בלאט 12 פון 19

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 3:27 pm
דורך קיקיון
איך האב ניט מפרש געווען דאס ווארט
מיין השערה אז עס איז ג'ווען GUESSWORK
בעסער ווי שרייבען האי צורב
און אז ער איז זיך טועה האט ער ניט באליידיגט

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 3:43 pm
דורך פאמיליעמירעלס
הישיש איז אדער א שיגרא דלישנא, ובדוחק קען מען זאגן ער האט געמיינט זיין שווער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 5:14 pm
דורך SPUSMN
עס ליגט מיר אין קאפ אזא מעשה, אפשר אז מען וועט דאס מפענח זיין וועט מען די מעשה אויך מפענח זיין.

מען דערציילט, אז ווען קיסר פראנץ יוזעף איז געקומען קיין ירושלים אין שנת תרכ"ט, איז מען אים אנקעגען געגאנגען מיט תופים ובמחולות, יעדער אין בגדי שבת. הגאון רבי שמואל סאלאנט איז צוגעגאנגען צום קיסר אין געזאגט: מיט פערציג יאר צוריק האב איך געבענטשט דעם קיסר'ס זיידע אין וויען. קיסר פראנץ יוזעף האט זיך אראפ געבויגען אין געזאגט: בענטשט מיר אויך ראבינער, און ער האט אים געבענטשט.

קיסר פראנץ יוזעף האט טאקע מאריך ימים געווען. געווען קיסר באלד זעכציג יאר.

יעצט פרעגט זיך די שאלה (א קשיא אויף א מעשה), אז אין שנת תקפ"ט (פערציג יאר פאר פראנץ יוזעף'ס רייזע) איז דאך הגאון רבי שמואל סאלאנט געווען נאר 14 יאר אלט! און אויך, פון ווי קומט ער פון דער ליטע קיין וויען?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 28, 2013 4:15 pm
דורך למעלה משבעים
Pages from Ms hebr oct 47 Film - Sammelband in 5 Teilen Handschriftenkonvolut-2.jpg


די חתימה איז די זעלבע ווי דא viewtopic.php?p=534025#p534025 ?

בילד

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 8:11 am
דורך יוסף שרייבער
הערליך הערליך מפני כמה טעמים. פון ווי קומט דאס?

(עס געהערט אין דעם אשכול.)

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 5:04 pm
דורך למעלה משבעים
איך האב זיך אנגעשטויסן אין דעם סייט און געטראפן דא http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/m ... ew/3206428
--
אויב האסט נאכנישט געזען יענעם סייט, לכאורה דארף עס צו זיין גאנץ אינטרעסאנט פאר דיר.

--
צאמגעשטעלט.

רבי אהרן בערנשטיין

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 12:40 pm
דורך dovidal
יש לי ספר מורה נבוכים ---------------------עם הרבה הגהות של גאון החותם שמו אהרן בערנשטיין תרנ"ב גאלעסטש-הנקרא טשטשעוויץ
מי היה הגאון הזה?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 1:35 pm
דורך מיללער
dovidal האט געשריבן:יש לי ספר מורה נבוכים ---------------------עם הרבה הגהות של גאון החותם שמו אהרן בערנשטיין תרנ"ב גאלעסטש-הנקרא טשטשעוויץ
מי היה הגאון הזה?


וואו קומט עס דא אריין?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 2:49 pm
דורך קיקיון
מיללער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:יש לי ספר מורה נבוכים ---------------------עם הרבה הגהות של גאון החותם שמו אהרן בערנשטיין תרנ"ב גאלעסטש-הנקרא טשטשעוויץ
מי היה הגאון הזה?


וואו קומט עס דא אריין?


איך האב שיעור מיט געמיינט אז איך פארשטיי שוין נישט
פיענוח וזיהוי כתבי-יד
האב איך געפרעגט מיין גגול'ם און זיך באראויגט
Interpretation und Identifikation von Handschriften
Interpretation and identification of Manuscripts

אויף פלעין אידיש
א איד קומט צו אידען מיט מדות מוזהבות\גאלדענע מידות און בעט זיך מען זאל אים העלפען מיט די פרנסה
דארף מען אים אנשרייען?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 3:40 pm
דורך dovidal
מיללער האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:יש לי ספר מורה נבוכים ---------------------עם הרבה הגהות של גאון החותם שמו אהרן בערנשטיין תרנ"ב גאלעסטש-הנקרא טשטשעוויץ
מי היה הגאון הזה?


וואו קומט עס דא אריין?

ווי קומט עס אריין?
תודה

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 10:00 pm
דורך ווילוויסן
ביי די אשכול פון שאלות בעניני יחוס, דא קומט געווענליך ארויפצולייגן די כתבים זעלבסט. והבן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 11:51 am
דורך מיללער
ווילוויסן האט געשריבן:ביי די אשכול פון שאלות בעניני יחוס, דא קומט געווענליך ארויפצולייגן די כתבים זעלבסט. והבן


אז דער רבי ענטפערט בכבודו, וואס איז שייך מוסיף צו זיין, אבער פארט דורות האחרונים ברויכן מער הסבר, וועל איך מסביר זיין מיינע ווערטער. כדי אז א שאלה זאל באקומען די בעסטע רעזולטאטן אין א פאבליק פארום, וואו אידן מיט מדות מוזהבות זענען גרייט צו העלפן שלא עמלק"פ, זענען פארהאן עטליכע טיפס:

1. ארויסשרייבען ווי מער אינפארמאציע וואס מ'ווייסט יא און ווי מער אינפארמאציע איבער וואס מען וויל וויסען
2. שטעלן די שאלה אינעם ריכטיגען אשכול - די טבע פון א מענטש איז צו ליינען זאכן מיט א סדר און ער וויל קענען צוריקגיין זוכען אין אלטע מקומות אויב האט מען אמאל דן געווען דערינען, אויב איז די התחלה אינעם נישט ריכטיגען מקום פארלירט עס די חשק מגיב צו זיין און דן זיין דערינען אויס מורא אז די תגובות וועלן פארלוירן ווערן בתהום הנשיה
3. נישט אויסנוצען און אביוזען די גאלעדענע מדות - די תוה"ק זאגט שוין עזוב תעזוב עמו עס זענען דא אסאך וואס ווילען העלפן און זענען גערן מסכים אז די אנטיקען-הענדלער און אנדערע אינטערעסע-געטריבענע מענטשן זאלן נהנה זיין פון זייער גוטהארציגקייט, אבער וויל נישט שפירען אז ער ווערט 'אביוזד', עטליכע דוגמאות פון אביוז:
א. 'וואו קען איך טרעפן א ספר מיטן נאמען 'עלים למבחן' און ער האט ניטאמאל געזוכט אויף היברו-בוקס וואס ער דארף נישט בלויז אריינלייגן דעם שם הספר און ער איז א געהאלפענע
ב. ווער איז געווען 'אב"ד הוידא-פישפאש פאר די קריג?' קומט א גוטהארציגער פארשוין און גיט אים א לינק פון יזכור-בוך פון די שטאט הוידא-פישפאש, דער שואל פוילט זיך נישט און ער פרעגט צוריק 'וואס שטייט דארט איבער דעם געזוכטען רב?' איך מיין אז יעדער פארשטייט אז דער שואל הנכבד קען יעצט באשטיין אז דער גאלדענער איד זאל אדורכמישען עטליכע הונדערט בלעטער פונעם יזכור בוך, סעיווען די עטליכע בלעטער וואו מען רעדט פונעם רב, און אויב פעלט אויס זאל ער עס מעתיק זיין ככתבו וכלדשונו, דערווייל וועט דער שואל הנכבד ליינען דעם 'מי מנוחות'.... זיי מוחל, עזוב תעזוב עמו
ג. שיקען אן אישית 'אפשר עפנט איר אן אשכול איבער ר' פרץ איישישקין פון גראדנא?' זאג נאר, איך בין דיין משרת? דו ווייסט נישט וויאזוי מען עפנט אשכולות?
וכהנה וכהנה

-
ווייטער בין איך היינט מאריך יותר מדאי, עפעס האט דאס מיט די ניין טעג?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 12:21 pm
דורך ווילוויסן
רב לעבן
איטליכער ווארט וועגט א צענטער גאלד!
אבער עס עט ניט נוצן ..

ומהודענא, אז מיר זענען גרייט צו דולדן אייער ניין-טעג סינדראם אגאנץ יאר אויך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 10:59 pm
דורך יוסף שרייבער
ווילוויסן האט געשריבן:רב לעבן
איטליכער ווארט וועגט א צענטער גאלד!
אבער עס עט ניט נוצן ..


ליידער האט דער פארום נאכנישט קין פונקציע צו מאכען אומ-מענטשען פאר מענטשען.

הרב וויל שליט"א אפשר זאלט איר אנעמען מיין עצה וואס איך האב אייך שוין לאנג געגעבען נישט צו העלפען קיין אומ-מענטש ווייל אז יא וועט ער ווייטער גיין אין זיינע קרומע דרכים וד''ל, נאר פשוט איגנארירען ביז ער דערהערט עס.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 12, 2013 12:30 pm
דורך dovidal
ווילוויסן האט געשריבן:רב לעבן
איטליכער ווארט וועגט א צענטער גאלד!
אבער עס עט ניט נוצן ..

ומהודענא, אז מיר זענען גרייט צו דולדן אייער ניין-טעג סינדראם אגאנץ יאר אויך.

יישר כחכם פאר אייער הילף בכל עת מצוא און פאר קיקיון און נאך גוטע יודעים וואס העלפין ארויס מיט זייערע ברייטע ידיעות בכל עידן
תתברכו בכל הברכות

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 23, 2013 6:22 am
דורך יוסף שרייבער
כתובה מהעיר סקווירא משנת תר"ף.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 23, 2013 11:02 am
דורך מיללער
יוסף שרייבער האט געשריבן:כתובה מהעיר סקווירא משנת תר"ף.

דער צווייטער עד זעהט אויס ווי יצחק ב"ר שמואל זאנוויל, וויל עמיצער קלערן אז דאס איז א זון פונעם סקווירא דיין ר' זאנוויל

פארעפענטליכט: שבת יולי 27, 2013 9:24 pm
דורך יוסף שרייבער
א בריוו פון ר' יצחק יוסף זילבערבערג אב"ד קראסנאשילץ צו ר י"מ חרל"פ ער זאל בעהטען הרב קוק זאל שרייבען צו זיינע חסידים לטובתו. ער דערמאנט זיינע ספרים ויען יוסף און עצי זית.
קרעדיט: איבעי.

איז דאס רבי אפרים זלמנס כתב יד

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 3:54 pm
דורך dovidal
אפשר העתקה ע"י אחר ?

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 03, 2013 10:09 pm
דורך יוסף שרייבער
זה כתב ידו.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:36 am
דורך רבבה
יוסף שרייבער האט געשריבן:א בריוו פון ר' יצחק יוסף זילבערבערג אב"ד קראסנאשילץ צו ר י"מ חרל"פ ער זאל בעהטען הרב קוק זאל שרייבען צו זיינע חסידים לטובתו. ער דערמאנט זיינע ספרים ויען יוסף און עצי זית.
קרעדיט: איבעי.

חתנו של הכלי חמדה

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:06 pm
דורך ווילוויסן
יוסף שרייבער האט געשריבן:זה כתב ידו.

דא האסטו זיין חתימה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:11 pm
דורך יוסף שרייבער
איר האלט עס איז נישט כתי"ק?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:33 pm
דורך ווילוויסן
איך ווייס נישט??
ביי אייך איז קלאר אז יא?

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:46 pm
דורך יוסף שרייבער
איך האב עס משווה געווען צו די כת"י אין אישים און צו זיין לאנגע בריוו הנדפס בשנות דור ודור ח"ד, מיט זיי שטימט עס זייער גוט אחוץ אויב מען זאל זאגען אז יענע זענען כתב פון א מעתיק.

און דיר דודל ווי איך בעהטען, ביטע זייט נישט נישט פין די ארורים .... שאין טובתם שלימה, שטעל א מענטשליכע בילד פון די גאנצע זאך און אויך די נארמאלע וועג נישט מען זאל באקומען א הויקער ווען מען קוקט דיינע בילדער.