בלאט 8 פון 19

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:07 am
דורך יוסף שרייבער
זעהט אויס דער דשיבוי רב איז גערעכט און מען דארף זאגן איטערנאט...

ווער וויל מנדב זיין אפאר שו"ע פאר די חק"ס דישיבת סערעד כדי די בחורים זאלען קענען לערנען א גאנצע וואך און זיך נישט דארפען צוטיילען מיט די פאר שו"ע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:17 am
דורך יוסף שרייבער
צורת האב"ד דק"ק....זעהט עס דער בחור קען נישט מחליט זיין צו וועם זיין פירקלעריי ענדילט (אריין אין הילף איבער בילדער פון אומאידענטיפיצירטע גדולים אשכול).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:41 am
דורך מיללער
צוקער זיס, ייש"כ ר' יאסל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:42 pm
דורך SPUSMN
וואס שטייט דארט פארמעקט? פון וועליכע קהילה איז דאס דער רב?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 4:49 am
דורך msp
SPUSMN האט געשריבן:וואס שטייט דארט פארמעקט? פון וועליכע קהילה איז דאס דער רב?


טאקיא
יאפאן....

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 4:52 am
דורך msp
יוסף שרייבער האט געשריבן:זעהט אויס דער דשיבוי רב איז גערעכט און מען דארף זאגן איטערנאט...

ווער וויל מנדב זיין אפאר שו"ע פאר די חק"ס דישיבת סערעד כדי די בחורים זאלען קענען לערנען א גאנצע וואך און זיך נישט דארפען צוטיילען מיט די פאר שו"ע.


אינטערנאט מיינט אויף דייטש בארדינג בלשון ענגליש
א שוהלע ווי מען בלייבט אויך שלאפען...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 4:03 pm
דורך dovidal
מי הוא זה----------------------אפשר רבי יוסף יצחק אלי הכהן רוזינפעלד הנזכר באישים שו"ת חת"ס?

פארעפענטליכט: שבת יוני 02, 2012 9:05 pm
דורך יוסף שרייבער
ביטע צייכענט צו ווי אין אישים ווערט דערמאנט א רבי יוסף יצחק אלי הכהן רוזינפעלד.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 1:50 pm
דורך יוסף שרייבער
msp האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:וואס שטייט דארט פארמעקט? פון וועליכע קהילה איז דאס דער רב?

טאקיא
יאפאן....

דער רבי דערמאנט מיר אז אין עולמו של [ב]אבא איז דא ענליכע מאלערייען, דארף מען נאכקוקען צו רב מיללער האט געלערענט אין סערעד.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 1:54 pm
דורך מיללער
dovidal האט געשריבן:מי הוא זה----------------------אפשר רבי יוסף יצחק אלי הכהן רוזינפעלד הנזכר באישים שו"ת חת"ס?


באלאנגט ענדערש אין אשכול חתימות והערות, ביטע נישט צומישען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 11:28 am
דורך טייטל
מישהו יכול לפענח את הכותב בכתב יד דלהלן, מה שידוע לי הוא שהוא תלמיד של הכתב סופר, וכתב כאן תורות של רבו הכתב סופר זי"ע
תודה רבה
I VELT.pdf
(136.22 KiB) געדאון לאודעד 53 מאל

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 4:59 pm
דורך ראש הקהל
זייער א גרינגע כתב, צוויי תורות לפרשת וארא
ווער האט עס געשריבען, ס'קוקט אויס אז ס'קומט פון א גאנצע העפט? פארוואס דרוקט מען עס נישט

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 5:05 pm
דורך מיללער
ראש הקהל האט געשריבן:זייער א גרינגע כתב, צוויי תורות לפרשת וארא
ווער האט עס געשריבען, ס'קוקט אויס אז ס'קומט פון א גאנצע העפט? פארוואס דרוקט מען עס נישט


איז די דברי תורה געדרוקט בספר 'כתב סופר'?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 5:13 pm
דורך ראש הקהל
מיללער האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:זייער א גרינגע כתב, צוויי תורות לפרשת וארא
ווער האט עס געשריבען, ס'קוקט אויס אז ס'קומט פון א גאנצע העפט? פארוואס דרוקט מען עס נישט


איז די דברי תורה געדרוקט בספר 'כתב סופר'?


איך זיה יעצט אז ביידע זענען געדרוקט און כתב סופר
די צווייטע תורה פונעם כתב יד, פאר די ערשטע תורה, עיי"ש
אויך כמעט אויפן זעלבע לשון געשריבען

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 03, 2012 12:08 pm
דורך טייטל
יא, דאס קומט פון א גאנצע העפט, אבער אפשר קען איינער האבן אן אנאנג ווער די כותב איז?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 04, 2012 10:53 am
דורך farshlufen
וואו געהערט דאס?

א מוהל בוך מר' יוסף הלוי ב"ר משה סג"ל מגלוגא:
http://digital.cjh.org/webclient/Delive ... ple_viewer

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2012 4:49 pm
דורך זאמלער
איך האב אפאר חסידישע ספרים וואס זיינען פול מיט קוויטלעך, אלע זיינען געשריבן פון קישינוב מיט'ן זעלבן שריפט די ספר האט נישט קיין חתימה אפשר קען מען דאס מפענח זיין לויט די כתב פון'ם גבאי'ן

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:48 am
דורך אוהב ספרים
זאמלער האט געשריבן:איך האב אפאר חסידישע ספרים וואס זיינען פול מיט קוויטלעך, אלע זיינען געשריבן פון קישינוב מיט'ן זעלבן שריפט די ספר האט נישט קיין חתימה אפשר קען מען דאס מפענח זיין לויט די כתב פון'ם גבאי'ן


זיי בודק אין סקווירא אדער בוהוש

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2012 1:15 pm
דורך יוסף שרייבער
הספד על ר' שמעון חיים סגל פעלנער אב"ד בעלעד מתוך כרך כת"י חתנו ר' טוביה כ"ץ פישער אב"ד שארוואר.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2012 1:51 pm
דורך ראש הקהל
דער כתב יד שטייט צו פארקויפען?
אדער ווארט מען אז איינער זאל קומען עס איבערדרוקען?
וויפיל בלעטער האט דער כרך?
ס'קוקט אויס אז ס'דא שיינע זאכען

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2012 2:05 pm
דורך יוסף שרייבער
איר ווילט עס קויפען אדער איר פרעגט סתם?
עס האט 30 געשריבענע עמודים (און נאך 46 ליידיגע עמודים קומען מיט בחנם)

א גאר אינטרעסאנטער תפילה פאר די ח"ק אין שארוואר (דערמאנט מיר אביסעל פון די קידוש לפורים.. אבער שוין)

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:04 pm
דורך ראש הקהל
איך פרעג סתם
איז דא נאך עפעס אן אנדערע חיבור פון אים?
ס'קוקט אויס ווי שיינע זאכען, כ'וואלט אפשר מסכים געוועהן עס מעתיק צו זיין, טייפן אויף קאמפיוטער
א שאד ס'זאל סתם אן ליגען, אז ס'האט שוין יא איבערגעלעבט א וועלט קריג

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 27, 2012 11:26 am
דורך מיללער
יוסף שרייבער האט געשריבן:הספד על ר' שמעון חיים סגל פעלנער אב"ד בעלעד מתוך כרך כת"י חתנו ר' טוביה כ"ץ פישער אב"ד שארוואר.



ההספד כבר נדפס בס' תולדות וחידושי ר' מנחם כ''ץ ז''ל ע''י נכדו ר' טובי' שטיינער

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2012 10:34 am
דורך ראש הקהל
מיללער האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:הספד על ר' שמעון חיים סגל פעלנער אב"ד בעלעד מתוך כרך כת"י חתנו ר' טוביה כ"ץ פישער אב"ד שארוואר.



ההספד כבר נדפס בס' תולדות וחידושי ר' מנחם כ''ץ ז''ל ע''י נכדו ר' טובי' שטיינער


ווי קען מן באקומען דער ספר?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 30, 2012 12:46 pm
דורך מיללער
א כתב-יד געשריבען יום ג' וישב תרח"צ (זעהט אפשר אויס ווי תרח"מ) אין מונקאטש קיין אמעריקא, ווער קען אויסלייענען די חתימה? אנגעבליך איז דער משפחה נאמען פונעם שרייבער 'וואלדמאן' געשריבען צו עמיצען 'זינגער' אין אמעריקא, דער באטרעפנדער ווערט באצייכנט מיט'ן טיטול 'מחותני'.

(מקור; זשואיש-זשען - וויו-מעיט)