בלאט 4 פון 12
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 1:23 pm
דורך יוסף שרייבער
א פאמפלעט געדריקט אין בריסק דליטא (נקרא גם .Brzesc n.b. דהיינו בריסק ביי נהר הבוג) בשנת תרח"ץ ע"י ארגון 'יהדות' שע"י פועלי אגודת ישראל. ס"ה נדפסו שם 44 יודישע זאכען.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:20 pm
דורך זאמלער
א ביכל וועגן די ידישן ישוב אינעם קאמיניסטישען קובא געדריקט אין האוואנא
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 2:27 pm
דורך יוסף שרייבער
עמער גיין צו פרידליכע שוועדען,א בוך וועגען די שוידערליכע פראגראמען אין פולין בשנת תרע"ח, געדרוקט בשטוקהולם שבשוועדען בשנת תרע"ט.
עס דערציילט פון די פראגראמען פארגעקימען אין 108 שטעט און שטעטלעך ברחבי פולין וגאליציה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 2:30 pm
דורך יוראפ
הרב שרייבער קיפ אן!
זייער אינהאלטספול!
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 2:47 pm
דורך יוסף שרייבער
בלייבענדיג אין שטוקהולם,א סידור געדרוקט בשנת תש"ב, די תפילות פון פרייטיג צונאכטס פאר די יונגווארג בלשה"ק ובתרגום לשודית.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 2:49 pm
דורך יוסף שרייבער
הרב יוראפ איך האב הנאה אז איר האט הנאה.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 2:50 pm
דורך יוראפ
יוסף שרייבער האט געשריבן:הרב יוראפ איך האב הנאה אז איר האט הנאה.
אבי מען קען אייך מהנה זיין
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 3:02 pm
דורך יוסף שרייבער
אריבער קיין דייטשלאנד,אזוי ווי א קיצור סדר הדורות געדריקט בקויל שבגרמניה. לויט רעב גוגל שטייט אויפען שער-בלאט timelines for the teaching of Jewish history and literature.
ס"ה האט מען געדרוקט דארט 15 יידישע זאכען.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 10, 2012 4:04 am
דורך msp
גאר אינטערעסאנט....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 8:19 pm
דורך יוסף שרייבער
א הספד אויף השר ר' משה מונטיפיורי געהאלטען אין פילהעלן אין תרמ"ה דורך ראבינער סאלאמאן ריכטער, געדריקט דארט אין פילהעלן ס"ה האט מען געדריקט דארט 3 יודישע זאכען.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 23, 2012 12:26 pm
דורך יוסף שרייבער
ספר צפירת תפארה, געדרוקט אין פוזן בשנת תרכ"ב, ס"ה נדפסו שם 16 יודישע זאכען, עס קוקט אויס די חיבור איז געווען א גאנגבארע ארטיקעל און האט גורם קעגנזייטיגע באשילדיגען וכדלהלן.
דער ערשטער מאל איז די ספר געדרוקט געווארען אין ברעסלויא בשם 'הלכות תפלין'.... עם העתקה בלשון אשכנזי וקראתיה בשם צפירת תפארה, מאתי הצעיר חיים מיכאל קאפפענהאגען בהגאון מו"ה ליזר זצ"ל אב"ד דק"ק קויל... מתושבי ראגאזען סמוך לק"ק פוזנא ...אני יעקב זאב מליסא מתושבי ק"ק ראגאזען המביא המחברת לבית הדפוס... בשנת תקצ"ב-ג מיט די הסכמות פון ר’ זלמן ב"ר אברהם טיקטין מברעסלויא, ר’ משה ב"ר זכרי’ מענדל מזלאטווי מראגזני, ר’ אהרן יושע אלי’ ב"ר דוב בער הערצפעלד מראוויטש, די צווייטע הסכמה איז געגעבען געווארען פאר ר' חיים מיכאל בן אליעזר קופנהאגן און די צוויי אנדערע הסכמות פאר ר' יעקב זאב וולף בן צבי הירש מליסא, פון די הקדמה זעהט אויס אז ר' יעקב זאב האט מחבר געווען דעם ספר און ר' חיים מיכאל איז נאר געווען דער מתרגם צו לשון אשכנז. נדפס בלה"ק ובאשכנזית אבער אינטרעסאנט אז די דייטש איז געדרוקט מיט יודישע אותיות.
נאכדעם האט מען דאס געדרוקט בשם 'בית יעקב' אין בערלין בשנת תר"ו ע"י ר' יעקב זאב וולף ,בהסכמת ר’ עקיבא איגר מפוזנא,, ר’ משה ב"ר זכריה מנדל מראגזני, ר’ יעקב יוסף ב"ר מרדכי עטינגער מבערלין, ר’ אלחנן ב"ר זנוויל ראזענשטיין מברלין. אין די מהדורה ווערט בכלל נישט דערמאנט ר' חיים מיכאל קופנהאגן און אויך נישט די הסכמות פון דפו"ר, ר' יעקב זאב האט צוגעלייגט הלכות ציצית בנוסף צו די הלכות תפילין.
בשנת תרי"ד האט ר' יעקב זאב דאס איבערגעדריקט אין ברעסלויא בשם 'ישועת יעקב' בהסכמת ר’ יעקב יוסף ב"ר מרדכי אטינגער מבערלין. דער מהדורה איז בערך די זעלבע ווי דער בית יעקב.
יעצט קימען מיר אן צו אינזער חיבור צפירת תפארת, זעה די הקדמה ווי ר' חיים מיכאל באשילדיגט ר' זאב וולף אז ער האט עם אויסגענארט און געבט זיך אן אלס דער מחבר במקום שאין מכירים אותו. ער האט צוגעלייגט הלכות ציצית וואס זענען אנדערש ווי די הלכות בספר בית יעקב.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 31, 2012 1:44 pm
דורך יוסף שרייבער
ספר תשובת חן נדפס באוסטראוו מאזוביצק בשנת תרצ"ג, ס"ה נדפס שם 5 דברים יהודיים.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 3:51 am
דורך msp
איז דער כלי חמדה נישט געווען דארט רב?
דאכטזיך אז הרב הגאון מו"ר שרגא פלאנטשאק שליט"א פון אנטווערפען וכעת באר"י שטאמט פון דארט
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 9:50 am
דורך מיללער
דער כלי חמדה איז געווען קודם רב אין דוואהרט דערנאך אין אוסטראוו (נישט זיכער צו דאס איז דער זעלבער) צום סוף האט ער זיך באזעצט אין ווארשא ווי ער איז געשטאנען אין שפיץ פון די דארטיגע 'מתיבתא' פאר וועלכע ער איז צוויי מאל געקומען קיין אמעריקא נאך געלט, תרפ"ב און תרפ"ו, ביי איינע פון די צוויי אין באגלייטונג פון הג"ר ר' יחזקאל ליבשיץ מסובאלק בעל המדרש והמעשה.
דער כלי חמדה איז נפטר געווארן אין בלויזן עלטער פון 61 בשנת תרפ"ח נאך ליידען פון די ביטערע מחלה ל"ע, און איז נספד געווארן דורך ר' מאיר שפירא לפני מטתו אין ווארשא ושם מנ"כ נעבן זיין פאטער ר' חיים יצחק פלאצקי.
אגב, איך האב נישט געקענט טרעפן א בילד פונעם כלי חמדה'ס מציבה אויפן ווארשא ביה"ח וועב סייט, ווייסט איינער צו ס'פארהאן ערגעץ א בילד פון די מציבה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 11:29 am
דורך טייבעלע
איך ווייס נישט אויב עס קומט אהער אין די אשכול, אבער פאר אינטערסאנטקייט האב איך עס דא ארויף געשטעלט,
עס איז אינטערסאנט צו וויסען ווער איז דאס דער "בנימין פראנקלין" ציר שליח מארה"ב לאמריקה.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 3:48 am
דורך msp
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 3:58 am
דורך טייבעלע
msp האט געשריבן:http://en.wikipedia.org/wiki/Benjamin_Franklin
דאס האב איך געמיינט טאקע צופרעגען קען עס דען זיין אז עם מיינט מען,
ער איז דאך געשטארבען אין די אידישע דאטום בערך תקן, דאס הייסט בערך
אכציג יאר פאר דאס ספר איז געדרוקט געווארען, און אויב מיינט מען יא איהם וואס איז די שייכות דא?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 4:09 am
דורך הרבטייטעלבוים
ר' יוסף אויב א יישר כח כהאב הנאה פון די ארבעט מאכט עפעס אויס ביי איייך,
דא איז מיין יישר כח כהאב הנאה זייט ממשיך מהנה זיין אידישע קינדער מיט אייערע זעלטענע ידיעות.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 02, 2012 8:07 am
דורך יוסף שרייבער
נעוואדע מאכט עס אויס, קיינער האט נישט ליב צו שרייבען סתם אין די וועלט אריין. עמער אי"ה ממשיך זיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2012 3:39 am
דורך msp
יא ביטע
איר זענט אונז גאר מהנה מיט אייערע ענינים
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2012 12:00 pm
דורך יוסף שרייבער
ספר כנסת ישראל געדרוקט אין בעטלאן-בעקלאן בשנת תרס"ח, ס"ה האט מען געדרוקט דארט 9 ספרים 3 דערפון בשנת תרס"ח. [פאר הרב אברהם שלמה: עס האט א הסכמה פון ר' יודא ל"ש אב"ד בעטלאן].
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2012 12:20 pm
דורך יוסף שרייבער
טייבעלע האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס קומט אהער אין די אשכול, אבער פאר אינטערסאנטקייט האב איך עס דא ארויף געשטעלט,
עס איז אינטערסאנט צו וויסען ווער איז דאס דער "בנימין פראנקלין" ציר שליח מארה"ב לאמריקה.
די רעדע איז פון בנימין פרנקלין פיישוטו, Benjamin Franklin Peixotto זעהט דא.
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7% ... 7%98%D7%95און דא.
http://www.jewishencyclopedia.com/artic ... 3-peixottohttp://www.jewishvirtuallibrary.org/jso ... 15524.htmlבשנת תר"ל איז ער געווארען דער אמעריקאנער קאנסול אין ראמעניע. זע דא
http://data.jewishgen.org/wconnect/wc.d ... _pb~r!!662http://www.jewishvirtuallibrary.org/jso ... mania.html
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2012 12:55 pm
דורך טייבעלע
א גרויסען ישר כח ר' יוסף, און ביטע זיי ממשיך די געסט אונז אינהאלטסט רייכע אינפארמאציע יש"כ
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 05, 2012 1:07 pm
דורך farshlufen
וואו קומט דאס? האט מיט דרוקן ומו"ל אבער נישט דירעקט לענין.
ספר כד הקמח לרבינו בחייי עם הגהות והערות בשם צפחת השמן, חיברו ר' חיים ב"ר דוד ברייט מדוקלא נפטר ער"ה תרמ"ד באמסטערדאם בהיותו בדרך ארומקלעטערנדיג און לייברעריס ברחבי העולם, חתן ר' מנחם מענדל ב"ר משה דוב אב"ד בארטשוב ודובעצק ומו"ת בדוקלא ולבסוף ימיו בעיר צפת, חלק השני איז שטארק קענטיג שהו"ל אחר פטירתו וייל דאס איז ווייט פון פארענדיגט, הו"ל ע"י חתנו ר' צבי הירש שטרומפף שכנראה האט ער ניטאמאל געוואוסט ווען און וואו דער שווער איז אים נפטר געווארן.
http://www.hebrewbooks.org/41684http://www.hebrewbooks.org/41685תמונת מציבתו, המקור:
http://translate.google.com/translate?h ... breit.html
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 19, 2012 11:14 am
דורך יוראפ
ברין
וואו איז דאס?