בלאט 4 פון 19
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 9:10 pm
דורך יוסף שרייבער
איך בין גרייט צו נעמען דארף ער נאר זיין גרייט צו געבען..
אבער למעשה אז דער פון אויבען שענקט איינעם מיט א חוש און א פאר גיטע אויגען דארף מען עס ניטצען צו העלפען יודען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 10:44 am
דורך מיללער
מורא'דיג! הפלא ופלא ווי א כתב יד איז אויפגעראכטן געווארן דורך אן אשכול וואס איז נארוואס געגרינדעט געווארן.
וואס נאך שרייבט הרב קונסטליכער איבער דעם מחבר אין אישים? איז פארהאן א גואל צו די כתבים? אפשר קען מען דאס דרוקען טאקע דורך איי-וועלט און מאכען א דבר השלם פון דא, זאל זיך יאווען קודם א מעתיק וואס איז גרייט אפצודרוקען דעם כתב-יד, דערנאך אן אויסשטעלער, מגיה ומדפיס און מ'וועל מיר זיך צוטיילען מיט די רווחים (מיט וואס?)
ווער שפרינגט אריין?
הספר י"ל ע"י מכון גנזי העולם באדיבות החבירים;
הרב ר' א. אספן
הרב יוסף שרייבער
הרב מ. גם-יחד
הרב פישל פארשלאפן מברונסוויל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 11:52 am
דורך יוראפ
איך קען אפשר אויך שפרינגען - איך מיין צו זאגן צוצוהעלפן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 12:22 pm
דורך farshlufen
או ווא, ישר כחכם ר' יוסף.
האט דער מחבר הנ"ל איבערגלאזט קינדער?
מהקדמתו לספרו בית יעקב זעהט עפעס אויס אז נישט.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=2---
רב מיללער, כ'בין גרייט צו צו העלפן, וואס קאן דען אזא תולעת ולא איש ווי מיר דא אויפטאן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 2:21 pm
דורך gamyuchad
זאמלער
וויפיל בלאט איז דער ספר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 5:08 pm
דורך gamyuchad
מיללער האט געשריבן:מורא'דיג! הפלא ופלא ווי א כתב יד איז אויפגעראכטן געווארן דורך אן אשכול וואס איז נארוואס געגרינדעט געווארן.
וואס נאך שרייבט הרב קונסטליכער איבער דעם מחבר אין אישים?
שנולד בסוטשאן בשנת תקמ"ד לאביו ר' יוסף, ואמו היתה מצאצי הרבי ר' העשיל, הי' שאר בשרו של הנודע ביהודה, בשנת תקע"ג לערך נתקבל לאב"ד בנאדי-ביטשא שהיא במחוז טרענטשין [אויבערלאנד], נפטר כ אייר תרכ"ו. גם השאיר כתב יד בשם "נחלת יעקב".
בשו"ת חת"ס נמצא שבע תשובות ששלח אליו החתם סופר, וראיתי שקוראהו בכל פעם "ידידי" הרב הגאון וכו'.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 12:12 pm
דורך זאמלער
איך זע אז אין דעם אשכול קען מען נישט אזוי סתם ארויפלייגן עפעס און גיין אויף דאטשע. איך קום אריין דא נאך שבת, און איז ווער איבעראשט צו זען ווי די זאך האט זיך געגעבן א ריר ס'האט באקומען הויט און ביינער און אט אט הייבט זיך דאס אויף און לעבט.
עס איז שוין מפוענח געווארן, מטיילט שוין קאמישאן, און ס'שוין דא א גאנצע חברי המערכת פון הוצאה לאור, און מ'פארגלייכט זיך שוין מיט די רווחים... עס קוקט אויס אז טאמער שלאף איך נאך אביסל קען איך עס שוין נעקסטע וואך קויפן אין געשעפט כמעט....
אבער, פאוואליע.... לאט לאט...
קודם כל א גרויסן יישר כח אייך הרב שרייבער פארן מפענח זיין, ולכל החבריא פארן צוהעלפען. אי"ה ווען מ'וועט האלטן ביים פארדינען (ווער זאגט בכלל אז ס'איז צום פארקויפן...) העט מען דורך א שליש (כדי למנוע גילוי) אייך פארגיטיגען
און אצינד לענין. איך האב נישט הרב קונסטליכער'ס ספר ביי מיר, ממילא קען איך נישט נאך קוקן. איך וואלט קודם געוואלט אליינס זיך אויפווייזן כי הוא זה, ווי כ'פארשטיי בויט איר דאס פון א העתק כתב יד וואס ווערט דארט געברענגט, אפשר קענט איר דאס דא ארויפברענגן.
ווידער וואלט איך געוואלט וויסן, צו געבט דארט הרב קונסטליכער אן, וועלכע ספרים זענען אין כתב יד? ער שרייבט דארט אז ער האט אויף ששה סדרי משנה? און וואס איז מיט דעם "נחלת יעקב" וואס ער דערמאנט, איז דאס דער זעלבער ספר נאר ער האט זיך טועה געווען, אדער רעדט מען טאקע פון נאך א ספר?
הרב גם-יחד, דער ספר פארמאגט רס"ד עמודים.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 1:02 pm
דורך יוסף שרייבער
שוין,כ'האב געוויסט עס איז נאך א ווייטע וועג ביז א קומישאן....דשוסט דשאקינג.
דא האט איר א קאפי פון ערכו בספר 'אישים בתשובות חתם סופר' ,דער כת"י דארט איז א חלק פון א פנקס מנוים להוצאת חומש וואס ר' שמעון זילבערבערג מפרעשבורג איז ארומגעפארען זאמלען,רב קינסטליכער ברענגט 31 רבנים פון דעם כת"י,עס ליגט היינט אין די אוקספורד לייברערי.
אבער למען השם ווי קימט עס א גרויסער זאמלער ווי אייך זאל נישט האבען דעם אישים? עס איז ווערט די וואג אין גאלד,איך ניטץ עס כמעט טעגליך.
אז איר זאגט מיר אין וועלכע געגענט איר געפינט זיך וועל איך אפשר קענען זאגען אויב א מבין געפינט זיך אין די געגענט אויב ווילט איר הערען א דעה פון נאך א מבין.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 1:59 pm
דורך ווילוויסן
זאמלער
זה הוא אכן החידוש הכי גדול של אשכול זה, שלהרב זאמלער אין בנמצא הספר "אישים בתשובות חתם סופר"..
ואני אומר לך, חבל על הזמן, אם הרב שרייבער והרב גם יחד שניהם כיוונו לדבר אחד, אין להתעקש, זהו זה...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:01 pm
דורך זאמלער
א הערצליכען יישר כח אייך,
יעצט זע איך קלארע דיבורים.
א שוסטער גייט אויך אמאל מיט צוריסענע שיך
ליתר הפרטים איז בעסער אויף אישי
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:06 pm
דורך זאמלער
נאך איידער הרב מילער האט געגרינדעט דעם העכסט געלונגענעם און חשוב'ען אשכול, האב איך דאס פאלגנד ארויף געשטעלט אויף א צווייטן סייטhttp://www.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=7&t=5882&p=50347&hilit=%D7%A7%D7%90%D7%A8%D7%90#p50347
אצינד איז נישט מער ווי יושר צו באטייליגן די חשובע חברים מיט דעם אינטערעסאנטע אינפארמאציע
צום באמערקן: דער כתב יד איז שוין אצינד נישט אין מיין רשות.
יש תחת ידי ב' ספרים בכתב יד מר' שמואל קארא. האחד שמו "אור נוגה" והשני שמו "עטרות זקנים"
אשר להלן יובאו כמה צילומים
להלן ציטוטים מהכת"י שברשותי (שעברתי עליהם בשטחיות ועוד לא ביסודיות), כמה פרטים אודותיו כשמו ושם אביו וכמה פרטים ממשפחתו וכו'.
"אנוכי הצעיר לאלפי ישראל שמואל הק' בלאא"מ היקר אי"א דחיל חטאין דבר בגוברין נדיב לב ורך לבב ה"ה יצחק איציק בן לאא"ז היקר אי"א המנוח כ"ה שמואל זצ"ל"
בדף אחר: "אנוכי שמואל בר"א משובין קאַראָ"
בדף אחר: "והנה כתבתי אגרת מן חדושי תורה לאדמ"ר הרב הגאון אמיתי רשכבה"ג מה"ר עקיבא אייגר אב"ד דק"ק פאזנן"
דף אחד מהתכריך מלא ברישומי זכרונות שרשם למשמרת, כגון תאריכי לידה של ילדיו, תאריך התמנותו לאב"ד צעמפעלבורג, כאשר עיניכם תחזינה מישרים
בחיפוש קצר במאגרי הספרים למיניהם העליתי כדלהלן:
על ספר 'שריד בערכין' (ברלין תרכד) יש הסכמת "הרב מוהר"ר שמואל שובין קארא נ"י אב"ד דק"ק צעמפעלבורג" משנת מ'ק'י'מ'י' מ'ע'פ'ר' ד'ל' (תרכד, שנת הדפסת הספר)
בספר 'גנזי רבי עקיבא איגר' (חידושים ותשובות שנדפסו בפעם הראשונה מכת"י – תל אביב תשכו) סימן כ"א מתחיל בזה"ל: "להרב המופלג אב"ד לוברענץ מוהר"ר נתן נ"י. מה דהק' ידידי רומעכ"ת בשם הר"ש שובין"
בספר נחלת אבות (תולדות גאונים גדולים וכו' - לר' לוי אווצינסקי, וילנה תרנד) מביאו (אות ש אות מו) וז"ל: הרב הגאון ר' שמואל קארא, גאון מצוין, חסיד ועניו, תלמיד להגאון רבינו עקיבא איגר, היה רב אב"ד בכמה קהלות, ולסוף גאב"ד בק' צעמפעלבורג (וועסטפרייסין), ארבעים שנה כיהן פאר שם, נפטר א' דשבועות שנת תרל"ה, בן פ"א שנה, חבר ספר "דברי אמת" "דברי שמואל" "אור נגה" "אפד בד" בכתיבת יד.
לפנינו איפוא א' מהגאונים הגדולים, מתלמידי הגרעק"א, ה"ה ר' שמואל ב"ר יצחק אייזיק ב"ר שמואל משובין קארא, שכנראה גם הוא היה נקרא בב' השמות "שובין-קארא", שחיבר הספרים דלהלן:
1) דברי אמת
2) דברי שמואל
3) אור נגה – חידושים על גפ"ת (כמבואר בכת"י שברשותי)
4) אפד בד
5) עטרות זקנים – דרשות ודברי אגדתא (כנ"ל)
עד כמה שידוע לי כעת, נותרו כל חיבוריו בכת"י ולא נדפס עד הלום שום א' מהם.
ברשותי איפוא שנים מספריו, כאמור.
מעניין אם יש כיום צאצאים ממנו.
החברים מוזמנים להגיב, להרחיב, להאיר וכו'
קבצים מצורפים
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:13 pm
דורך ווילוויסן
ווייסט כאטש ווער דאס איז.
האט דאס עפעס מיט ר' צבי הירש קארא פון ראוויטש? געהאט א זון נפתלי תלמיד ר' עקיבא איגר אח"כ אב"ד שרים.??
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:30 pm
דורך יוסף שרייבער
א געוואלדיגען ישר כח הרב זאמלער,איך האלט יעצט אין די האנט זיין חיבור 'דבר שמואל' (נישט דברי),עס איז צוטיילט אויף עטליכע חלקים ,שירת הים,שערי בינה,עת רצון,אות לטובה,עת משפט,עת לבכות און עטליכע שו"ת.
איך האב עס אמאל דורכגעקיקט האב איך אויך געטראפען ווי ער דערמאנט רעק"א שפעטער האב איך עס נישט געקענט טרעפען.
עס איז באמת א גרויסע שאד איר האט געווארט ביז איצט מיט די הודעה, איך האב געהאט א געפיל אז ער איז געווען מתלמידי רעק"א אבער אויב איך וואלט געוויסט אויף זיכער וואלט איך עס געגעבען פאר דעם מוציא לאור פון די נייע דרוק מאורן של ישראל מען זאל עם צולייגען ביי תלמידי רעק"א.
ד"א פון דיין כתב זעה איך ער איז געווארען רב אין צעמפעלבורג בשנת תקפ"ט הייסט עס ער איז דארט געווען ארבעים ושש שנים.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:38 pm
דורך ווילוויסן
איז נישט ר' טובי' געווען רב דאן אין צעמפעלבורג? אויך א תלמיד רעק"א.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:48 pm
דורך ווילוויסן
ווילוויסן האט געשריבן:איז נישט ר' טובי' געווען רב דאן אין צעמפעלבורג? אויך א תלמיד רעק"א.
א ספר וואס איינער האט מקבל מתנה געווען פון הגאון האמתי ש"ב ר' טובי' שהי' מקדם אב"ד צ"ב ולע"ע חונה בק"ק קראטשין. בשנת תקפ"ט.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 2:55 pm
דורך יוסף שרייבער
רבי טוביה אשע,תלמיד ר' משה בן הסדרי טהרה,ר' זכריה מענדל מליסא,מהר"ם ברבי ,והנוב"י. אב"ד צעמפעלבורג במח"ס עט ברזל, בשנותיו האחרונות התפטר מרבנותו וגר בקראטשין,נפטר י"ב כסלו תקפ"ח.
איך מיין עס שטייט תקפ"א אדער תקפ"ג.
רעק"א כותב עליו 'ידידי' אבל מהיכי תיתי שהיה תלמידו?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 3:04 pm
דורך ווילוויסן
יוסף שרייבער האט געשריבן:רבי טוביה אשע,תלמיד ר' משה בן הסדרי טהרה,ר' זכריה מענדל מליסא,מהר"ם ברבי ,והנוב"י. אב"ד צעמפעלבורג במח"ס עט ברזל, בשנותיו האחרונות התפטר מרבנותו וגר בקראטשין,נפטר י"ב כסלו תקפ"ח.
רעק"א כותב עליו 'ידידי' אבל מהיכי תיתי שהיה תלמידו?
צדקת ממני.
כוונתי הי' לבנו ר' גרשון אב"ד פרענצלויא, שהי' תלמיד רעק"א. ומשום שעסקתי בר' גרשון לאחרונה, החלפתי האב עם הבן - והוא רחום יכפר.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 3:12 pm
דורך יוסף שרייבער
לאמיר הערען,אויף רבי גרשון איז אויך נישט בייקאנט אז ער איז געווען מתלמידי רעק"א וואס איז אייער מקור?
דאס איז זיכער אז רעק"א האט געהאט מער תלמידים ווי די קליינע מספר וואס מיר ווייסען היינט.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 3:32 pm
דורך ווילוויסן
איך בעט דיר זאג מיר נישט אז ער אויך נישט, שטייט דאך אזוי בפירוש אויף מיין פאפירל.
איך גלויב איך האב עס דאן געזען אין מאורן של ישראל, איך האב עס נישט ביי די האנט. האסטעס? עט ברזל זע איך נישט אויף היברו בוקס. איך מיין דארט איז דא א הסכמה פון רעק"א צו ר' גרשון. אדער שרייבט עפעס דארט.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 08, 2012 6:21 pm
דורך יוסף שרייבער
רב וויל, רבי גרשון ווערט נישט דערמאנט אין מאורן של ישראל נישט אין די אלטע און נישט אין די נייע,ער ווערט דערמאנט בדרך אגב בספר אגרות רעק"א אגרת יט.
אין ספר עט ברזל איז נישט דא קיין הסכמות. עס איז דא דארט א לאנגע הקדמה עם תולדותיו ע"י בנו רבי גרשון דארף מען דארט נאכקיקען ואינו כעת תח"י.
ר' טוביה איז כאמור אוועק בשנת תקפ"ח. אין תקפ"ט האט רבי גדליה געדרוקט א דף בודד אין בערלין וז"ל:
תעודה
לאחי בני עמי...אתם ידעתם את...אדוני אבי...מו"ה טוביה שלאכאוו זלל"הה רב דק"ק צעמפעלבורג...ומצוה עלי בנו יחידו ותלמידו לכבד...ולקיים רצון המת...ובעזה"י עלתה בידי עד עתה ללקט ולסדר מדברי קדשו ספר אחד על דינים שונים...וקראתי החבור בשם הכולל עט ברזל... ההגהות ממני שמתי בשם נקרת הצור. ובהקדמת הספר יהיה ההספד אשר ערכתי לכבודו... הביאו ברכת ד’ אל תוך בתיכם נאוה בכסף מקנתו להחיבור הראשון, אשר יחזיק בערך ששים באגען שהם יתר ממאתים עלים...והתחלת הדפוס תהיה אי"ה בקיץ הראשון הבע"ל... פ"ק פרענצלויא במחוז אוקערמארק אשר בפרייסן המדינה, טו"ב אדר ראשון תקפ"ט לפ"ק הק’ גרשון אשע רב פה ק"ק פרענצלויא. עכ"ל
מערקט ווי ער ריפט דעם טאטען מו"ה טוביה שלאכאוו ווייל ער איז געבוירען אין שלאכאוו.
בשנת תקצ"א האט ער געדריקט בבערלין א הספד אויף זיין טאטע בשם פתח צור (שפעטער איברגעדרוקט אין עט ברזל),בשנת תקצ"ג האט ער געדריקט אין בערלין דעם עט ברזל.
שוב ראיתי בפנקס הקהילות שרייבען זיי אז רבי טוביה איז געווען א תלמיד רעק"א,אפילו זיי זענען נישט אייביג א גוטע מקור אויף די זאכען אבער זיי האבען דאס געמוזט זעהן ערגעץ.
בית יעקב
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 12:02 am
דורך dovidal
יש ל י ידיד יודי מודרני נכד של רבי יעקב וויילער שמחפש כתבים מזקינו-------------נא להתקשר
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:05 pm
דורך יוראפ
איך האב דא א גאנצע ספר בכתב יד
לויט וויאזוי איך האב עס באקומען קוקט עס לכאורה נישט אויס צו זיין א גרויסע מציאה, קען זיין עס איז סתם איבערגעשריבן פון א ספר, קען זיין מען האט עס שוין געדרוקט.
בכל אופן שהוא קען איך באשטיין צו וויסן קלאר וואס דאס איז
און לאמיר הערן פון די פראפעשענעלס
א דאנק פון פאראויס
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:06 pm
דורך יוראפ
נאך א עמוד
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:08 pm
דורך יוראפ
נאך א עמוד
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:10 pm
דורך יוראפ
נאך איינס