בלאט 6 פון 12
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 8:47 pm
דורך dovidal
ןןי קען מען וויסען וויפיל ספרים זענין געדרוקט געווארן אין לאשצוב
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 9:22 pm
דורך יוסף שרייבער
וואס הייסט ווי דא אויף אייוועלט, לויט ווינוגראד איז דא 33 ספרים און לויט מפעל הביבליוגרפיה איז דא 17 אבער ביי זיי פעלט ספרים געדרוקט און יידיש אדער ספרים וואס ספה"ל האט נישט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 10:08 am
דורך יוראפ
ווין
העברעישן בוכדרוקר
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 10:10 am
דורך יוראפ
קראטאשין
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 30, 2012 10:12 am
דורך יוראפ
שנגהי
מעיד אין טשיינע
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 10:08 am
דורך טייבעלע
טשיקאגאו
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 10:16 am
דורך זאמלער
שמע קולנו תפלת לכול ימות השנה שטוקהולם תש''ו 1940
מספרים שנדפסו עבור שארית הפליטה במחנות העקורים
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 10:37 am
דורך יוראפ
רי"ף ומרדכי דפוס בראגאדין שנת שי"ב
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 11:00 am
דורך יוסף שרייבער
בראגאדין איז א באקאנטער מדפיס אין ויניציאה דא שטייט קראקא, ובכן דאס איז דפוס יצחק בן אהרן מפרוסטיץ קראקא שנ"ח.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2012 8:26 pm
דורך טייבעלע
דפוס האג
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 5:47 am
דורך msp
אינטערעסאנט אז זיי האבען געוואלט נאשען פון דער גוטע נאמען פון אמשטרדם
האבען זיי געשריבען האג הסמוך לאמשטרדם מיט אמשטרדם אין אותיות קידוש לבנה
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 1:16 pm
דורך יוראפ
טשערנאוויץ
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:22 pm
דורך dovidal
היום ראיתי ספר שנדפס בטיראפולי ליביע רק ספרים יחידים נדפסו שם
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:49 am
דורך יוראפ
ניריורק/ברלין
(איז דאס עפעס אין ברלין, אדער ניו יארק? אויב יא, וואס האט העטעך מיט פעעטך?)
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:25 pm
דורך קראק-פאט
מעגליך ווייל פאבלישינג הייזער אידענטיפיצירן זיך געווענליך מיט אלע שטעט וואו זיי האבן לאקאלן.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 9:36 am
דורך יוסף שרייבער
דאס איז געדרוקט אין בערלין בהוצאת חברת חורב פון נ.י. און בערלין, לאמיר זאגען אזוי ווי ר' יהושע לייפער מחברת עוז והדר מניו יארק וא"י דרוקט א ספר אין א"י.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 3:31 pm
דורך יוסף שרייבער
ספר
תורת ירוחם געדרוקט אין לאמזא שבפולין בשנת תרצ"ז. ס"ה נדפסו שם 10 ספרים בין השנים תרע"ב-תרצ"ז .
אינטרעסאנט אז דער מחבר האט געדארפט שיקען זיין ספר פון נ.י. קיין לאמזא צו דרוקען, פאר חובבי היסטוריה איז כדי צו כאפען א בליק אין די פראנאמעראנטען מרחבי ארה"ב.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 09, 2012 8:38 pm
דורך יוסף שרייבער
חומש בראשית נדפס במוסקווע בשנת תרע"ח, מאיזה סיבה שהוא איז נאר דער חלק בראשית געדרוקט געווארען, מען האט אין מוסקווע געדרוקט איבער 2 הונדערט אידישע זאכען אבער ברובם הגדול זענען דאס פראפאגאנדע ביכער אדער ביכער פון די יודישיסטען, דער חומש איז פון די ערשטע און פון די איינציגסטע ספרי קודש שנדפסו שם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:55 am
דורך msp
וואו
גאר אינטערעסאנט
דאס איז דאך שוין נאך די רעוואלוציע...
קהיר
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 11, 2012 12:27 pm
דורך dovidal
נדיר ספר קטן נדפס בקהיר
פארעפענטליכט: שבת מאי 12, 2012 8:42 pm
דורך יוסף שרייבער
דודל דאס איז טאקע זעלטן, די ספריה הלאומית האט דאס נישט און עס איז אויך נישט רעקאדירט און די מפעל הביבליוגרפיה. דער מחבר האט געדרוקט אין קהיר א ביכל פאר קינדער בערך בשנת תש"ה, דיין קונטרס זעהט אויך צו זיין בערך יענע יארען צו אפשר אפאר יאר שפעטער.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 13, 2012 12:48 am
דורך dovidal
יוסף שרייבער האט געשריבן:דודל דאס איז טאקע זעלטן, די ספריה הלאומית האט דאס נישט און עס איז אויך נישט רעקאדירט און די מפעל הביבליוגרפיה. דער מחבר האט געדרוקט אין קהיר א ביכל פאר קינדער בערך בשנת תש"ה, דיין קונטרס זעהט אויך צו זיין בערך יענע יארען צו אפשר אפאר יאר שפעטער.
איך פראביר צו זוכען עפעס איבער דעם מחבר. ווער איז ער געווען רב מלמד שוחט בנו של מי ?
קופיל
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 21, 2012 11:25 am
דורך dovidal
ספר נדיר שנדפס בקופיל נדפסו שם רק ספרים יחידים עם הסכמתו הנדירה של הרה"ק ר וועלוויל טשארנ-אוסטראה
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 am
דורך יוסף שרייבער
קופיל איז טאקע א זעלטענער דרוק מען האט נאר געדרוקט דארט 2 ספרים, ווי זעלטן דער חידושי מהרשא איז דער מחזור געדרוקט דארט 10 מאל זעלטענער.
דער דפוס האט כנראה נישט מצליח געווען און די מדפיסים זענען אריבער צו נאך א זעלטענער שטאט בשם ברעזיץ און שפעטער און די פאר-שטאט פודברעזיץ ווי זיי האבען אפגעדרוקט עטליכע ספרים און פון דארט איז ער אריבער קיין זיטאמיר.
אגב, איז קופיל בגלילות טשארני-אוסטראה ווי מען זעהט פון הסכמת הרה"ק ר' וועלוויל "אב"ד דק"ק טשארנאסטרוב ומצ"פ פה קופיל".
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 21, 2012 11:19 pm
דורך dovidal
יוסף שרייבער האט געשריבן:קופיל איז טאקע א זעלטענער דרוק מען האט נאר געדרוקט דארט 2 ספרים, ווי זעלטן דער חידושי מהרשא איז דער מחזור געדרוקט דארט 10 מאל זעלטענער.
דער דפוס האט כנראה נישט מצליח געווען און די מדפיסים זענען אריבער צו נאך א זעלטענער שטאט בשם ברעזיץ און שפעטער און די פאר-שטאט פודברעזיץ ווי זיי האבען אפגעדרוקט עטליכע ספרים און פון דארט איז ער אריבער קיין זיטאמיר.
אגב, איז קופיל בגלילות טשארני-אוסטראה ווי מען זעהט פון הסכמת הרה"ק ר' וועלוויל "אב"ד דק"ק טשארנאסטרוב ומצ"פ פה קופיל".
אפשר ווייסט איינער ווי קופיל איז היינט צוטאג אוקריינא אדער רוסלאנד