בלאט 3 פון 19
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 26, 2011 6:10 am
דורך farshlufen
בן בוזי האט געשריבן:
אויך פון די סלוצקער גאונים דאהי איז געווען צבי הירש מוסליאנסקי
איר טרייבט בודאי קאטאוועס, אבער נישט יעדערער טוט דאס מערקן.
געוועזן א רעווערענד און פרעדיגער פאר די נעוויארקער מאסן פון גאר נידריגן קאליבער און גארנישט פארקויפט ממשות'דיג, זעט נאר זיין טאגבוך אין ה"ב:
http://www.hebrewbooks.org/4184
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 6:41 pm
דורך farshlufen
מער דעטאלן אויב מעגליך.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 02, 2012 8:18 pm
דורך יגעתי ומצאתי
גאנץ פשוט, איך האב געזוכט א כת"י וואס ווערט אנגעגעבן אלס כתב יד המבורג #כך וכך, נאך לאנגע זוכעניש האב איך געטראפן די טעקסט אבער נישט די מאנוסקריפט אליין.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 11:49 am
דורך יוראפ
איך האב דא עפעס א בריוו - איינער זאגט מיר אז עס איז פון א רב אין אלטונא, קען איינער אויסליינען די חתימה ווער דאס איז?
מיט דאנק פון פאראויס
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 11:57 am
דורך יוסף שרייבער
הרב אפרים העיקשר (הקשר) בשנת תס"ח דיין באלטונא נפ' כו ניסן תקכ"ח מחבר ספר לוית חן,אדני פז,דברי חכמים וחידותם,.זה נכתב בשנת תצ"ב.
צו וועם איז דאס געשריבען? עס איז א איטאליענע כתב און שווער צו וויסען אויב א דיין א גאון אין אלטונא האט דאס געקענט,אסאך מאל האט מען גענוצט א מעתיק ווען מען האט געשריבען צו יענע מקומות.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 12:03 pm
דורך יוראפ
הרב שרייבער:
וואו! איך האב מיך נישט גערישט אויף אזא שנעלע ריספאנד. א הערצליכן דאנק.
אבער פליז זיי מער מסביר וואס דאס מיינט:
יוסף שרייבער האט געשריבן:עס איז א איטאליענע כתב און שווער צו וויסען אויב א דיין א גאון אין אלטונא האט דאס געקענט,אסאך מאל האט מען גענוצט א מעתיק ווען ען הט געשריבען צו יענע מקומות.
שנית: קען איך אייך שיקן די בריוו אין אישי און וועסט מיר זאגן מער פרטים וועגן די בריוו?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 12:19 pm
דורך יוסף שרייבער
דער בריוו איז גאנץ ווארשיינליך בנוגע פולמוס מנטובה של שנת תצ"ב אין וואס כמעט אלע גדולי הרבנים האבען אנטייל גענימען בשעתו, ראה בספר שנות דור ודור חלק ג באריכות גדול,אין כרם שלמה קובץ ק"מ און קנ"ב דארף צו זיין רבי אפרים'ס ארגינעלע תשובה בכתב רגיל און דעיס איז טאקע א העתק.
איר קענט עס שיקען באישי אדער ארויפלייגען דא פארוואס נישט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 12:24 pm
דורך יוסף שרייבער
עס מיינט אז דער אלטונא דיין האט נישט געשריבן דעי מינע אותיות,ער האט געשריבען זיין תשובה מיט זיין נארמאלע כתב אין א מעתיק האט דאס איבערגעשריבען אויף כתב איטליאני כדי די מנטובה רבנים זאלען דאס קענען ליינען.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 12:31 pm
דורך יוראפ
איך האב עס פראבירט צו שיקן אין אישי און עס איז נישט געלונגען.
למעשה לייג איך עס דא.
די דף קנ"ב איז אין כרם שלמה אדער אין שנות דור ודור?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 12:42 pm
דורך יוסף שרייבער
איך זעה מיין השערה איז גערעכט זעה די צוייטע שורה עס איז געשריבען צו קציני ק"ק מנטובה ,אין שנות דור ודור (צו בייקימען אין די ספרים געשעפטן) איז דאס אין חלק ג עמ' שיז-תמ ער צייכנט דארט צו אז אין כרם שלמה קובץ ק"מ און קובץ קנ"ב איז געדרוקט ר' אפרים הקשיר'ס תשובה,איך האב עס נישט ביי די האנט אבער איך קען בעטען א חבר נאכצוקיקען.אין קובצי בית אהרן וישראל קובץ ס"ט,ע און ע"א דארף אויך צו זיין וועגען דעם פולמוס.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 12:48 pm
דורך מיללער
יוסף שרייבער האט געשריבן:הרב אפרים העיקשר (הקשר) בשנת תס"ח דיין באלטונא נפ' כו ניסן תקכ"ח מחבר ספר לוית חן,אדני פז,דברי חכמים וחידותם,.זה נכתב בשנת תצ"ב.
צו וועם איז דאס געשריבען? עס איז א איטאליענע כתב און שווער צו וויסען אויב א דיין א גאון אין אלטונא האט דאס געקענט,אסאך מאל האט מען גענוצט א מעתיק ווען מען האט געשריבען צו יענע מקומות.
יישר-כח הרב שרייבער, מאד אני מתפלא על הידיעות, כה לחי!
איבער ר' אפרים העקשיר דער אולטונאר דיין איז מיר געלעגן אין זכרון אז מ'האמיר שוין דערמאנט זכרו אינעם אשכול פון גדולי דייטלשאנד ומצבותיהם, איך האב עס למעשה נישט געפונען.
דערווייל וועל איך דא מציין זיין ראשי פרקים וברצות השם וועל מיר שטעלן די ידיעות אין יענעם אשכול.
מצבת הדיין ר' אפרים העקשיר ב"ר שמואל זאנוויל בעמח"ס לוית חן, ענקים לגרגרת, אדני פז ועוללות אפרים, בעיר אלטונא:
http://www.steinheim-institut.de/cgi-bi ... a&inv=1674נפטר כ"ו ניסן תקי"ט מצבת הרבנית חוואליש ב"ר ליב אב"ד גלוגא אשת הדיין ר' אפרים העקשיר, בעיר אלטונא:
http://www.steinheim-institut.de/cgi-bi ... a&inv=2879נפטרה בחיי בעלה בשנת תצ"ט
מציבת מרת רבקה בת הדיין ר' אפרים העקשיר אשת ר' מענדיל שמש נפטרה בחיי אביה בשנת תק"א:
http://www.steinheim-institut.de/cgi-bi ... a&inv=2667מצבת ר' יעקב שמואל זאנוויל בן הדיין ר' אפרים העקשיר:
http://www.steinheim-institut.de/cgi-bi ... a&inv=2264נפטר ב' תמוז תקי"ט
מצבת מ' דייכא שרה בת הדיין ר' אפרים העקשיר אשת ר' יוזבל פרידבורג:
http://www.steinheim-institut.de/cgi-bi ... a&inv=2309נפ' בשנת תקכ"ג
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 12:55 pm
דורך יוראפ
וואו פשיהא!
פאר הרב שרייבער און פאר הרב מיללער
כה לחי!
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 12:58 pm
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 12:59 pm
דורך יוסף שרייבער
עס האבען אנטייל גענימען אין דעם פולמוס,הגאון בעל שב יעקב, הגאון ר' דוד אופנהיים, בעל כנסת יחזקאל, דער יעבץ, ר' חיים אבואלעפיה, ר' חיים אלפאנדרי, ר' משה חאגיז, ר' אביעד שר שלום, ר' דוד פינצי, ר' יצחק לאמפרונטי, ר' יצחק פאציפיקו,ר' שלמה באשן,ר' פנחס חי ענו,ר' נתן היילפרין, ר' מנחם מענדל אוירבאך,ועוד.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 1:03 pm
דורך יוראפ
קוקט נישט אויס אזוי 'פארשלאפן'...
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 1:06 pm
דורך יוסף שרייבער
א ישר כח פאר אלע באדאנקערס,איך האב מדייק געווען צו שרייבען די ספרים שחיבר וואס מיר האבען היינט,זעהט די ערשטע לינק שהביא הרב מילער המכובד אז די ספרים עוללות אפרים און ענקים לגרגרת איז נישט בנמצא היינט צוטאגס און דער איינציגער מקור אויף זיי איז די מצבה.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 03, 2012 1:35 pm
דורך מיללער
דער ספר ענקים לגרגרת איז ככל הנראה א חיובר על התורה, אויסער אויף די מציבה דערמאנט דאס דער מחבר אין זיינע ספרים אדני פז און לוית חן (ראה לדוגמא דף סו"ס ס"ד "ובספרי ענקים לגרגרת עה"ת בפ' ויקרא ותמצא נחת" און נאך פלעצער).
-
קובץ בית אהרן וישראל העתק המכתב:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =9&hilite=
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 7:00 pm
דורך זאמלער
א גאנצע ספר [בכת''י] אויף תוס' יו''ט לכל ששה סדרי משנה, ער שרייבט און די הקדמה אז ער רופט דעם ספר זכרון יעקב אבער ס'נישט דא קיין שום רמז נאך וועם די כתב זעהט אויס פון בערך 200 יאר צוריק, כ'שטעל עס ארויף הגם ס'שווער צו גלייבן אז כ'על קלוגער ווערן אבער ווער ווייסט?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 7:12 pm
דורך farshlufen
זאמלער, ווער איז דער מחבר?
דער ספר געפעלט מיר, ס'איז אויף גאנץ ששה סדרי? געווען געדרוקט אמאל?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 7:32 pm
דורך זאמלער
ס'איז אויף גאנץ ששה סדרי משנה קיינמאל נישט געווען געדרוקט
און דאס איז די שאלה ווער איז די מחבר???
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 7:35 pm
דורך farshlufen
חתם שמו?
זעהט אויס דברים של טעם?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 7:36 pm
דורך למעלה משבעים
פארשלאפן, האסט געקענט עפעס ארויסליינען פון די בילד?
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 7:37 pm
דורך זאמלער
ניין. דו מערסטע אינפורמצי' האב איך שוין ארויף געלייגט
נאר וואס ס'איז דא אויף דער בילד... אז ער רופט דעם ספר זכרון יעקב וכו'
למעלה משבעים ה-א-ק-ט
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 8:42 pm
דורך יוסף שרייבער
רב זאמלער איך האב גיטע נייעס פאר אייך אין שמחה כהתרת ספיקות,זה כת"י הרב יעקב בן ר' יוסף וואליער אב"ד ביטשא (נאדי-ביטשא), נפטר כ אייר תרכ"ו, ספרו בית יעקב נדפס בזולקווא בשנת תק"ץ בהסכמת הרבה מגדולי דורו,כמה תשובות בשו"ת חת"ס נכתבו אליו.נשארו ממנו הרבה דברי תורה בכת"י.
http://www.hebrewbooks.org/24001
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 04, 2012 8:50 pm
דורך gamyuchad
יוסף
דאס איז א גוטס פון דיר..!
וכך כתוב באישים בערכו, רפ"א.
די מאדנע כתב שטימט מיט דארט.
זאמלער. וועסט אים מוזן געבן קאמיסיאן...