בלאט 4 פון 8
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 2:30 pm
דורך סיגוט
נישט אלס האט ער געזאגט חידושים אויף די גמ' אין ברכות אסאך מאל האט ער נאכגעזאגט פון דברי יואל
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 2:33 pm
דורך ישלהוסיף
סיגוט האט געשריבן:נישט אלס האט ער געזאגט חידושים אויף די גמ' אין ברכות אסאך מאל האט ער נאכגעזאגט פון דברי יואל
דאס הייסט פון שנת לאמיר זאגען תשמ"א ביז תשנ"ה האט ער געזאגט בלויז צוויי מאהל תשמ"ד אין תשמ"ח,
אין אלע אנדערע יארען איז געוועהן נאכגעזאגט פון דברי יואל (אדער צחות או דברים אינם ראוי לדפוס)?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 2:41 pm
דורך סיגוט
נישט אלע יארן איז בכלל געשריבן געווארן אלע תורות למשל יעצט ביי די חנוכה באנד איז אפירגעקומן טעיפס וואס פריוואטע מענטשן האבן אפגעכאפט וואס יענע תורות זענען קיינמאל נישט געווען אפגעשריבן אפילו בשעתו
אגב וויל איך דערמאנען אז אינעם אינטערוויא מיט הרה"ג ר' יעקב ווייס האט ער נאכגעזאגט איין כלל פון רבי'ן זצ"ל אז נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן און נישט אלעס וואס מזאגט דארף מען דרוקן ע"כ איז דא געוויסע תורות וואס איז בכלל נישט געדרוקט געווארן אפילו מהאט געהאט צוטריט דערצו
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 2:45 pm
דורך בוידעם
סיגוט האט געשריבן:נישט אלע יארן איז בכלל געשריבן געווארן אלע תורות למשל יעצט ביי די חנוכה באנד איז אפירגעקומן טעיפס וואס פריוואטע מענטשן האבן אפגעכאפט וואס יענע תורות זענען קיינמאל נישט געווען אפגעשריבן אפילו בשעתו
אגב וויל איך דערמאנען אז אינעם אינטערוויא מיט הרה"ג ר' יעקב ווייס האט ער נאכגעזאגט איין כלל פון רבי'ן זצ"ל אז נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן און נישט אלעס וואס מזאגט דארף מען דרוקן ע"כ איז דא געוויסע תורות וואס איז בכלל נישט געדרוקט געווארן אפילו מהאט געהאט צוטריט דערצו
כ'האב געהערט אז ברך משה אויף חנוכה איז מער ווייניגער די תורות פון מהר"ם ט"ב מיט אפאר נייע תורות פונעם טעיפ. די סיבה פארשטייסטו אליין......
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 2:58 pm
דורך ישלהוסיף
סיגוט האט געשריבן:נישט אלע יארן איז בכלל געשריבן געווארן אלע תורות למשל יעצט ביי די חנוכה באנד איז אפירגעקומן טעיפס וואס פריוואטע מענטשן האבן אפגעכאפט וואס יענע תורות זענען קיינמאל נישט געווען אפגעשריבן אפילו בשעתו
אגב וויל איך דערמאנען אז אינעם אינטערוויא מיט הרה"ג ר' יעקב ווייס האט ער נאכגעזאגט איין כלל פון רבי'ן זצ"ל אז נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן און נישט אלעס וואס מזאגט דארף מען דרוקן ע"כ איז דא געוויסע תורות וואס איז בכלל נישט געדרוקט געווארן אפילו מהאט געהאט צוטריט דערצו
פון מהר"ם ט"ב ווי דערמאנט האט מען אויס געלאזט דריי תורות פון שנת תשמ"ח
אות ד' איז א צחות במילא איז עס נישט אריין
אות ז' און אות י' פארוואס זענען זיי נישט אריין אין ברך משה?
ביי די הקפות אויך דער זעלבע (וה"ה בהושענא רבא),
די איין שורה תורות וואס רבותינו האבען געזאגט איז געוועהן טאקע בעתים הללו: הושענא רבא, הקפות, נעילת החג
קען זיין לפעמים איז דאס געוועהן נאר א ווארט אדער עפעס געזאגט, אבער עס איז נישט דא מיט וואס צו ארבעטן אז עס זאל זיין ראוי לדפוס.
עס איז געוועהן א רשימה אונם 'בלאט' פון די חנוכה טעיפס וואס זיי האבען דערווייל נאך נישט, דאס איז געוועהן נאך מיט א יאר צוריק. דאס מיינט חוץ פין יענע רשימה האבען זיי יא אלעס אויף חנוכה. איז טאקע צוגעקומען זייט זיי האבען מפרסם געוועהן יענע רשימה?
בכל זאת געב איך זיי קרעדיט זיי ארבעטן פלייסיג, זיי ארבעטן מיט וואס זיי האבען, אין זענען מזכה יעדער וואס איז באמת דורש לדרשתו של משה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:23 pm
דורך תג נוצער
בוידעם דו הערסט צופיל זאכן וואס האבן נישט קיין האפט
אפשר צייכנסטו דא אויף אלע תורות פון מהר"ם ט"ב און ברך משה און לאמיר זען וואס איז געבליבן נישט פון מהר"ם ט"ב
די רשימה פון פאר א יאר איז ב"ה אויסגעפילט געווארן, גייענדיג אין דרוק האט מען געהאט אלעס! ושמעתי מהעוסקים במלאכת הקודש אז יעצט איז געווען דאס ערשטע מאל ווען א באנד פון ברך משה גייט אין דרוק וואס מען האט אלע תורות פון די רשימה, און יא מען האט באקומען אפילו פון אזעלכע וואס זענען נישט אויף איין פעיזדש, יזכרם אלקינו לטובה
נאר כאמור למעלה, נישט אלעמאל איז אלעס ראוי לדפוס
זאת ועוד יותר, חנוכה איז דא אסאך תורות וואס זענען געווען כפולות, איך געדענק אזעלכע בחינות ווי דער נועם אלימלך פ' וארא תנו לכם מופת, אדער דער ייטב לב פון רואין זא"ז וואס איז אויסגעקומען אז דער רבי האט עס כמ"פ געזאגט במשך די יארן.
אגב אויב האב אךי נישט קיין טעות האט נאך ר' יעקב ווייס נאך געארבעט אויך אויף מהר"ם ט"ב
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 7:12 pm
דורך סיגוט
ביודעי ומכירי אז זיי האבן ערייכט אלע דב"ק לימי חנוכה א חלק פון מהר"ם ט"ב דאס רוב איבריגע פון וואס מהאט אפגעשריבן בשעת מעשה דורך די כותבי החידו"ת וואס ר' יעקב ווייס איז געווען עומד בראש און פון די טעיפס וואס איז דא אין גאס די איבריגע האבן עטליכע אנ"ש פארשאפט פון אייגענע טעיפס וואס זיי האבן אליין אפגעטעיפט און פון די משבקי"ם וואס כבוד רבינו חביב ויקר בעיניהם
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 7:15 pm
דורך בוידעם
סקוקט אויס אז סיגוט און תג נוצער זענען בתוך הענינים, דעריבער וועל איך מיך נישט קריגען מיט ענק, מן הסתם ווייסט עטס בעסער ווי מיר.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 7:39 pm
דורך סיגוט
ומודה ועוזב ירוחם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 1:34 am
דורך שאץ מאץ
איך האב געהערט מפ,ק פון רבי'ן דער ברך משה זצ"ל אמאל חנוכה א תורה, אבער איך געפין עס נישט אין ברך משה,
איך געדענק נאר א טייל פון די תורה, ווי ער האט מסביר געוועהן אז די סבה פארוואס מ'האט פון הימל געמאכט אזא נס מיט יוסף הצדיק אז די נחשים ועקרבים זאלן אים נישט בייסן, דאס איז געוועהן א חיזוק וואס מ'האט געוואלט מחזק זיין יוסף, וויסנדיג אין הימל אז יוסף וועט נאך קומען קיין מצרים און מיטמאכן אסאך, דאס אז די נחשים ועקרבים האבן נשיט געביסן איז געוועהן א חיזוק פאר יוסף זיך צו האלטן אין יעדן שווערן מצב, ווייל ער האט געדענקט אז מ'איז ערליך בייסן נישט די חיות,
אויב איז דא בנמצא הוגים בספרי דמהר"מ ט"ב, אפשר קען מען מיר אפיר זיכן די תורה,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 7:00 pm
דורך ישלהוסיף
ויש להוסיף נא א חילוק ציווישען ברך על התורה אין ברך משה על המועדים, א קליינע נפק"מ,
אין די מפתחות שטייט ביים רבי ז"ל:
על התורה - הגה"ק מרן ויואל משה זי"ע
על המועדים - הגה"ק מרן בעל דברי יואל זי"ע
כ'ווייס נישט וואס דער חילוק דארף צו מיינען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 9:02 pm
דורך בוידעם
ישלהוסיף האט געשריבן:ויש להוסיף נא א חילוק ציווישען ברך על התורה אין ברך משה על המועדים, א קליינע נפק"מ,
אין די מפתחות שטייט ביים רבי ז"ל:
על התורה - הגה"ק מרן ויואל משה זי"ע
על המועדים - הגה"ק מרן בעל דברי יואל זי"ע
כ'ווייס נישט וואס דער חילוק דארף צו מיינען.
אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו ???
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 1:07 pm
דורך בוידעם
איך זיך די מראה מקום אין ייטב לב אז אויב זאגן מיר קנין הפירות לאו כקנין הגוף דאן מוז מען טהון אלע מצות לשמה (כמדומה לי ס'איז א ייטב לב) קען איינער מיר ביטע ארויסהעלפן ?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 2:29 pm
דורך אוהב ספרים
בוידעם האט געשריבן:איך זיך די מראה מקום אין ייטב לב אז אויב זאגן מיר קנין הפירות לאו כקנין הגוף דאן מוז מען טהון אלע מצות לשמה (כמדומה לי ס'איז א ייטב לב) קען איינער מיר ביטע ארויסהעלפן ?
ראה ייטב פנים מאמר שוב אשיב לשבת תשובה אות כח באריכות
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 4:36 pm
דורך מי יודע
אוהב ספרים האט געשריבן:בוידעם האט געשריבן:איך זיך די מראה מקום אין ייטב לב אז אויב זאגן מיר קנין הפירות לאו כקנין הגוף דאן מוז מען טהון אלע מצות לשמה (כמדומה לי ס'איז א ייטב לב) קען איינער מיר ביטע ארויסהעלפן ?
ראה ייטב פנים מאמר שוב אשיב לשבת תשובה אות כח באריכות
ייטב לב פ' ראה, ועיין עצי חיים ש"ש אות ד, ובברך משה לש"ש ביאור נפלא
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:09 pm
דורך פאטאקי08
ישלהוסיף
סיגוטער
ועוד..
איך זוך א תורה פון מהרא מסאטמאר איבער די גמרא אין אלו מציאות "שה דאבידה לדברי הכל קשיא"
(דאכצעמער געזאגט געווארן און איינע פון די הושענא רבה דרשות)
א גרויסן דאנק
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:36 pm
דורך מי יודע
אפשר מיינסטו די ווארט פון דברי יחזקאל אויפן פסוק תעיתי כשה אובד
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 5:39 pm
דורך פאטאקי08
קען זיין ער האט עס משלב געווען מיטן דברי יחזקאל
אלענספאלס וואס זאגט דער דברי יחזקאל?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 7:26 pm
דורך סיגוט
פאטאקי08 האט געשריבן:ישלהוסיף
סיגוטער
ועוד..
איך זוך א תורה פון מהרא מסאטמאר איבער די גמרא אין אלו מציאות "שה דאבידה לדברי הכל קשיא"
(דאכצעמער געזאגט געווארן און איינע פון די הושענא רבה דרשות)
א גרויסן דאנק
דרשת הושענא רבה תשע"א על הפיסקא למענך גואלינו
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 7:34 pm
דורך פאטאקי08
סיגוט האט געשריבן:דרשת הושענא רבה תשע"א על הפיסקא למענך גואלינו
שכח אייך
ווי קען מען דאס זעהן?
אדער אויב דו קענסט מיר עס נאכזאגן איז אויך גוט
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 7:41 pm
דורך סיגוט
קונטרס חידושי תורה לימים נוראים תשע"א געטיילט ביי מסיבה לטובת אבני חסד צו באקומען ביי ר' אברהם ווערטהיימער הי"ו
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 7:46 pm
דורך סיגוט
סיגוט האט געשריבן:דרשת הושענא רבה תשע"א על הפיסקא למענך גואלינו
תיקון טעות פיסקא למענך אלוקינו אופן ב'
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 3:02 pm
דורך ישלהוסיף
דאס דארף אהער קומען.
משה'עלע האט געשריבן:
האסט נישט פארשטאנען עס איז דא אפלאץ ווי דער חת"ס שרייבט אז ער פירט זיך מעתיק צו זיין בפינקסו
כהאב עס אמאל געזען כגדענק נישט ווי
כהאב נישט געזאגט זיכער בעלזא מעשה איז אמת אבער פון רבו הפנים יפות איז דא צענדליגע שטיקלעך אן קיין בשמו און אן קיין הוספה ובדברי שאול עה"ת איכא הרבה שכתוב ג"כ בחת"ס ושם נאמר דכוונו אבל לא מרבו ההפלאה שכתב לא זזה ידי מתוך ידם
ווער האט געזאגט אז חת"ס איז נישט געווען נומ' איינס בעל מחדש
ב' די מעשה מיטען אריה דבי עליעי אז ער האט נישט געוואלט געבען א הסכמה ווייל דער יש"מ האט נישט געשריבען אויף זיינע תורות בשם אומרו
כבין נישט געווינט מזאל מיר זאגען שטותים און פנים אריין נאך בפרט פון אזא חבר ווי די
וישלהוסיף האט געשריבען:
הרב משה'עלע
כ'האב זיך יעצט ארייןגעסיינט נאר זיך צו אנטשולדיגען אין בעטן מחילה.
אבער אז איך בין שוין דא וויל איך ארויס ברענגען א קורצע נקודה, עס קען טאקע זיין אז בספרי החת"ס איז דא מתורת רבו הפנים יפות בהעלם שם רבו.
אין דאס צו פארשטיין איז א דבר פשוט, וויבאלד א תלמיד איז שטארק דבוק ברבו, אין דער גענג אין הילוך המחשבה אין מחדש זיין איז אויך כדרך וסגנון רבו, אין ווען מאיז משלב דאס מיט רוב תורתו וחכמתו וואס ער האט יונק געוועהן מרבו, קומט דאס אויס גורם צו זיין נישט מבחין צו זיין אז דאס איז דער רבי'ס אדער האט מכוון געוועהן דעם זעלבע חידוש.
ולדוגמא, דער ספר אך פרי תבואה פון הגה"ק מליסקא (פאר די וואס האבען א שוואכקייט צו איהם...) ברענגט אראפ רבו המובהק בעל ישמח משה זי"ע כמעט אין יעדע איינציגע פרשה, הן 'ושמעתי מפי' והן 'וראיתי בישמח משה' וכדומה, דאך איז דאך אלס דא גענונג תורת וואס שטייט אין ספרי הגה"ק מליסקא אין עס שטייט אויך בספרי הישמח משה, וואס איז פשט? נאר קען זיין ווי פריער געזאגט, אדער האט ער צוגעטראפען אדער איז טאקע מרבו הנ"ל אן זיך כאפען דערין, וויבאלד עס איז געוועהן רגיל בפיו, און נישט אנדערש ווען מזאגט נאך א מאמר חז"ל אן מפרט זיין און וועלעכע מסכת און וועלעכע דף.
מער פון דעם, כידוע האט רביה"ק מסאטמאר זי"ע שטארק גערעט פון ליסקא רב בימים הנוראים צו ר"ה צו יוה"כ (ווען זיך אויף וועמנס עדותשאפט איך פארלאז זיך), אבער וואס איז זיכער איז, אז אין דברי יואל אויף ימים נוראים הן במהדו"ק והן במהדו"ת ווערט דער ליסקא רב נישט דערמאנט "אפילו איין מאהל אויך נישט", נישט ספרו אך פרי תבואה על התורה נישט ספרו הישר והטוב על מועדים, אין נישט עפעס בשמו. וויל איך דא זאגען א דבר חדש, כ'האב שוין געטראפען עטליכע גאנצע שטיקער אין דברי יואל (דרשות ר"ה ש"ש כל נדרי) וואס עס איז בלתי שום ספק דאס קומט פון די ר"ה אדער כל נדרי דרשות פון דער ליסקא רב געדריקט בספרו הישט והטוב על מועדים. ס'מיר שטארק מסתבר צו זאגען אז דער רבי ז"ל האט געלערנט ספרי הרה"ק מליסקא אין דער צייט פון יאר, איי פארוואס אין דעם ספר דברי יואל שטייט נישט 'הישר והטוב' אדער האט פארוואס דער רבי האט עס בכלל נישט נאכגעזאגט בשם אמרם, דאס קען איך נישט ענפערען. אבער עס איז א אינטרעסאנטע הערה פאר די וואס זענען זיך מתעמק אין לערנען ספרי דברי יואל.
שמעתי (עדיין לא ברור לי, אמנם כך שמעתי) אז אסאך פון די שמות ספרים וואס זענען געדריקט אין די ספרי דברי יואל האט דער רבי נישט געזאגט בשעת דאס זאגען, נאר דאס איז שפעטער בשעת'ן שרייבען וכדומה האט מען דאס צוגעלייגט, וואס פאר א גרעסערע ראי' דארף מען צו דעם איז פון די טעיפס, מ'קען הערען ווי דער רבי זאגט נאך א געוויסע בחינה, אבער אז מקוק דאס שפעטער נאך אין דער דברי יואל וועט מען זעהן שם ספר, כאילו דער רבי האט דאס בשעת מעשה נאך געזאגט פון דעם אין דעם ספר.
עוד יש להוסיף הרבה בענין זה, סגנון דברי וחידושי רבותיה"ק עצי התמרים זי"ע, אבער דאס וועל איך טוהן ווען איך וועל האבען דער צייט דערויף אין עס וועט זין א פארלאנג, וועל איך דאס שרייבען באריכות באשכול המיוחד לספרי עצי התמרים.
דורך משה'עלע » מיטוואך פבואר 01, 2012 9:09 am
יישר כח כהאב שוין געוואלט אויפהערן שרייבען מיינע שטותים
קוק וואס מיר האבען פארדינט מיט דעם
א הערליכער נקודה וואס כהב מיך איינגעהאלטען פון שרייבען עד שבא הרב המוסיף ודרש (יאך האב עס בעצם נישט ארויסגעהאט אזוי קלאר דער ענין מיט ספרי התמרים עס איז מיר געווען כמה פעמים א קשיא כהאב ביי מיר און מועדים כמה פעמים צוגעצייכענט מקורות אבער ווען כוויל זאגען עפעס פאר איינעם () זאל ער מקבל זיין זאג איך נאך ענדריש פון דברי יואל ווי פונעם מקור אגב כהאב נאך קיינמאל נישט געטראפען אז עס זאל שטיין פריערדיגע חידושים אן אסאך הוספות וההינו מער דער רעיון אין אפאר טייטשען קען ער נעמען פון פריער אבער ער בויעט דערמיט אמערכה)
כן יוסף עלינו באשכול עיר התמרים
בפרט בענין סגנון שיש ללמוד הרבה מזה בענין חידושי תורה בבית סיגוט איהעל.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 4:08 pm
דורך מי יודע
ס'איז דא די באקאנטע ווארט געברענגט אין דברי יואל ויחי בשם ספרים, אויף די גמרא שמא יקדים קנה לושט, אין ס'שטייט אין הישר והטוב
און איינער וואס איז נאכגעגאנגען דעם מ,מ האט געזאגט אז אויפן טעיפ הערט מען דער רבי זאגט, "שטייט אין ספרים, דאכט זיך דער ליסקער רב זאגט"
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 7:13 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
אולי תציין איזה דוגמאות.