פרוזדור האט געשריבן:אויב מעג איך פרעגן א שאלה. אויב האט דער ברך משה טאקע געוואלט מזכה זיין די וועלט מיט שיינע קורצע תורה'לעך דעמאלטס פארוואס האט ער אלעמאל געזאגט שיינע לאנגע תורות, שעות אריכות כידוע, פונקט ווי אלע צדיקים מבית סיגוט סאטמאר. ואת"ל אז ער האט יא געוואלט זאגן לאנגע תורות פונקט ווי זיינע זיידעס פלעגן זאגן אבער זיינע ספרים האט ער געוואלט זאלן ווערן געשריבן אזוי ווי די תורה קוואל, ווי איידער אזוי ווי די דברי יואל, ייטב לב, ישמח משה אדער אפילו די עצי חיים קדושת יו"ט. דאס לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל.
דאס לייגט זיך זייער אויף דער שכל פאר דער וואס האט געקענט דעם ברך משה. ביי איהם איז די תורה זאגן און די תורה שרייבען געוועהן צוויי אנדערע זאכען, נאך מער צוויי אנדערע וועלטן בכלל. ווען ער האט געזאגט די תורה האט ער בכלל נישט זיך אינזין געהאט, ער איז נישט געקומען ליל שב"ק 'אה, היינט האב איך א גוטע תורה', זיין תורה זאגען איז געוועהן צו לערנען זיין עדה אידן זיינע חסידים דעם דרך ה', ולכן האט ער נאך געזאגט גאנצע שטיקער דברי יואל אדער חתם סופר וכדומה וואס ער האט געפילט אין זייערע ווערטער א פאסיגע זאך נאך צוזאגען לפי השעה. נאר זייענדיק דער געוואלדיגע בקי און בעל מחדש אוטומאטיש האט ער שוין געזאגט אייגענע טייטשען, וכנוסח בית אבותיו, ועל כן האט לפעמים געקענט נעמען א 'תורה' א האלבע שעה צו א שעה, וואס רוב צייט איז בכלל נישט געוועהן געאייניגט פאר זיינע אייגענע טייטשען, פארקערט רוב צייט איז געוועהן כמעט נאך געזאגט, צוליב דער תכלית איז געוועהן דער חלק המוסר והתעוררות פון די ספרים פון וואס ער האט נאך געזאגט.
עס איז געקומען למעשה צום דריקן, זייענדיק דער גרויסע ענוותן ושפל ברך, האט ער בכלל נישט געטראכט פון דרוקן א ספר מיטן ציל אז יענער זאל נתפעל ווערן. נאר די טייטשען וואס ער האט געזאגט איז איהם שטארק געפאלען נאך דעם וואס שרייבערס האבען געוויזען זייערע כתבים, האט ער איינגעשטימט צו לאזען דרוקן. צום ערשט יעדע זאך וואס האט נישט צו טוהן מיטן עצם טייטש איז געווארען גלייך ארויס געשניטן. אויב האט ער פרשת תולדות געטייטשט אויך עפעס אויף פרשת מצורע איז דאס געווארען צוויי באזונדערע תורות. ממילא רוב תורות גייט אויף עפעס אזא מהלך קשיא, הקדמה, תירוץ. יא צומאל ענפערט ער מער ווי איין זאך, איז דאס געווארען אביסל א לענגערע תורה.
די עורכים פון ספרי ברך משה האבן לפעמים (צו מער פון לפעמים) געדארפט אינגאנצען ארום טוישן די תורה פון דער סדר ווי אזוי עס איז געזאגט געווארען כדי עס זאל קענען געהעריג געדרוקט ווערן, ווי למשל אמאל וואס מ'האט געדארפט זאגען פריער האט ער געזאגט שפעטער ולהיפוך, ביים אויסארבעטן האבען זיי דאס מסדר געוועהן. למשל נעם די תורה געדרוקט אין ברך משה פ' בשלח (עמוד ק) ווי ער פארענפערט דעם מדרש 'בזכות יעקב אני קורע להם את הים', דער תורה איז א קורצע אבער הערליכע געדאנק. בא וראה, דער 'תורה' איז געזאגט געווארען אלץ א פתיחה פאר זיין דרשה ביי דעם באקאנטען פראטעסט אין מעדיסען סקווער גארדען שנת תשל"ח (כמדומה), קיין איינער פון די צוהערערס דאן וואלטן נישט געקענט אויף כאפען דעם 'תורה', אפילו די לערנערס שפעטער אין ספר חידושי תורה מהר"ם ט"ב וואלט עס אויך נישט געקענט געהעריג אויף כאפען, אין דא קומט טאקע אריין די טאלאנטפולע עורכים פון דער ספרי ברך משה אין דאס שיין אויס געשטעלט.
דער 'ברך משה' איז בכלל נישט געוועהן אין אויסען צו פארקויפען אין זיינע ספרים לאנגע זאכען, זאל דער אנקוקער מיינען אז זיין תורה זאגען נעמנט נישט מער ווי פינעף מינוט, איהם איז דאס קנאפע ווייניג אנגעגאנגען, וואס ער האט יא געוואלט איז אז די עצם תורות זאל זיין גרינג צום פארשטיין, אין דער לערנער זאל עס קענען אפלערנען און אוועק גיין מיט א הערליכע ווארט אויף די סדרה. ער האט נישט ליב געהאט - און ער איז געוועהן און איז גערעכט - אז ספרי אבותיו זענען שווער געשריבען און ספרי דודו זענען צו באריכות, ער האט געוואלט קורצע געשמאקע זאכען.
ועוד יש להוסיף, ואי"ה.