איבער ספרים און מחברים
מאנטאג יולי 30, 2012 1:15 pm
די ערשטע נאמען איז זיכער שלמה די צווייטע איז לכאורה צבי אדער וצביה.
Advertisement
פרייטאג אוגוסט 03, 2012 7:06 am
כ'האב ביי מיר א כת''י א גאנצען חיבור [בכת''י] דער מחבר רופט עס תפארת שלמה אויף יו''ד הל' שחיטה און אויך כמה תשובות און גאנץ יו''ד, פון וועם כ'האב דאס איינגעהאנדלט האט נישט געוויסט פון וועם דאס איז, נאך זיצען אויף דעם האבעך באמערקט און די הקדמה שרייבט און צייכנט צו צו זיין ספר אוצרות שלמה קומט אויס אז דאס אי ז פון הגאון ר' שלמה זלמן ב''ר משה מישיל ראב''ד באלחוב
http://www.hebrewbooks.org/8033
- עטעטשמענטס
-

-

פרייטאג אוגוסט 03, 2012 9:27 am
זאמלער האט געשריבן:כ'האב ביי מיר א כת''י א גאנצען חיבור [בכת''י] דער מחבר רופט עס תפארת שלמה אויף יו''ד הל' שחיטה און אויך כמה תשובות און גאנץ יו''ד, פון וועם כ'האב דאס איינגעהאנדלט האט נישט געוויסט פון וועם דאס איז, נאך זיצען אויף דעם האבעך באמערקט און די הקדמה שרייבט און צייכנט צו צו זיין ספר אוצרות שלמה קומט אויס אז דאס אי ז פון הגאון ר' שלמה זלמן ב''ר משה מישיל ראב''ד באלחוב
http://www.hebrewbooks.org/8033
אין די הקדמה צו ספרו אוצרות שלמה הנ"ל דערמאנט דער מחבר דארט עטליכע אנדערע ספרים וואס ער האט מחבר געווען, ובתוכם תפארת שלמה על סוגיות וענינים, אינטערעסאנט אז זיין חיבור אויף יורה דעה רופט ער דארט בשם 'הוראות שלמה'. מלבד ספרו אוצרות שלמה הנ"ל נדפס ממנו חיבור בשם
'גאולת שלמה' על הגדש"פ (לבוב תר"י) [הספר לא נמצא לא בה"ב ולא באוצה"ח]
ר' שלמה זלמן ב"ר משה מישל ריינר ראב"ד באלחוב נפטר בעיר אהרישאר כ"א אב תרי"ז, תשובות אליו; חסד לאברהם, טוב טעם ודעת.
פרייטאג אוגוסט 03, 2012 12:00 pm
רב זאמלער זעה וויכטיג איבער דעם כת"י והמסתעף אין מאורי גאליציא ח"ד עמ' 962-3, דער כת"י איז געווען א חלק פון ספריית הרב יוסף בוקסוים ע"ה וכנראה נמכרה עם שאר כל אוצרותיו.
אבער זיי דארט גוט מעיין, איך האב גלייך ביים זעהן געהאט א געפיל אז דאס איז א כת"י מעתיק און נישט כת"י המחבר, יעצט אז רב מיללער ברענגט צו אז הוא נפטר בשנת תרי"ז קען איך זאגען כמעט זיכער אז דאס איז נישט כתי"ק ווייל סיי דער כתב און סיי דער פאפיר איז נישט פון די תר"י יארען נאר עס איז ענדערש פן די תרס"ח יארען ווען נכדו האט עס אנגעהויבען צו דרוקען אין מונקאטש.
למען האמת בין איך נישט זיכער אז די צוויי כתבים יצאו מאותו כותב, יתכן אז איינס זאל זיין כתב ידו און דער אנדערער נישט אדער זענען ביידע נישט.
אבער ווי איז נעלם געווארען דער גאנצער פאק וויכטיגע הסכמות מגדולי עולם אויף דעם חיבור וואס ר' מאיר וואנדר האט געזעהן ביי ר' יוסף בוקסבוים?
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:41 pm
א שיינעם דאנק פאר הרב מילער און ר' יוסל פאר אייער אינפארמאציע
מעגליך אז ר' יוסל איז גערעכט אז עס האנדעלט זיך בלויז פון א העתקה
אבער דאס איז זיכער אז ביידע זענען די זעלבע כתב
אינטרעסאנט אז רבי ישכר שלמה טייכטאהל פון פישטיאן שרייבט אן הגה אויף די כתב ער מערקט אן אויף א תשובה פון צאנזע רב אז עס איז שוין געדריקט אין דברי חיים
נאך א אינטרעסאנטע זאך אז די ספר איז ממש נישט בנמצא נישט ביי היברו בוקס און ביבליא וכדומה
- עטעטשמענטס
-

-

- IMG_1961.jpg (35.38 KiB) געזעהן געווארן 389 מאל
מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:10 pm
אז איר האסט יא געוויסט פונעם ספר הנדפס פארוואס זאגט איר נישט, דער עותק וואס איר ברענגט איז דער זעלבער (איז וואס הייסט אז יענער האט נישט געוויסט וואס דאס איז מען קען דאך פשוט זעהן אז דער כת"י מיטען ספר זענען די זעלבע) וואס ר' מאיר וואנדר האט געזעהן ביי ר יוסף ע"ה, וואס איז טאקע געשעהן מיט די הסכמות?
ואגב איך בין נאכנישט קאנוויסד אז די ביידע זענען מאותו כותב.
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 4:24 pm
אודה ולא אבוש, איך האב קודם נישט צוזאמעןגעשטעלט, אז דאס איז דאס.
וועגן די הסכמות,ווייס איך נישט ווי ס'איז אהינגעקומען, איך האב שוין דאס באקומען אן די הסכמות. איר ווייס דאך יא ר' יאסעל וויאזוי די זאכען גייען, מען רייסט ארויס די עידית און די רעשט גיבט מען ווייטער פאר א נעקסטע האנד
וועגן אייער פקפוק אויפן אייניגן כתב, מעגליך איר זענט גערעכט, אבער איך געפין דאך געוויסע ענליכקייטן, און מען מוז געדענקן אז א הקדמה שרייבט א מחבר הערשט נאך וואס ער האט געענדיגט אלעס, און טיילמאל נישט אין איין פעריאדע. מעגליך אז איר זענט פארט גערעכט, אדרבה ווער ווייסט
דאנערשטאג אוגוסט 09, 2012 6:41 pm
א איד אין נ.י. זאגט מיר ער האט געהאט אמאל דער כת"י פון איינע פון די דערמאנטע חיבורים שנכתב בסוף שנות הת"ק (ספר אוצרות שלמה נדפס לראשונה בשנת תר"ב) דארף מען זעהן צו ער קען עס טרעפען און משוה זיין.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:53 am
איך מיין אז עס באלאנגט אין דעם אשכול
איינער ווייסט ווער די 2 נעמען אינעם קוויטל זענען?
(אויב איז נישט כדאי צו שרייבן יענעמס אינפארמאציע אין פאבליק ביטע זיך פארבינדן מיט מיין אישי קנעפל)
אדאנק
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:48 pm
מענין לענין באותו ענין
ווער קען דערגיין די שפורן?
א קוויטל פאר רביה"ק מסאטמאר אין די הייליגע טעג שנת תש"ך
ברוקלין
אברהם יודא בן חי' רחל
זוג' בראנדיל בת דבורה
ב' חי' רחל
לעצט פאראכטן דורך
ווילוויסן אום זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:39 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:50 pm
ווילוויסן האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין
ווער קען דערגיין די שפורן?
א קוויטל פאר רביה"ק מסאטמאר אין די הייליגע טעג שנת תש"ך
ברוקלין
אברהם יודא בן חי' רחל
זוג' בראנדיל בת דבורה
ב' חי' רחל
איז דער קוויטל בכת"י פון איינע פון די משבקי"ם? דאכציך אז דער נאמען בראנדיל איז נישט גוט אויסגעלייגט, והנכון הוא בריינדל.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:52 pm
ס'נישט יאסל'ס כתב
אולי ר' שלמה גפן
אבער איך גלויב, אז מ'האט נישט מקפיד געווען אויף הלכות שמות גיטין, שרייבט מען דען אין א כתובה "יודא"?
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:31 pm
ווילוויסן האט געשריבן:ס'נישט יאסל'ס כתב
אולי ר' שלמה גפן
אבער איך גלויב, אז מ'האט נישט מקפיד געווען אויף הלכות שמות גיטין, שרייבט מען דען אין א כתובה "יודא"?
גערעכט, אבער פארוואס טאקע נישט מקפיד זיין? א קוויטל איז דאך ביי צדיקים געווען א גרויסער ענין, דורך די נעמען האבן צדיקים געקענט ארויסלייענען פארשידענע ענינים, איז דאך מסתבר אז די נעמען זאלן זיין געשריבען רעכטפארטיג.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:38 pm
הרב מיללער שליט"א דערמאנסט מיר פון א מעשה וואס איז געווען ביי הרה"ק בעל אור פני יהושע מגאלאנטא זי"ע הי"ד, וואס זיין מנהג איז געווען יעדע שבת נאכן דאווענען פלעגט ער אריבערגיין אלע בחורים און זיי גריסן גוט שבת, און ער פלעגט קוקן אויף די שטערנס פון די בחורים און דערנאך פלעגט ער זאגן א פסק פאר וועם ס'האט זיך אויסגעפעלט און א גוט ווארט פאר וועם ס'האט זיך אויסגעפעלט וכו' ואכמ"ל?
איז געווען א יונג פריש בחור'ל איין וואך ווען דער רבי איז אדורכגעגאנגען האט ער זיך אראפגערוקט זיין הוט אויפן שטערן, האט זיך דער גאלאנטער רב אנגערופן: בחור'ל ווער עס קען ליינען א שטערן דער קען אויך אדורכקוקן א הוט.
לענינינו מיין איך ווער עס קען ליינען א קוויטל קען עס ליינען אויך ווען ס'איז נישט געשריבן הונדערט פראצענט ריכטיג.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:56 pm
הרב יוראפ, ס'איז דא אן ענליכע מעשה בנוגע א ליידיגער פאפיר ביי איינער פון די צדיקים, ומינה, אויב אזוי פארוואס שרייבן בכלל נעמען? מ'קען דאך לכתחילה געבן ליידיגע פאפיר?, אלא מאי, אז שרייבן איז יא עפעס, אויב אזוי, איז שרייבן ריכטיג אויך עפעס.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:59 pm
ווי קומט אז די קוויטלען זענען בנמצא
פלעגט מען זיי נישט פארברענען?
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:24 pm
ששש אסאך אנדערע זאכן וואס איר מיינט זענען געשעהן איז דער ווירקליכקייט אנדערש.
קען מיר איינער ביטע מסביר זיין וואס איז דער תכלית ארויפצושטעלען פריוואטע קוויטלעך? לאמיר שוין זאגען מען וועט אויסגעפינען ווער עס איז גייט עס דען יענער צוריקקויפען? איז עס מענטשליך?
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:31 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:ששש אסאך אנדערע זאכן וואס איר מיינט זענען געשעהן איז דער ווירקליכקייט אנדערש.
קען מיר איינער ביטע מסביר זיין וואס איז דער תכלית ארויפצושטעלען פריוואטע קוויטלעך? לאמיר שוין זאגען מען וועט אויסגעפינען ווער עס איז גייט עס דען יענער צוריקקויפען? איז עס מענטשליך?
די קוויטל וואס איך האב ארויפגעלייגט מיין איך וואלט זייער געווען חשוב ביי די קינדער אדער אייניקלעך פון יענעם (כ'האב דאך אויסגעמעקט אפאר ווערטער און איך מיין אז יענץ וואלט זיי געווען גאר אינטערסאנט)
איך זוך נישט צו מאכן דארט קיין פעני
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:38 pm
איך פארשטיי, אבער וואס איז די גדר, ווען הייבט א קוויטל אן צו זיין אינטרעסאנט? צווישען אלע אדמורים און גוטע יודען דרייען זיך וועכענטליך טויזענטער פריוואטע קוויטלעך קען איינער ארומגיין זיי צוזאמענעמען און אין 30 יאר ארום עס מפרסם זיין כדי עס זאל זיין אינטרעסאנט פאר די קינדער און אייניקלעך?
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:42 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:א איד אין נ.י. זאגט מיר ער האט געהאט אמאל דער כת"י פון איינע פון די דערמאנטע חיבורים שנכתב בסוף שנות הת"ק (ספר אוצרות שלמה נדפס לראשונה בשנת תר"ב) דארף מען זעהן צו ער קען עס טרעפען און משוה זיין.
ר' יוסל אייערע חושים האבען אייך נישט פארנארט בלעטרנדיג אין אן אלטען קעטעלאג פון אן אלטען אקשען, האב איך געטראפען דעם ארגינעלן כתב דארט צום פארקויפען און מ'זעט אז עס איז כלל נישט דאס כתב וואס איך האב, ס'איז אנדערש אין עלטער, און לכאו' איז דאס וואס איז געלעגן ביי ר' יוסל בוקסבוים
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:50 pm
[quoquote]
msp האט געשריבן:ווי קומט אז די קוויטלען זענען בנמצא
פלעגט מען זיי נישט פארברענען?
כ'מיין אז ביי געוויסע רבי'ס האבן די גבאים געהאלטן קאפ, און אוועק געלייגט די קוויטלעך וואס זיי האבן געהאלטען אז ס'עט ווערט זיין לדוגמא פון אדמורי''ם אדער נגידישע יודען, כ'האב ביי מיר פארשידענע קוויטלעך פון א געוויסע רבי'ן אויף דעם איז פארצייכנט די דאטום לדוגמא וישלח תשל''ג און אזוי אויך די משפחה נאמען,
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:59 pm
זאמלער האט געשריבן:ר' יוסל אייערע חושים האבען אייך נישט פארנארט בלעטרנדיג אין אן אלטען קעטעלאג פון אן אלטען אקשען, האב איך געטראפען דעם ארגינעלן כתב דארט צום פארקויפען און מ'זעט אז עס איז כלל נישט דאס כתב וואס איך האב, ס'איז אנדערש אין עלטער, און לכאו' איז דאס וואס איז געלעגן ביי ר' יוסל בוקסבוים
גלייבט מיר איך וואלט געווען מער צופרידען ווען עס איז ווען יא כתי"ק (און אוודאי אויב איר וואלט געהאט די אוריגינאלע הסכמות) אבער וואס זאל איך טוהן אין לדיין לדון אלא מה שעיניו רואות, למעשה די עותק פונעם ספר תפארת שלמה וואס איר האט קוקט עפעס יא אויס צו זיין די זעלבע וואס ר' מאיר ברענגט אין מאורי גליציה.
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:05 pm
אזוי ווי איך זעה ס'פארט גוט און בדיבוק חבירים קומט מען אהן, טראכט אז מ'קען גיין ווייטער, כ'האב א כת''י דרשות והספדים געשריבן און די יארען תרל''א תרל''ח זעט אויס געווען א תלמיד פונם כתב סופר ווייל מ'געפינט צווישען אנדערע א הספד אויף מורי ורבי הגאון ר' אברהם שמואל בנימין סופר זצ''ל, ס'נישט דערמאנט קיין נאמען פונ'ם בעל מחבר
- עטעטשמענטס
-

- IMG_6637.JPG (33.95 KiB) געזעהן געווארן 237 מאל
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:32 pm
דערמאנט ער עפעס א שטאט?
מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:57 pm
הרב שרייבער,
אויב איך מעג פרעגן, וויאזוי האט איר דערקענט אויפ'ן פאפיר אז דאס איז נישט פון תר''י יארן???