איך דערמאן זיך אז דער ווינער רב שליט"א האט משלים געווען דער ספר פון זיין טאטע ויגד משה, בין איך גערעכט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:04 pm
דורך יהיה כן
דער ויגד משה איז זיין זיידע נישט זיין טאטע
און אגב, זיין ברודער הה"צ מסערדעהעלי האט ארויס געגעבן דעם נחלי בינה על מועדים צוזאמען מיט ידידו ורעו הה"ח ר' יעקב צבי גאלדשטיין שליט"א (מח"ס קציר חטים)
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:23 pm
דורך מיללער
הוא מותיב והא מפרק, זיך דערמאנט אז דער ספר 'שבת אחים' וואס אויז שוין אויבן דערמאנט געווארן איז נתחבר געווארן דורך די אחים התאומים, הגאון האדר"ת ואחיו התאום.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:30 pm
דורך משה'עלע
כבר כתבתי באשכול אחר(אשכול קדושת ציון)
די בעלזא מעשה מיט די בעזא תורות אינעם חת"ס והיינו אז דער חת"ס פלעגט אראפ שרייבען און זיין פינקס יעדעס ווארט וואס פלעגט אים געפעלן און ער האט נישט מציין געווען וואס ער האט געהערט (ער האט דאך נישט געהאלטען ביים דריקען זיינע חידושים בשום אופן)
און אונעם יש"מ איז דא אסאך פונעם איידעם דער אריה דבי עלעי
עכ"פ בספר קדושת ציון אינך יודע ג"כ המחבר
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 5:45 pm
דורך קרעמער
יהיה כן האט געשריבן:דער ויגד משה איז זיין זיידע נישט זיין טאטע
און אגב, זיין ברודער הה"צ מסערדעהעלי האט ארויס געגעבן דעם נחלי בינה על מועדים צוזאמען מיט ידידו ורעו הה"ח ר' יעקב צבי גאלדשטיין שליט"א (מח"ס קציר חטים)
מיר ליגט אין קאפ אז די ברודער מסערדעהלי ומתולדות אהרן וומ"ס האבן דאס ארויסגעגעבן
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 5:46 pm
דורך יהיה כן
"ניתי ספר ווען איך זעה" ווי מיין רבי פלעגט זאגן....
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 5:55 pm
דורך ישלהוסיף
משה'עלע האט געשריבן:כבר כתבתי באשכול אחר(אשכול קדושת ציון)
די בעלזא מעשה מיט די בעזא תורות אינעם חת"ס והיינו אז דער חת"ס פלעגט אראפ שרייבען און זיין פינקס יעדעס ווארט וואס פלעגט אים געפעלן און ער האט נישט מציין געווען וואס ער האט געהערט (ער האט דאך נישט געהאלטען ביים דריקען זיינע חידושים בשום אופן)
און אונעם יש"מ איז דא אסאך פונעם איידעם דער אריה דבי עלעי
עכ"פ בספר קדושת ציון אינך יודע ג"כ המחבר
בעלזא תורות אונעם חת"ס
און דער ישמח משה איז אסאך תורות פונם אריה דבי עילאה
חזר נישט איבער די שטותים,
נאכאמאהל בסך הכל איז דא דריי תורות, אינגאנצען דריי תורות אויף וואס די סערט-וויזשניץ רבי האט אנגעוויסען וואס שורשם זענען פון שר שלום מבעלזא, אין עס איז זייער נעריש אפילו צו מאכען צו טוהן דערפון, ווייל לפי ידיעתי איז דער חת"ס געוועהן גאנץ א גוטע בעל מחדש, די בעלזא היסטוריה שרייבערס האבען ליב געהאט צו מאכען א שייכות ציווישען דעם שר שלום און חת"ס, האבען זיי דעס אויף געשפילט מעשה כותב, א גאנצע ענין בעלזא כתבים זענען אנגעקומען קיין פרעשבורג וכו' וכו', והדברים עתיקים וידועים איז נאך נישט קיין ראיה אויף די וואהרהייט פון די האלב יא אמת האלב נישט אמת'דיגע סיפורים בדיות,
למעשה אסאך זענען מפקפק דערין, ס'זייער שווער דא צו שרייבען, אבער הבוחר יבחר.
האבען זיי דען נישט געקענט מכוון דעם זעלבע בחינה.
נאך מער אן א שיעור "בעלזער תורות" איז שוין געדריק אין פריעדיגע ספרים ווי של"ה הקדוש, תקופת הרבי ר' העשיל ותלמידיו, וכו', איך וועל מאריך זיין דערין ביי א צווייטע געלגנהייט, נישט יעצט.
לגבי די אריה דבי עילאי תורות און דער ישמח משה איז פשוט איבריג מגיב צו זיין דערויף, עס איז אזוי ווי כ'זאל זאגען אז דער תהלים תפלה למשה האט דער ייטב לב געשריבען, זעה די הקדמה עסטו פארשטיין וואס כ'מיין.
ספר קדושת ציון איז נישט פון צוויי מחברים אויך נישט פון דריי, דאס איז א פיינע ליקוט פון צעהנ'דליגע מחברים, וכמבואר באשכול אחרת.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 11:21 pm
דורך משה'עלע
האסט נישט פארשטאנען עס איז דא אפלאץ ווי דער חת"ס שרייבט אז ער פירט זיך מעתיק צו זיין בפינקסו
כהאב עס אמאל געזען כגדענק נישט ווי
כהאב נישט געזאגט זיכער בעלזא מעשה איז אמת אבער פון רבו הפנים יפות איז דא צענדליגע שטיקלעך אן קיין בשמו און אן קיין הוספה ובדברי שאול עה"ת איכא הרבה שכתוב ג"כ בחת"ס ושם נאמר דכוונו אבל לא מרבו ההפלאה שכתב לא זזה ידי מתוך ידם
ווער האט געזאגט אז חת"ס איז נישט געווען נומ' איינס בעל מחדש
ב' די מעשה מיטען אריה דבי עליעי אז ער האט נישט געוואלט געבען א הסכמה ווייל דער יש"מ האט נישט געשריבען אויף זיינע תורות בשם אומרו
כבין נישט געווינט מזאל מיר זאגען שטותים און פנים אריין נאך בפרט פון אזא חבר ווי די
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 12:25 am
דורך מומחה יוחס
רבותי וואס דארף מען מער פין דעם די אלע חמשים איז דאך פיל פין דעם נישט נאר צוויי מחברים נאר אסאך מער
רש"י תרגום אונקלוס תרגום יונתן בעל הטורים
אור החיים הק' רמב"ן כלי יקר אבן עזרא ספורני ועוד ועוד
....
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 1:07 am
דורך ישלהוסיף
משה'עלע האט געשריבן:האסט נישט פארשטאנען עס איז דא אפלאץ ווי דער חת"ס שרייבט אז ער פירט זיך מעתיק צו זיין בפינקסו
כהאב עס אמאל געזען כגדענק נישט ווי
כהאב נישט געזאגט זיכער בעלזא מעשה איז אמת אבער פון רבו הפנים יפות איז דא צענדליגע שטיקלעך אן קיין בשמו און אן קיין הוספה ובדברי שאול עה"ת איכא הרבה שכתוב ג"כ בחת"ס ושם נאמר דכוונו אבל לא מרבו ההפלאה שכתב לא זזה ידי מתוך ידם
ווער האט געזאגט אז חת"ס איז נישט געווען נומ' איינס בעל מחדש
ב' די מעשה מיטען אריה דבי עליעי אז ער האט נישט געוואלט געבען א הסכמה ווייל דער יש"מ האט נישט געשריבען אויף זיינע תורות בשם אומרו
כבין נישט געווינט מזאל מיר זאגען שטותים און פנים אריין נאך בפרט פון אזא חבר ווי די
הרב משה'עלע
כ'האב זיך יעצט ארייןגעסיינט נאר זיך צו אנטשולדיגען אין בעטן מחילה.
אבער אז איך בין שוין דא וויל איך ארויס ברענגען א קורצע נקודה, עס קען טאקע זיין אז בספרי החת"ס איז דא מתורת רבו הפנים יפות בהעלם שם רבו.
אין דאס צו פארשטיין איז א דבר פשוט, וויבאלד א תלמיד איז שטארק דבוק ברבו, אין דער גענג אין הילוך המחשבה אין מחדש זיין איז אויך כדרך וסגנון רבו, אין ווען מאיז משלב דאס מיט רוב תורתו וחכמתו וואס ער האט יונק געוועהן מרבו, קומט דאס אויס גורם צו זיין נישט מבחין צו זיין אז דאס איז דער רבי'ס אדער האט מכוון געוועהן דעם זעלבע חידוש.
ולדוגמא, דער ספר אך פרי תבואה פון הגה"ק מליסקא (פאר די וואס האבען א שוואכקייט צו איהם...) ברענגט אראפ רבו המובהק בעל ישמח משה זי"ע כמעט אין יעדע איינציגע פרשה, הן 'ושמעתי מפי' והן 'וראיתי בישמח משה' וכדומה, דאך איז דאך אלס דא גענונג תורת וואס שטייט אין ספרי הגה"ק מליסקא אין עס שטייט אויך בספרי הישמח משה, וואס איז פשט? נאר קען זיין ווי פריער געזאגט, אדער האט ער צוגעטראפען אדער איז טאקע מרבו הנ"ל אן זיך כאפען דערין, וויבאלד עס איז געוועהן רגיל בפיו, און נישט אנדערש ווען מזאגט נאך א מאמר חז"ל אן מפרט זיין און וועלעכע מסכת און וועלעכע דף.
מער פון דעם, כידוע האט רביה"ק מסאטמאר זי"ע שטארק גערעט פון ליסקא רב בימים הנוראים צו ר"ה צו יוה"כ (ווען זיך אויף וועמנס עדותשאפט איך פארלאז זיך), אבער וואס איז זיכער איז, אז אין דברי יואל אויף ימים נוראים הן במהדו"ק והן במהדו"ת ווערט דער ליסקא רב נישט דערמאנט "אפילו איין מאהל אויך נישט", נישט ספרו אך פרי תבואה על התורה נישט ספרו הישר והטוב על מועדים, אין נישט עפעס בשמו. וויל איך דא זאגען א דבר חדש, כ'האב שוין געטראפען עטליכע גאנצע שטיקער אין דברי יואל (דרשות ר"ה ש"ש כל נדרי) וואס עס איז בלתי שום ספק דאס קומט פון די ר"ה אדער כל נדרי דרשות פון דער ליסקא רב געדריקט בספרו הישט והטוב על מועדים. ס'מיר שטארק מסתבר צו זאגען אז דער רבי ז"ל האט געלערנט ספרי הרה"ק מליסקא אין דער צייט פון יאר, איי פארוואס אין דעם ספר דברי יואל שטייט נישט 'הישר והטוב' אדער האט פארוואס דער רבי האט עס בכלל נישט נאכגעזאגט בשם אמרם, דאס קען איך נישט ענפערען. אבער עס איז א אינטרעסאנטע הערה פאר די וואס זענען זיך מתעמק אין לערנען ספרי דברי יואל.
שמעתי (עדיין לא ברור לי, אמנם כך שמעתי) אז אסאך פון די שמות ספרים וואס זענען געדריקט אין די ספרי דברי יואל האט דער רבי נישט געזאגט בשעת דאס זאגען, נאר דאס איז שפעטער בשעת'ן שרייבען וכדומה האט מען דאס צוגעלייגט, וואס פאר א גרעסערע ראי' דארף מען צו דעם איז פון די טעיפס, מ'קען הערען ווי דער רבי זאגט נאך א געוויסע בחינה, אבער אז מקוק דאס שפעטער נאך אין דער דברי יואל וועט מען זעהן שם ספר, כאילו דער רבי האט דאס בשעת מעשה נאך געזאגט פון דעם אין דעם ספר.
עוד יש להוסיף הרבה בענין זה, סגנון דברי וחידושי רבותיה"ק עצי התמרים זי"ע, אבער דאס וועל איך טוהן ווען איך וועל האבען דער צייט דערויף אין עס וועט זין א פארלאנג, וועל איך דאס שרייבען באריכות באשכול המיוחד לספרי עצי התמרים.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 9:09 am
דורך משה'עלע
יישר כח כהאב שוין געוואלט אויפהערן שרייבען מיינע שטותים
קוק וואס מיר האבען פארדינט מיט דעם
א הערליכער נקודה וואס כהב מיך איינגעהאלטען פון שרייבען עד שבא הרב המוסיף ודרש (יאך האב עס בעצם נישט ארויסגעהאט אזוי קלאר דער ענין מיט ספרי התמרים עס איז מיר געווען כמה פעמים א קשיא כהאב ביי מיר און מועדים כמה פעמים צוגעצייכענט מקורות אבער ווען כוויל זאגען עפעס פאר איינעם () זאל ער מקבל זיין זאג איך נאך ענדריש פון דברי יואל ווי פונעם מקור אגב כהאב נאך קיינמאל נישט געטראפען אז עס זאל שטיין פריערדיגע חידושים אן אסאך הוספות וההינו מער דער רעיון אין אפאר טייטשען קען ער נעמען פון פריער אבער ער בויעט דערמיט אמערכה)
כן יוסף עלינו באשכול עיר התמרים
בפרט בענין סגנון שיש ללמוד הרבה מזה בענין חידושי תורה בבית סיגוט איהעל
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 11:30 am
דורך ים רויבער
מיללער האט געשריבן:אגב איך דערמאן זיך אז דער ווינער רב שליט"א האט משלים געווען דער ספר פון זיין טאטע ויגד משה, בין איך גערעכט?
האדמו"ר מתולדות צבי ספינקא האט משלים געווען די תורה וואס זיין טאטע ר' הערשעלע זצ"ל האט געהאלטען אינדערמיט בשעת פטירתו