בלאט 2 פון 12

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:12 pm
דורך סביב העולם
לעמבערג

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:13 pm
דורך יוסף שרייבער
דער פקודת המלך האט א אינטרעסאנטע מעשה פאר זיך,דער מחבר הרה"ק ר' ישראל נחמן דרוביטשער איז געווען אויפען וועג קיין א"י ,אפשטעלענדיג זיך אין ליווארנא שבאיטליע האט ער עס דארט געדרוקט כמבואר על השער בלאט,יא ר' אליעזר יוסף סעדון א באוויסטע ליווארנא דריקער.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:24 pm
דורך יוראפ
א גרויסן דאנק ר' סביב פארן ברענגען די אלא סארט שטעט
און א גרויסן דאנק ר' יוסף פארן צולייגן די אינטערסאנטע אינפארמאציע

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:38 pm
דורך יוסף שרייבער
לכבוד ר' יוראפ פארען זיך שיין באדאנקען עמער צוריקפארען קיין אונגארען,
ס' חובת נשים מאת הרב יהודא סגל רוזנר הי"ד,אויף מאמע לשון נדפס בסעקלהיד ערגעץ אין די שנות התר"צ, ס"ה נדפסו שם 21 ספרים.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:42 pm
דורך יוראפ
ר' יוסף אז איר זענט געפארן קיין אונגארן, איז וואס איז מיט בודאפעסט?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:43 pm
דורך סביב העולם
לכבוד הרב שרייבער
אויב וואלט איך אייך געמעגט מטריח זיין אז ווען איר שרייבט א סך הכל פון וויפיל ספרים עס זענען געדריקט געווארן אין ______ דריקעריי זאלט איר צושרייבן וועלכע ספרים אויב ווייסט איר.
ועל כולם יתברך ויתרומם פארן אהערשטעלן דעם רייכן אשכול.
א באזונדערע יישר כח פאר "יוראפ" פארן מיך פארגינעריש קאמפלימענטירן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:45 pm
דורך יוראפ
מונקאטש
בית דפוס פון ר' פנחס בלייער
אזוי קלעטערנדיג אין מונקאטש האב איך געטראפען אז די אויבנדערמאנטע דרוקעריי (קוקט אויס אז מען רעדט אגאנצע צייט פון די זעלבע דרוקעריי) האט זיך געטוישט נעמען, דא שטייט ר' פנחס בלייער און ביי די אנדערע שטייט אביסל אנדערש ווי איר וועט באלד זעהן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:47 pm
דורך יוראפ
מונקאטש
בית דפוס השותפים בלייער עם קאהן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:49 pm
דורך יוראפ
מונקאטש
בית דפוס ר' צבי יעקב קאהן חתן ר' פנחס בלייער ז"ל ושותפו ר' מנחם קליין
זעהט אויס אז די פריערדערמאנטע שותף קאהן איז געווען גאר א איידעם פון ר' פנחס בלייער און נאכדעם האט איבערגענומען די ביזנעס און ער האט גענומען א שותף ר' מנחם קליין

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:51 pm
דורך יוראפ
מונקאטש
דאס קוקט שוין אויס צו זיין גאר א צווייטער דרוקעריי דארט
בית דפוס ר' אהרן דוב מייזעלס

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:51 pm
דורך יוסף שרייבער
רעב סביב ישר כח פארען געבען חיזוק,לגבי אייער בקשה לצערי איז דאס מן הנמנע,
ביי די שטעט פון עטליכע ספרים איז נאך מעגליך אבער לאמיר אנכאפען דעם לעצטען שטאט מונקאטש קען איך דען אפקלאפן 471 ספרים וואס זענען געדרוקט דארטען?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:53 pm
דורך יוראפ
נאך נישט פארטיג
מונקאטש
זעהט אויס א דריטער ביזנעס
בית דפוס ר' שמואל זאנוויל כהנא וחתנו ר' עוזר הכהן פריעד

יעצט לאז איך שוין פארן גרויסן ידען נפלא הרב יוסף צאמצושטעלן די פיקטשער, א גרויסן דאנק פון פאראויס

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 5:59 pm
דורך מיללער
יוסף שרייבער האט געשריבן:לכבוד ר' יוראפ פארען זיך שיין באדאנקען עמער צוריקפארען קיין אונגארען,
ס' חובת נשים מאת הרב יהודא סגל רוזנר הי"ד,אויף מאמע לשון נדפס בסעקלהיד ערגעץ אין די שנות התר"צ, ס"ה נדפסו שם 21 ספרים.



די אנדערע ספרים פון סעקלעהידער רב זענען אויך געדרוקט געווארן אין סעקלעהיד כולל דער 'אמרי יהודא' http://www.hebrewbooks.org/36208
דער דרוקער איז געווען ר' שבתי קאהן פון דארט וועלכער איז געווען א שוואגער מיט'ן סעקלעהידער רב און א זון פון זיין פארגייער דער פריערדיגער סעקלעהידער רב.

א זון פון ר' שבתי, הרה"ח ר' משה הכהן קאהן ז"ל פון וומ"ס איז גאר לעצטענס נפטר געווארן פארגאנגענעם חג הסוכות, יהא זכרו ברוך.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 6:01 pm
דורך יוסף שרייבער
אויף די היסטוריה און גולגולים של הדפוס העברי במונקאטש און א רשימה פון די ספרים זעה רשימת פנחס יעקב הכהן בקרית ספר כרך כה און כרך כו און הוספת בן-מנחם שם כרך כו,פאר הוספות ר' חיים ליברמן זעה אהל רח"ל כרך א.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 6:05 pm
דורך שוטה
וואס איז אינטערעסאנט מיט די אלע שטעט, מונקאטש לעמבערג ליווארנו וכו'?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 6:46 pm
דורך יוסף שרייבער
רעב יוראפ איך וועל פראבירען ממלא זיין אייער בקשה,לויט הביבליוגראף נפתלי בן מנחם (עם הוספות ר' חיים ליברמאן) איז די סדר אזוי.
1. דער ערשטער מדפיס במונקאטש ר' פנחס בלייער האט געדרוקט פון תרל"ב ביז תר"ן
2. אלמנת ר' פנחס האט געדרוקט בשנות תר"ן-נ"א
3. דערנאך האט עס געהייסען בלייער עט קאהן ביז תרנ"ח.
4.דפוס משה גרונשטיין האט געדרוקט בשנת תרנ"ו
5.נומער 3 איז שפעטער אריבער צו קאהן עט קליין בין השנים תרנ"ח-תרס"ב
6.דפוס הנ"ל איז אריבער צו קאהן עט פריעד בין השנים תרס"ב-תרע"ח
7. ר' אהרן דוב מייזעלס בין השנים תרס"ד בערך ביז תש"א צומאל האט ער געהאט א שיתוף ר' חיים גארטענבערג בשנים תרע"א-ע"ג
8. דפוס נקודה בשנים תרפ"ח-תרצ"ח
9.ר' אליעזר יחיאל קאליש בעל דפוס 'גראפיא' בין השנים תרפ"ח-תש"ב
10. ר' הערצקא גוטמאן בשנת תרצ"ו
11.ר' אלכסנדר טייכמאן שנת ת"ש

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 6:55 pm
דורך farshlufen
ר' יוסף, וואס איז געוועזן נפתלי בן מנחם'ס אריגענעלע נאמען?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 7:02 pm
דורך יוסף שרייבער

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 7:08 pm
דורך farshlufen
ישר כח, התכתב גם עם בלאך הידוע.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 19, 2011 7:20 pm
דורך יוסף שרייבער
התכתב עם כל מי שהיה לו יד ורגל בתחום,לדעתי האחרונים מאותו דור של חוקרים אשר זה נמצא אצלם בדם הם ר' אליעזר כאצמן מבארא פארק ור' משה ליב ווייזער מלונדון.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 6:37 am
דורך msp
ברכת שלום געדרוקט אין אנטווערפען דרוק פון יוסף פלעסנער
http://www.hebrewbooks.org/84

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 6:44 am
דורך msp
א גמרא מיט טייטש געדרוקט אין בריסל
http://www.hebrewbooks.org/46660

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 6:45 am
דורך msp
עלים לתרופה געדרוקט אין מנשסתר בדפוס של יוסף מזל
http://www.hebrewbooks.org/37645

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 6:47 am
דורך msp
בית ישראל געדרוקט אין לאנדאן דארך די דרוק פון צייטונג טעלעפאן
http://www.hebrewbooks.org/3265

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 20, 2011 6:49 am
דורך msp
דרשות מהרי"ח געדרוקט אין ליעדז בדפוס של יוסף פארטאן
http://www.hebrewbooks.org/9616