מי יודע האט געשריבן:ס'איז דא די באקאנטע ווארט געברענגט אין דברי יואל ויחי בשם ספרים, אויף די גמרא שמא יקדים קנה לושט, אין ס'שטייט אין הישר והטוב
און איינער וואס איז נאכגעגאנגען דעם מראי מקום האט געזאגט אז אויפן טעיפ הערט מען דער רבי זאגט, "שטייט אין ספרים, דאכט זיך דער ליסקער רב זאגט"
אין ספרי מהר"א ט"ב ברענגט ער דאס טאקע בשם הרה"ק מליסקא זי"ע, אבער אמאהל ברענגט ער דאס בשם ספרים הקדושים. אין ספרי ברך משה על מועדים טרעפט מען מער ספרי אך פרי תבואה און הישר והטוב, ספעציעל ביי די ימים נוראים.
מען דארף נעמען אין באטראכט אז רבותיה"ק איהעל - סיגוט זי"ע ואחריהם רביה"ק מסאטמאר זי"ע, האט בכלל נישט מקפיד געוועהן נאך צו זאגען בשם אמרם, אעפ"י וואס זיי האט זיך באנוצט מיט די ספרים, ולדוגמא ספרי הרה"ק מליסקא. דער סיבה דערצו איז פשוט אין מ'קען דאס נאכקוקען בספריהם הקדושים, אז דאס וועט זיין על פי רוב ביי ספרים וואס זענען געדריקט געווארען קרוב לזמנם.
און פארדעם טרעפט מען כמעט נישט אז דער רבי זאל אראפ ברענגען דעם ספה"ק דברי חיים, אעפ"י וואס ער איז געוועהן שטארק דבוק בתורתו וכו', מיר געפונען בלויז אכט מאהל דעם דברי חיים בכרכי ספרי דברי יואל, וואס אין פארצענט איז דאס כמעט גארנישט. ווען כ'האב געשמועסט מיט איינעם האט מיר געוואלט מסביר זיין אז דאס איז וועגען דער דברי חיים איז א קבלה ספר, אבער דער אמת נישט אזוי עס איז נאך דא גענונג בחינות אין ענינים אין דער דברי חיים וואס מ'קען נוצען אלץ הקדמות, כידוע להמעיין בה.
דער ייטב לב האט זיך בכלל נישט באנוצט מיט ספרי דמר חותנו דער ספר באר שבע, ערשט צום סוף בפ' האזינו צוליב מעשה שהיה וכו', אבער דאך אין גאנץ ייטב לב אין נישט אונעם רב טוב, עפעס פונעם שווער, הלא דבר הוא. דער היינטיגע גאנג אז ממיז נאך זאגען נאר פונעם טאטען זיידען וכו' האט דאן נאך נישט עקסטירט.
כ'האב נאר אנגערירט אויף שפיץ גאפל, סדר סגנון באופן כללי, אבער מער אנאלזיז און ספר הקדוש דברי יואל, די ספרים וואס דער רבי האט זיך באנוצט, דהיינט נישט וואס איז געדריקט אין דער מפתח נאר די ספרים וואס דער רבי האט ארויס געזאגט בקביעות, וועלעכע חסידישע ספרים וכיוב"צ. דעם חילוק פין ספרי דברי יואל מהדו"ק למהדו"ת דהיינו די אויסדריקען אין זאכען וואס דער רבי האט געזאגט די שמות אנשים וכו' געדריקט במהדו"ת וואס מטרעפט נישט במהדו"ק, חילוקים פון פארן קריג אין נאכען קריג, דברי יואל און טיב לבב איז דער חילוק נאר מיט די נעמען? אין דברי יואל זעלבסט די חילוקים אין די תורות וואס קומען מכתב יד קדשו צו נישט, ווייל דאס וואס איז פון כתב יד קען מען מער ארויסהאבען וכו'.
אוודאי די אלע שפעקולאציעס איז נישט קיין נפק"מ, אבער דאך איז דאס זייער אינטרעסאנט, מ'האט אויפן רבי ז"ל שוין אזוי פיל געשריבען, מעג דער טעמע אויך צונימען ווערען.