ברך משה לחנוכה - וספרי משפחת התמרים

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

תואר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 13, 2014 12:46 pm

תגובהדורך תואר » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 9:24 am

בוידעם האט געשריבן:האמיר זיך איינגעהאנדלט דעם נייעם ברך משה.
איך שטיי און איך שטוין!! 15 יאר תורות- ד' פרשיות, פורים, בנוסף מאמרים אויף חמשה עשר בשבט און חודש אדר, און דאס אלעס באטרעפט נישט מער פון 238 עמודים???

מסתמא איז מען בוחר דאס בעסטע, ווייל די קשיא קענסטו דאך פרעגן אויף על התורה אויך, ס'דארף זיין מער תורות וויפיל ס'איז געדרוקט.

אויך פאלט זיכער אוועק תורות וואס מ'האט נישט פארשטאנען אדער נישט קלאר געהערט וכו'

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 10:14 am

תואר האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:האמיר זיך איינגעהאנדלט דעם נייעם ברך משה.
איך שטיי און איך שטוין!! 15 יאר תורות- ד' פרשיות, פורים, בנוסף מאמרים אויף חמשה עשר בשבט און חודש אדר, און דאס אלעס באטרעפט נישט מער פון 238 עמודים???

מסתמא איז מען בוחר דאס בעסטע, ווייל די קשיא קענסטו דאך פרעגן אויף על התורה אויך, ס'דארף זיין מער תורות וויפיל ס'איז געדרוקט.

אויך פאלט זיכער אוועק תורות וואס מ'האט נישט פארשטאנען אדער נישט קלאר געהערט וכו'


קדושת יום טוב איז געווען איין באנד פון אלע תורות. כאטש ער האט דדאך געזאגט תורה לאנגע יארן.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 10:53 am

א אלטער פראבלעם פון ספרי ברך משה, 90 פראצענט תורות זענען פון נאך תש"מ, און אין די אלע יארן האט מען נישט אלעמאל געשריבן געהעריג, ממילא פון די 15 יאר פעלט אויך
איך האב געהערט פון די עורכים פארן אנהייבן מיטן ספר אז זיי האבן מורא ס'וועט נישט אנקומען קיין באנד, למעשה עלו והצליחו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 12:41 pm

תואר האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:האמיר זיך איינגעהאנדלט דעם נייעם ברך משה.
איך שטיי און איך שטוין!! 15 יאר תורות- ד' פרשיות, פורים, בנוסף מאמרים אויף חמשה עשר בשבט און חודש אדר, און דאס אלעס באטרעפט נישט מער פון 238 עמודים???

מסתמא איז מען בוחר דאס בעסטע, ווייל די קשיא קענסטו דאך פרעגן אויף על התורה אויך, ס'דארף זיין מער תורות וויפיל ס'איז געדרוקט.

אויך פאלט זיכער אוועק תורות וואס מ'האט נישט פארשטאנען אדער נישט קלאר געהערט וכו'


אויב איך געדענק גוט האט אפאר יאר צוריק הר"ר יעקב ווייס געגעבן א אינטערוויאו איבער עריכת ספרי ברך משה, דער רבי האט געוואלט אז וואו א מענטש וועט עפענען דעם ספר זאל ער טרעפן א שיינע זאך, מ'האט געלייגט נאר עדיות שבעדיות, און ס'איז טאקע מלא וגדוש מיט הערליכע ווערטער, הערליך שיין, אסאך אנדערע האט מען ארויסגעלאזט.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 11:09 am

בספר טיב לבב הנדפס מחדש (מהדורת תשע"ו) איז צוגעקומען ערנסטע הוספות וואס איז נישט געוועהן געדרוקט אין ערטע מהדורה?

אוועטאר
זושאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 31, 2010 5:09 pm

תגובהדורך זושאלע » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 4:18 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:בספר טיב לבב הנדפס מחדש (מהדורת תשע"ו) איז צוגעקומען ערנסטע הוספות וואס איז נישט געוועהן געדרוקט אין ערטע מהדורה?

ניין.
(וואו קומט דא די שאלה?)
שכל קומט מיט די יארן...

אוועטאר
פרוזדור
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 06, 2014 9:25 pm

תגובהדורך פרוזדור » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 4:52 pm

אויב מעג איך פרעגן א שאלה. אויב האט דער ברך משה טאקע געוואלט מזכה זיין די וועלט מיט שיינע קורצע תורה'לעך דעמאלטס פארוואס האט ער אלעמאל געזאגט שיינע לאנגע תורות, שעות אריכות כידוע, פונקט ווי אלע צדיקים מבית סיגוט סאטמאר. ואת"ל אז ער האט יא געוואלט זאגן לאנגע תורות פונקט ווי זיינע זיידעס פלעגן זאגן אבער זיינע ספרים האט ער געוואלט זאלן ווערן געשריבן אזוי ווי די תורה קוואל, ווי איידער אזוי ווי די דברי יואל, ייטב לב, ישמח משה אדער אפילו די עצי חיים קדושת יו"ט. דאס לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5852
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג נובעמבער 23, 2015 6:08 pm

פרוזדור האט געשריבן:אויב מעג איך פרעגן א שאלה. אויב האט דער ברך משה טאקע געוואלט מזכה זיין די וועלט מיט שיינע קורצע תורה'לעך דעמאלטס פארוואס האט ער אלעמאל געזאגט שיינע לאנגע תורות, שעות אריכות כידוע, פונקט ווי אלע צדיקים מבית סיגוט סאטמאר. ואת"ל אז ער האט יא געוואלט זאגן לאנגע תורות פונקט ווי זיינע זיידעס פלעגן זאגן אבער זיינע ספרים האט ער געוואלט זאלן ווערן געשריבן אזוי ווי די תורה קוואל, ווי איידער אזוי ווי די דברי יואל, ייטב לב, ישמח משה אדער אפילו די עצי חיים קדושת יו"ט. דאס לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל.

זיי מיר מוחל, אבער פון דיינע ווערטער קוקט אויס אז דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט געלערנט קיין ספרי בית סיגעט
ישמח משה איז דער איינציגסטער וואס מ'טרעפט דארט לאנגע און שווערע תורות, און דער רבי דער ברך משה פלעגט זיך באציען אויף דעם זאגנדיג, ער וויל נישט מ'זאל זיך פלאגן אויף זיינע תורות ווי אויפן ישמח משה, צולייגנדיג בענוות קדשו איך בין נישט אזוי גרויס מ'זאל זיך דארפן פלאגן אויף מיינע ווערטער
ייטב לב איז דא היבשע קבלה שטיקער, אבער ס'איז בכלל נישט ספעציעל לאנגע תורות, דא און דארט פארווארפט זיך א לאנגע תורה, אבער בדרך כלל איז עס נארמאל, און די זעלבע קדושת יו"ט, וכל שכן עצי חיים, און דער רבי פלעגט זאגן אז ברך משה זאל זיין ווי עצי חיים
דאס וואס ער האט געזאגט לאנגע תורות (און גראדע נישט קיין שעות ארוכות) איז א צווייטע זאך, איינער זאל אפיר ברענגן דעם אינטערוויו אין די אוצרות מיט ר' יעקב ווייס דארט שטייט אלעס, ואין עתי בידי להסביר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג נובעמבער 24, 2015 12:46 pm

זושאלע האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:בספר טיב לבב הנדפס מחדש (מהדורת תשע"ו) איז צוגעקומען ערנסטע הוספות וואס איז נישט געוועהן געדרוקט אין ערטע מהדורה?

ניין.
(וואו קומט דא די שאלה?)


דער בעל מחבר פון די תורות געדרוקט אין טיב לבב געהערט נישט צו די משפחת התמרים?

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג נובעמבער 24, 2015 12:55 pm

מי יודע האט געשריבן:
פרוזדור האט געשריבן:אויב מעג איך פרעגן א שאלה. אויב האט דער ברך משה טאקע געוואלט מזכה זיין די וועלט מיט שיינע קורצע תורה'לעך דעמאלטס פארוואס האט ער אלעמאל געזאגט שיינע לאנגע תורות, שעות אריכות כידוע, פונקט ווי אלע צדיקים מבית סיגוט סאטמאר. ואת"ל אז ער האט יא געוואלט זאגן לאנגע תורות פונקט ווי זיינע זיידעס פלעגן זאגן אבער זיינע ספרים האט ער געוואלט זאלן ווערן געשריבן אזוי ווי די תורה קוואל, ווי איידער אזוי ווי די דברי יואל, ייטב לב, ישמח משה אדער אפילו די עצי חיים קדושת יו"ט. דאס לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל.

זיי מיר מוחל, אבער פון דיינע ווערטער קוקט אויס אז דו האסט נאך אין דיין לעבן נישט געלערנט קיין ספרי בית סיגעט
ישמח משה איז דער איינציגסטער וואס מ'טרעפט דארט לאנגע און שווערע תורות, און דער רבי דער ברך משה פלעגט זיך באציען אויף דעם זאגנדיג, ער וויל נישט מ'זאל זיך פלאגן אויף זיינע תורות ווי אויפן ישמח משה, צולייגנדיג בענוות קדשו איך בין נישט אזוי גרויס מ'זאל זיך דארפן פלאגן אויף מיינע ווערטער
ייטב לב איז דא היבשע קבלה שטיקער, אבער ס'איז בכלל נישט ספעציעל לאנגע תורות, דא און דארט פארווארפט זיך א לאנגע תורה, אבער בדרך כלל איז עס נארמאל, און די זעלבע קדושת יו"ט, וכל שכן עצי חיים, און דער רבי פלעגט זאגן אז ברך משה זאל זיין ווי עצי חיים
דאס וואס ער האט געזאגט לאנגע תורות (און גראדע נישט קיין שעות ארוכות) איז א צווייטע זאך, איינער זאל אפיר ברענגן דעם אינטערוויו אין די אוצרות מיט ר' יעקב ווייס דארט שטייט אלעס, ואין עתי בידי להסביר

בין איך נישט קלאר וואס דו זאגסט
ישמח משה איז נישט שווער ווייל ס'איז לאנג, ס'איז שווער ווייל ס'איז קורץ, קצר הביאור כידוע, דארט ווי ער איז עס לאנג מבאר איז עס גרינג
פארוואס זאל איינעם איינפאלן צו מאכן ברך משה אזוי ווי ישמח משה, ס'איז נישטא דער מענטש וואס זאל קענען מאכן אזוינע שווערע טיפע תורות ווי אין ישמח משה
עכ"פ עס צו שרייבן אין אזא שווערע לשון

נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

תגובהדורך נערוועזער » דינסטאג נובעמבער 24, 2015 12:59 pm

פארוואס איז נישטא צו באקומען קיין עצי חיים על התורה אדער מועדים ?

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג נובעמבער 24, 2015 10:02 pm

איז דא ערגעץ וואו איך קען דאונלאודען א טעיפ פון א חנוכה תורה פון רבי'ן ז"ל,
אויף קול סאטמאר ווייס איך נישט וועלכע יארן זיי האבן, אויף וועלכע קנעפעל
ווער קען ארויס העלפן,

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 11:43 am

פרוזדור האט געשריבן:אויב מעג איך פרעגן א שאלה. אויב האט דער ברך משה טאקע געוואלט מזכה זיין די וועלט מיט שיינע קורצע תורה'לעך דעמאלטס פארוואס האט ער אלעמאל געזאגט שיינע לאנגע תורות, שעות אריכות כידוע, פונקט ווי אלע צדיקים מבית סיגוט סאטמאר. ואת"ל אז ער האט יא געוואלט זאגן לאנגע תורות פונקט ווי זיינע זיידעס פלעגן זאגן אבער זיינע ספרים האט ער געוואלט זאלן ווערן געשריבן אזוי ווי די תורה קוואל, ווי איידער אזוי ווי די דברי יואל, ייטב לב, ישמח משה אדער אפילו די עצי חיים קדושת יו"ט. דאס לייגט זיך עפעס נישט אויפן שכל.


דאס לייגט זיך זייער אויף דער שכל פאר דער וואס האט געקענט דעם ברך משה. ביי איהם איז די תורה זאגן און די תורה שרייבען געוועהן צוויי אנדערע זאכען, נאך מער צוויי אנדערע וועלטן בכלל. ווען ער האט געזאגט די תורה האט ער בכלל נישט זיך אינזין געהאט, ער איז נישט געקומען ליל שב"ק 'אה, היינט האב איך א גוטע תורה', זיין תורה זאגען איז געוועהן צו לערנען זיין עדה אידן זיינע חסידים דעם דרך ה', ולכן האט ער נאך געזאגט גאנצע שטיקער דברי יואל אדער חתם סופר וכדומה וואס ער האט געפילט אין זייערע ווערטער א פאסיגע זאך נאך צוזאגען לפי השעה. נאר זייענדיק דער געוואלדיגע בקי און בעל מחדש אוטומאטיש האט ער שוין געזאגט אייגענע טייטשען, וכנוסח בית אבותיו, ועל כן האט לפעמים געקענט נעמען א 'תורה' א האלבע שעה צו א שעה, וואס רוב צייט איז בכלל נישט געוועהן געאייניגט פאר זיינע אייגענע טייטשען, פארקערט רוב צייט איז געוועהן כמעט נאך געזאגט, צוליב דער תכלית איז געוועהן דער חלק המוסר והתעוררות פון די ספרים פון וואס ער האט נאך געזאגט.

עס איז געקומען למעשה צום דריקן, זייענדיק דער גרויסע ענוותן ושפל ברך, האט ער בכלל נישט געטראכט פון דרוקן א ספר מיטן ציל אז יענער זאל נתפעל ווערן. נאר די טייטשען וואס ער האט געזאגט איז איהם שטארק געפאלען נאך דעם וואס שרייבערס האבען געוויזען זייערע כתבים, האט ער איינגעשטימט צו לאזען דרוקן. צום ערשט יעדע זאך וואס האט נישט צו טוהן מיטן עצם טייטש איז געווארען גלייך ארויס געשניטן. אויב האט ער פרשת תולדות געטייטשט אויך עפעס אויף פרשת מצורע איז דאס געווארען צוויי באזונדערע תורות. ממילא רוב תורות גייט אויף עפעס אזא מהלך קשיא, הקדמה, תירוץ. יא צומאל ענפערט ער מער ווי איין זאך, איז דאס געווארען אביסל א לענגערע תורה.

די עורכים פון ספרי ברך משה האבן לפעמים (צו מער פון לפעמים) געדארפט אינגאנצען ארום טוישן די תורה פון דער סדר ווי אזוי עס איז געזאגט געווארען כדי עס זאל קענען געהעריג געדרוקט ווערן, ווי למשל אמאל וואס מ'האט געדארפט זאגען פריער האט ער געזאגט שפעטער ולהיפוך, ביים אויסארבעטן האבען זיי דאס מסדר געוועהן. למשל נעם די תורה געדרוקט אין ברך משה פ' בשלח (עמוד ק) ווי ער פארענפערט דעם מדרש 'בזכות יעקב אני קורע להם את הים', דער תורה איז א קורצע אבער הערליכע געדאנק. בא וראה, דער 'תורה' איז געזאגט געווארען אלץ א פתיחה פאר זיין דרשה ביי דעם באקאנטען פראטעסט אין מעדיסען סקווער גארדען שנת תשל"ח (כמדומה), קיין איינער פון די צוהערערס דאן וואלטן נישט געקענט אויף כאפען דעם 'תורה', אפילו די לערנערס שפעטער אין ספר חידושי תורה מהר"ם ט"ב וואלט עס אויך נישט געקענט געהעריג אויף כאפען, אין דא קומט טאקע אריין די טאלאנטפולע עורכים פון דער ספרי ברך משה אין דאס שיין אויס געשטעלט.

דער 'ברך משה' איז בכלל נישט געוועהן אין אויסען צו פארקויפען אין זיינע ספרים לאנגע זאכען, זאל דער אנקוקער מיינען אז זיין תורה זאגען נעמנט נישט מער ווי פינעף מינוט, איהם איז דאס קנאפע ווייניג אנגעגאנגען, וואס ער האט יא געוואלט איז אז די עצם תורות זאל זיין גרינג צום פארשטיין, אין דער לערנער זאל עס קענען אפלערנען און אוועק גיין מיט א הערליכע ווארט אויף די סדרה. ער האט נישט ליב געהאט - און ער איז געוועהן און איז גערעכט - אז ספרי אבותיו זענען שווער געשריבען און ספרי דודו זענען צו באריכות, ער האט געוואלט קורצע געשמאקע זאכען.

ועוד יש להוסיף, ואי"ה.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 11:47 am

יש להוסיף, פיין צולייגט.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » זונטאג דעצמבער 06, 2015 10:03 am

אין אוצר החכמה דא - בקובץ פעלים לתורה
עפעס נייע תורות, א חלק אינגאנצן ניי, און א חלק מיט שינויים
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 94#p251759

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דאנארשטאג מארטש 31, 2016 7:30 pm

געזעהן א דרוש ווארט אין ברך משה פרשת חקת כמעט גענוי דער זעלבע תורה געדריקט אין טיב לבב פרשת חוקת.
אקעי ס'נישט דאס ערשטע, פשוט דערמאנט לידיעה בעלמא.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג ינואר 09, 2017 12:29 pm

"...הלא ידוע שמרן כ"ק דודי רבינו הק' זי"ע היה דרכו לומר בזמן קדוש כזה בשם מרן ק"ז הישמח משה זי"ע..." - חידו"ת מהר"ם ט"ב (כרך ב', דברים)

אין ילקוט שפע טוב האבן זיי דאס מעתיק געוועהן אזוי:
"מרגלא בפה קדשו של קדושת זקיני הישמח משה לומר בעת קדוש זה (דרשת כל נדרי)..."

אין ברך משה:
"הלא ידעתם אם לא שמעתם דברי א"ז זללה"ה בישמח משה (פ' מקץ)..."

דער זיוף/טעות פונעם ילקוט שפע טוב זאגט אונז אז דער ישמח משה האט דאס נאכגעזאגט יעדעס יאר, ווען אינעם מקור זעהט מען אז רביה"ק זי"ע האט דאס נאכגעזאגט יעדעס יאר בשם הישמח משה.
צוגעלייגטע
חידות מהרם טב.jpg
ילקוט שפע טוב.jpg
ברך משה ימים נוראים.jpg

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

הגדה ברך משה

תגובהדורך סעילעסמען » מאנטאג ינואר 09, 2017 2:09 pm

הגדה ברך משה ווערט יעצט געדריקט דורך וועד להוצאות ספרי ברך משה
אויף א הערליכן פארמעט

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » מאנטאג ינואר 09, 2017 2:26 pm

נערוועזער האט געשריבן:פארוואס איז נישטא צו באקומען קיין עצי חיים על התורה אדער מועדים ?


עס דארף זיין א פארלאנג פאר הרב הצדיק מהרש"א ט"ב שליט"א

סעילעסמען
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 5:29 pm

תגובהדורך סעילעסמען » מאנטאג ינואר 09, 2017 3:33 pm

רויט האט געשריבן:
נערוועזער האט געשריבן:פארוואס איז נישטא צו באקומען קיין עצי חיים על התורה אדער מועדים ?


עס דארף זיין א פארלאנג פאר הרב הצדיק מהרש"א ט"ב שליט"א

מען ארבעט אויף עס
לויט וויפיל איך ווייס וויל ער עס קלענער מאכן די סייז דערפון

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 11:02 am

סעילעסמען האט געשריבן:הגדה ברך משה ווערט יעצט געדריקט דורך וועד להוצאות ספרי ברך משה
אויף א הערליכן פארמעט

עס איז שוין דא א הגדה, זיי דריקן עס איבער, אדער מאכט מען אינגאנצן א נייע?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 11:03 am

טשאלענט האט געשריבן:
סעילעסמען האט געשריבן:הגדה ברך משה ווערט יעצט געדריקט דורך וועד להוצאות ספרי ברך משה
אויף א הערליכן פארמעט

עס איז שוין דא א הגדה, זיי דריקן עס איבער, אדער מאכט מען אינגאנצן א נייע?

עי' כאן
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג מארטש 25, 2018 4:37 pm

מיט דעם לעצטן כרך פון די סעריע ספרים 'ברך משה' אויף יום טוב פסח ושבועות האט זיך געענדיקט דער געוואלדיגע ארבעט אויף ברך משה על התורה (5 כרכים) און על המועדים ( 4 בענדער).

איז דא א פלאן אויף ווייטער, לדוגמא סוגיות, ימי שמחה (ברית, בר מצוה, שבע ברכות), מכתבי תורה/שו"ת וכדומה?

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 09, 2018 2:46 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:
תואר האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:האמיר זיך איינגעהאנדלט דעם נייעם ברך משה.
איך שטיי און איך שטוין!! 15 יאר תורות- ד' פרשיות, פורים, בנוסף מאמרים אויף חמשה עשר בשבט און חודש אדר, און דאס אלעס באטרעפט נישט מער פון 238 עמודים???

מסתמא איז מען בוחר דאס בעסטע, ווייל די קשיא קענסטו דאך פרעגן אויף על התורה אויך, ס'דארף זיין מער תורות וויפיל ס'איז געדרוקט.

אויך פאלט זיכער אוועק תורות וואס מ'האט נישט פארשטאנען אדער נישט קלאר געהערט וכו'


קדושת יום טוב איז געווען איין באנד פון אלע תורות. כאטש ער האט דדאך געזאגט תורה לאנגע יארן.


געהערט אמאל אז דער קדושת יום האט מחמת ענותנותו נישט געלאזט שרייבן זיינע תורות, נאר שפעטער בסוף ימיו איז ער נעתר געווארן לבקשת התלמידים אז זיי זאלן מעגן אפשרייבן די תורות, און למעשה איז די ספר קדושת יום טוב תורות פון נישט מער ווי איין יאר!
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מאנטאג אפריל 09, 2018 3:52 pm

תואר האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:האמיר זיך איינגעהאנדלט דעם נייעם ברך משה.
איך שטיי און איך שטוין!! 15 יאר תורות- ד' פרשיות, פורים, בנוסף מאמרים אויף חמשה עשר בשבט און חודש אדר, און דאס אלעס באטרעפט נישט מער פון 238 עמודים???

מסתמא איז מען בוחר דאס בעסטע, ווייל די קשיא קענסטו דאך פרעגן אויף על התורה אויך, ס'דארף זיין מער תורות וויפיל ס'איז געדרוקט.

אויך פאלט זיכער אוועק תורות וואס מ'האט נישט פארשטאנען אדער נישט קלאר געהערט וכו'

דער ברך משה האט דאס אליין אנגעזאגט, אז מען זאל אריינלייגען נאר די גאר שיינע און גרינגערע, עס זאל זיין געשמאק צו לערנען דערין פאר גרויס און קליין,
(נאך וואס ער האט געזען וואס מען האט געטוען צום ספה"ק דברי יואל וואס איז פיל מיט של"ס תורות וכו', וועסט כמעט נישט טרעפען א בחור לערנען דברי יואל ווייל עס איז צו פיל מען ווייסט נישט ווי אנצוהייבען וכדו', משא"כ ברך משה איז גרינג פאר בחורים און קינדער
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט