בלאט 3 פון 12
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 6:59 am
דורך msp
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 8:17 am
דורך יוסף שרייבער
ישר כח רב מספ פארען צולייגען צווייגעלעך צו אונזער יונגער אשכול,דער ספר דגל יוסף איז נאר 'יצא לאור' בדובלין אבער איז למעשה געדרוקט און לונדון, ביי די ספר בית ישראל זעהט מען עס קלאר,עס איז געדרוקט אין לונדון און יצא לאור אין ליבערפול.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 9:29 am
דורך יוסף שרייבער
עמער בלייבען אין יוראפ אין זיך אריבערכאפען קיין ליטא,א יידיש ביכעל געדרוקט אין שאוול שבליטא תרפ"ה,ס"ה האט מען געדרוקט דארט 5 יידישע זאכען.
מדפוסים "שפיץ" באופיבאך
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 11:05 am
דורך SPUSMN
רבותי, דערוויל איז נישט דא ווי דאס צו פרעגען מוז איך עס דא פרעגען. א שיינע פאר יאר צוריק האב איך ערגעץ געזעהן שטיין דער אדרעס ווי די מדפיסים און אופיבאך, די "הלוי שפיץ" משפחה, שרייבען וועגען זייער פאמיליע און אפשטאם. זינט דענמאלט האב איך נישט נאר פארלוירען דער פתרון החלום, נאר אויך פארגעסען דער חלום אליין. יעצט אז דא רעדט מען פון שטעט מיט מדפוסים, וועל איך דאנקבאר זיין ווער עס קען מיר דאס אנטפלעקען.
דא האט איר א לינק צום ספר "מחנה לוי" געדרוקט און אופיבאך און שנת תקס"א דורך די מדפוסים "שפיץ", טאטע און זוהן:
http://www.hebrewbooks.org/7067אויף דער שער שטייט:
הק' כ"ה צבי הירש פ"ב [פרעשבורג] סג"ל ובנו כ"ה אברהם סג"ל
ווער עס ווייסט עפעס זאל ביטע זאגען.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 8:03 am
דורך זאמלער
הגם כ'ווייס נישט ווי אנצוהייבען, ווייל אויב ארויף צוברענגען אלע דריקען איז נישט אינטרעסאנט איך קען שטיין און קאפירען מיין גאנצע ספרים שאפע, [דער וואס האט אביסעל אלטע ספרים איז נישט קיין זעלטהייט צו האבען אופיבאך און זאלצבאך רעדלהים אמסטערדאם פיורדא קושטא שאלוניקי] און פון די אנדערע זייט אפי' באקאנטע דריקען איז אמאל דא א חידוש אינעם דרוק, צום ביישפיל דער זהר חדש וואס איז געדרוקט און סלאוויטע ס'טאקע פון סלאוויטע אבער ס'דער איינציגסטער וואס ר' יחזקאל האט געדריקט [אנדערש ווי די אנדערע וואס ר' משה האט געדרוקט]
לאמיר אנהייבען מיט דפוסי המזרח וואס זיינען גאנץ זעלטן
פרקי אבות בגדאד
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 8:08 am
דורך זאמלער
תונס
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 8:11 am
דורך זאמלער
גרבה
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 8:12 am
דורך זאמלער
מצרים
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 8:16 am
דורך זאמלער
צאר לביצא
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 8:18 am
דורך זאמלער
כלכתא
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 9:33 am
דורך יוסף שרייבער
הרב זאמלער צאר לביצא איז קאזאבלאנקא מערקט ווי אינטען שטייט casa,דער ספר נדפס בשנת תרצ"ד.
איר זענט גערעכט איך מייך בעיקר די מער זעלטענע דפוסים אבער שאדט נישט אז איינער שטעלט איינמאל אויך פון די מער באקאנטע.א ישר כח פאר אייער טרחה.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 11:50 am
דורך יוסף שרייבער
לאמיר שפאצירען קיין רומניה,א חוברת געדרוקט אין בארלאד בשנת 1910,ס"ה האט מען געדרוקט דארט 17 יידישע זאכען.
איך דארף אביסעל פידבעק פינעם עולם דא,אינטרעסירט דאס איינעם אחוץ די 3-4 מגיבים? האט א טעם ממשיך צו זיין? לייגען אנדערע זאכען? ביטע לאזט אייך הערען.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 12:18 pm
דורך farshlufen
יא ר' יוסף, מיר לעזן מיט הנאה, אבער לדאבונינו האבן מיר נישט וואס צו מוסיף זיין.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 1:14 pm
דורך מיללער
אז דו פרעגסט העמיר דיר זאגן, מיר אינטערעסירט זייער דער נושא, אבער עס ברויך האבן ווי מ'זאגט א שטיקל 'נערעיטיוו' וואס ווערט דא אלס געברענגט, וואס איז דער ציל, וואס איז דער סדר, וכדו' דעמאלטס הבאט עס א מורא'דיגע ווערט
פארשטייט זיך א יישר כח פאר אלע מגיבים ומביאים, אפגעזעהן פון אביעקטיווע קריטיק.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 1:32 pm
דורך למעלה משבעים
יא ס'איז זייער זייער אינטרעסאנט, האלט אן.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 2:37 pm
דורך יוסף שרייבער
הרב מילער איך הער אייער קריטיק,דער ציל פונעם אשכול איז אזוי עס שטייט אינעם קעפל עם הספר צו ווייזען אז ווי אימער יידען האבען זיך באזעצט בארבע קצוות תבל האט מען זיך גענימען דרוקען אין גרויסען אדער אין קליינעם.
לגבי א 'נערעיטיוו' ביטע זייט מער פונקטלעך מסביר וואס איר מיינט,וואס וואלט מען געדארפט שרייבען? דער מדפיס? עובדי הדפוס? היסטוריה? שנות הדפוס?
וואספארא סדר,לויט מדינות? קאנטינענטען? נעמען?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 2:50 pm
דורך יוסף שרייבער
זאמלער האט געשריבן:הגם כ'ווייס נישט ווי אנצוהייבען, ווייל אויב ארויף צוברענגען אלע דריקען איז נישט אינטרעסאנט איך קען שטיין און קאפירען מיין גאנצע ספרים שאפע, [דער וואס האט אביסעל אלטע ספרים איז נישט קיין זעלטהייט צו האבען אופיבאך און זאלצבאך רעדלהים אמסטערדאם פיורדא קושטא שאלוניקי] און פון די אנדערע זייט אפי' באקאנטע דריקען איז אמאל דא א חידוש אינעם דרוק, צום ביישפיל דער זהר חדש וואס איז געדרוקט און סלאוויטע ס'טאקע פון סלאוויטע אבער ס'דער איינציגסטער וואס ר' יחזקאל האט געדריקט [אנדערש ווי די אנדערע וואס ר' משה האט געדרוקט]
הרב זאמלער,פאקט אויס אייער שאפע צוביסלעך עס זאל אייך ח"ו נישט ויי טוהן דעם רוקען.
אז איר יא א אוצר איז כדאי צו פראבירען ארויפצולייגען פון איעדע שטאט די עלטערע זאכען קודם ווייל געווענליך זענען זיי אסאך זעלטענער,למשל דער ספר פתרון חלומות געדרוקט אין מצרים בשנת שי"ז איז הונדערט מאל מער זעלטענער ווי א סידור געדרוקט דארט בשנת תש"ה,עס איז דא יוצאי מן הכלל אבער בדרך כלל זענען די עלטערע אינטרעסאנטער.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 3:15 pm
דורך למעלה משבעים
למשל דאס
http://www.hebrewbooks.org/43876 געדרוקט אין ARGENTINA ע"י "הוצאת ספרים סעדיה" איז אינטרעסאנט?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 21, 2011 8:05 pm
דורך farshlufen
אין ארגענטינא איז געוועזן אן אנלויפעניש פון יוצאי אייראפע, איר וועט געפונען פיל ספרים דארט געדרוקט.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 5:50 pm
דורך יוראפ
אינעם ערשטן דרוק פון ספה"ק באר מים חיים האב איך געטראפן א שטיקל אינטערסאנטע זאך, אז אין אלע בענדער שטייט אין גרויס אז מען האט עס געדרוקט אין "מאהלוב" אבער למעשה שטייט אין אלע בענדער (חוץ אין שמות) אין קליינע ווערטער אז עס איז געדרוקט אין סדילקוב. ווייסט איינער פשט וואס דאס מיינט, פארוואס שטייט אין גרויס אז עס איז געדרוקט אין מאהלוב און אין קליין שטייט אז עס איז געדרוקט אין סדילקוב, און פארוואס עפעס סדר שמות איז שטייט נישט סדילקוב. איך האב געהערט אז עפעס מיינט עס אבער דער וואס עאט עס מיר פארציילט האט נישט געקענט פונקטליך ארויסהאבן די זאך. איך האף אז ר' יוסל וועט האבן וואס צו זאגן אויף דעם, אויב נישט ער כאטש א צווייטער וואס ווייסט, א דאנק
דא לייג איך א עטעטשמענט פון סדר בראשית-גענומען פון היברו בוקס
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 5:51 pm
דורך יוראפ
און דא איז פון סדר שמות
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 10:49 pm
דורך יוסף שרייבער
הרב יוראף דער נושא פון זיופי שערים שנות ומקומות הדפוס ברוסיא-פולין איז א ברייטע און עס איז שווער צו ענטפערען על רגל אחת (אפשר קענט איר בעטען פון הרב לכתחילה אריבער ער האט אסאך א בעסערע פענע פין מיר).
רוב מאל האט עס צו טוהן מיט די צארישע צענזור וואס האט געהערשט ביד רמה צו מיט דעם אז יודישע ספרים האבען געהאט ספעציעל הויכע טעקס,צומאל איז די סיבה געווען מער היימיש דהיינו דער מדפיס האט נישט געוואלט ווארטען די באשטימטע 10-15 יאר וואס דער פריערדיגע מדפיס האט באקימען פון די מסכימים אלס א פראטעקשאן אקעגען השגת גבול,נו גיי זיך א משיג גבול ווען אויף די שער בלאט שטייט נישט זיין נאמען און עס ווערט אנגעגעבען א פאלשע יאר און א פאלשע שטאט.
דא ביי דעם פאל איז די סיבה מער א פשוטע,דער מדפיס ר' צבי זאב בן ר' דוד רובינשטיין האט אריבערגעברענגט זיין בית דפוס פון סלאפקאוויץ קיין מאהלוב און געדרוקט דארט פארשידענע ספרים,דער באר מים חיים וואס איז טאקע געווען אב"ד מאהלוב שרייבט אויף עם בספרו סידורו של שבת שנדפס שם ' שהוא אחד המיוחד מעושי מלאכת ה' מן המדפיסים' .
בשנת תקע"ג האט ער געמוזט מפסיק זיין די ארבייט וועגען מלחמת נאפוליון וואס האט דאן געבושעוועט, בשנת תקע"ו האט ער צוריק אנגעהויבען צו דריקען ביז תקע"ט ווען ער האט פארקויפט אלע זיינע כלים צום מדפיס פנחס אליעזר ביליטש פון סדילקוב,למעשה האט מען צום ערשט געדרוקט חלק שמות אין מאהלוב אזוי ווי די מדפיסים שרייבען ביים סוף "והתחלת ההדפסה היה מן הכרך הלז'' ,זעה אויך הסכמת הרה"ק ר' מרדכי קרעמניצער ''והנה נמצא ... מיקירי ק"ק מאהלוב... ר’ יעקב נ"י מחותנו של ... המחבר זללה"ה '' און די הודעה שנדפס מעבר לשער חלק א
"הרב... ר’ מרדכי זצ"ל מכר את זכות ההדפסה לר’ יעקב ממאהלוב, וכעת מכר... כל... הזכיות לר’ חיים ישכר מסדילקוב. דהיינו אז די כת"י איז קודם געווען אין מאהלוב און שפעטער אין סדילקוב.
מערקט אז אויף די שער חלק בראשית שטייט 'געדרוקט אין סדילקוב...במצות ובהגהת צבי זאב...דוד רובינשטיין שהיה מדפיס במאהלוב' והכול מובן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 10:50 pm
דורך יוסף שרייבער
ביימערקט אויך אז ביידע ספרים האבען א סטעמפל אויף רוסיש אז זיי זענען מותר לבוא בקהל (אדער איז דאס א טעקס סטעמף).
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 11:04 pm
דורך יוראפ
א הערצליכן דאנק הרב שרייבער, איך האב געוואוסט אז איך האב מיך גוט אנגעשטעפעט אין אייך. ס'שטימט לכאורה זייער גוט וואס איר זאגט. א גרויסן דאנק נאכאמאל.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 11:15 pm
דורך יוסף שרייבער
עניטיים