בלאט 7 פון 19
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 3:42 pm
דורך יוראפ
קוקט אויס ווי עפעס א דבר תורה אדער א הערה
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 3:51 pm
דורך SPUSMN
עס איז א הערה אויף די ווערטער "איני יודע מי השתחוה למי".
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 4:38 pm
דורך מאטקע
ווילוויסן האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן:איך האב זיך אויך מסתפק געווען ,פון איין זייט האט עס כאראקטעריסטיקס פון א אוטוגראף און פון די אנדערע זייט אויך פון א כותב.
איך האב מיך אויך געוואקעלט איבער דעם, מ'זעט דעם רהיטת הכתב לויפט, איך האב נאר געטראכט אז יתכן ער האט זיך זעלבסט מעתיק געווען, אין אנדערע ווערטער נישט אזוי ווייט א ראי' אז ס'איז נישט כתב המחבר ווי א ראי' אז דאס איז שוין איבערגעשריבן רעדי טו פרינט.
אגב, ווייסט זיכער אז דער גרויסער מבין אויף כתבים בויעט זייער שטארק אויף דעם צו באשלוסן אויב ס'איז אויטאגראף צי נישט. ואף שיש אמת בזה בפרט אצל הגדולים שלא הי' להם פנאי, אבל יש לחלק בזה. וכבר נוכחתי בכתב יד שהי' נראה ככותב והוברר להיות מהמחבר.
כ'וואלט מיך געפרייט טאמער ילמדנו רבינו, וואס איז דאס אינטערשיט פון א כותב, מחבר, אויטאגראף?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 4:44 pm
דורך יוראפ
יוסף שרייבער האט געשריבן:זעהט אויס א גאר חשובער כותב, ווער קען עפעס כאפען?
ווען איך אדער א צווייטער וואלט עס ארויפגעלייגט וואלט איר דאך שוין לאנג געענטפערט
טא אויב אזוי לאמיר שוין הערן דעם מיליטערישן סוד
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2012 5:38 pm
דורך יוסף שרייבער
יוראפ האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן:זעהט אויס א גאר חשובער כותב, ווער קען עפעס כאפען?
ווען איך אדער א צווייטער וואלט עס ארויפגעלייגט וואלט איר דאך שוין לאנג געענטפערט
טא אויב אזוי לאמיר שוין הערן דעם מיליטערישן סוד
איך האב געפרעגט ווייל איך ווייס אויך נישט.
רב מאטקע, בקיצור נמרץ א אוטוגראף מיינט עצם כתי"ק פון א מחבר,א כותב מיינט א העתקה פון א כותב לכל מטרה שהוא בעולם, צומאל איז דאס געווען כדי צו העלפען די מדפיסים וואס האבען נישט געקענט ליינען די עצם כת"י פון די מחבר (פאר די צייטן פון טייפרייטערס) צו דער מחבר האט געוואלט פאר זיך איבערלאזען א קאפי פון א בריוו/תשובה/חיבור פארען עס אוועקשיקען, אדער סתם אזוי ווען איינער איז מעתיק פאר זיך א חיבור וואס ער וויל האבען. בקיצור אלעס אויסער די עצם כתי"ק פון א מחבר הייסט כתב כותב/מעתיק.
אויך האבען רוב רבי'ס געהאט א כותב און געווענליך איז נאר די חתימה זייערער און צומאל דאס אויך נישט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 27, 2012 2:33 am
דורך מאטקע
דער רב לאסט דיך דאנקען
(נכתב ע"י כותב החצר)
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 5:28 am
דורך מאטקע
כ'האב געטראפען א קאפי פון חלק פון א צוואה, כ'דענק שוין נישט פון וועם, נאר אז ס'איז אן אינטערסאנטע צוואה, כ'וואלט מיר געפרייט ווען איינער קען מיר ארויסהעלפען.
א דאנק
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 11:29 am
דורך יוראפ
קען מיך איינער זאגן צו די דריי שריפטן זענען פונעם זעלבן מענטש
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 11:31 am
דורך יוראפ
און דאס איז די דריטע
(בכלל פארשטייט איינער פונקטליך וואס דאס איז?)
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 11:42 am
דורך יוסף שרייבער
די אויבערשטע צוויי זיכער יא, די אונטערשטער לכאורה אויך נאר ער איז אביסעל עלטער.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 11:45 am
דורך יוראפ
יוסף שרייבער האט געשריבן:די אויבערשטע צוויי זיכער יא, די אונטערשטער לכאורה אויך נאר ער איז אביסעל עלטער.
אדאנק אייך
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 11:53 am
דורך יוסף שרייבער
דאס איז א ליסטע פון צדיקים, מערקט אינמיטען די לינקע בלאט ז[קני] הרה"ק ר' נפתלי צבי, ז[קני] הרה"ק ר' אשר ישע' משם.
ז[קני] הרה"ק ר' שלום מבעלזא, חו"ז הה"ק ר' חנוך דוב.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 11:56 am
דורך יוראפ
דאס איז איין קליינע חלק פון די ליסטע, אבער וואס איז פשט פון די ליסטע?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 3:01 pm
דורך מאטקע
אפשר האט ער געפרואווט צו מאכען א ליסטע פון אלע זיינע זיידעס?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 29, 2012 3:13 pm
דורך יוראפ
מאטקע האט געשריבן:אפשר האט ער געפרואווט צו מאכען א ליסטע פון אלע זיינע זיידעס?
לכאורה נישט, ווייל עס האט אסאך גזע'ס וואס האבן נישט קיין שום שייכות
רבנות ראדמישלא
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 04, 2012 12:58 pm
דורך dovidal
הגיע לידי מכתב פולמוס מהגאון בעל שואל ומשיב זצל בו כותב להקהלה בראדמישלא בשנת תרלב אודות מחלוקת על רבנות בעירם ותוקף בחריפות הה"ק מראזווידוב שהיה לו שייכות בנושא זה ע"כ בקשתי מהקוראים מי שיש לו איזה ידיעה מה היה המדובר שם שימחול לכתוב כאן, הרב מראדמישלא שהיה אז הוא הג"ר יעקב יצחק הורוויץ ויש לו הרבה תשובות בספר שואל ומשיב
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 8:30 pm
דורך יוסף שרייבער
דער שער בלאט פון די פנקס ח"ק של קהילת שטאמפפען.
יצוין אז בדומה צו דעם מעמורבוך של קהילת פפד"מ און אנדערע פנקסים האט מען נישט אריינגעשריבען יעדע נפטר נאר די רבנים און אנדערע חשובי העיר וואס האבען זיך געלאזט קאסטען פאר דעם כבוד.
הפנקס משנת ת"ר או תר"ה, השער בלאט מעשה ידי הב' חיים ראזענפעלד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 8:38 pm
דורך dovidal
יוסף שרייבער האט געשריבן:דער שער בלאט פון די פנקס ח"ק של קהילת שטאמפפען.
יצוין אז בדומה צו דעם מעמורבוך של קהילת פפד"מ און אנדערע פנקסים האט מען נישט אריינגעשריבען יעדע נפטר נאר די רבנים און אנדערע חשובי העיר וואס האבען זיך געלאזט קאסטען פאר דעם כבוד.
הפנקס משנת ת"ר או תר"ה, השער בלאט מעשה ידי הב' חיים ראזענפעלד.
ביז וועלכער יאר גייט דער פנקס
איז דא דערין נעמין פון משפחת שטערן ?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 8:49 pm
דורך יוסף שרייבער
דער פנקס איז פאר די הזכרת נשמות אזוי ווי עס שטייט אויפען שער בלאט און ביי רוב שטייט נישט קיין דאטום אבער דער ערשטער איז האב"ד ר' לוי שנפטר תקס"ג און עס גייט בערך ביז תרמ"ג. (דער כת"ס ווערט דערמאנט)
עס שטייט נישט קיין משפחה נעמען נאר דער נפטר/נפטרת ושם אמו/אמה אלזא אויב איר ווייסט די נעמען פון בני משפחת שטערן קען איך נאכקוקען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 9:29 pm
דורך dovidal
יוסף שרייבער האט געשריבן:דער פנקס איז פאר די הזכרת נשמות אזוי ווי עס שטייט אויפען שער בלאט און ביי רוב שטייט נישט קיין דאטום אבער דער ערשטער איז האב"ד ר' לוי שנפטר תקס"ג און עס גייט בערך ביז תרמ"ג. (דער כת"ס ווערט דערמאנט)
עס שטייט נישט קיין משפחה נעמען נאר דער נפטר/נפטרת ושם אמו/אמה אלזא אויב איר ווייסט די נעמען פון בני משפחת שטערן קען איך נאכקוקען.
לגבי איזה דבר מזכירים שם הכתב סופר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 9:31 pm
דורך יוסף שרייבער
לגבי הזכרת נשמתו.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 25, 2012 4:31 pm
דורך dovidal
מי חותם כאן זה לא פשוט לפענחו
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2012 5:18 am
דורך יוסף שרייבער
איז דאס די גאנצע חתימה? עס קוקט אויס ווי א האלבע זאך, אולי שטייט דא בהרב דק"ק ש"ג? ס"ג?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2012 12:19 pm
דורך dovidal
יוסף שרייבער האט געשריבן:איז דאס די גאנצע חתימה? עס קוקט אויס ווי א האלבע זאך, אולי שטייט דא בהרב דק"ק ש"ג? ס"ג?
יא דאס איז וואס עס שטייט
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 29, 2012 12:22 pm
דורך יוסף שרייבער
קוקענדיג נאכאמאל קוקט עס אויס ווי הק' דב בער ש"ג? ס"ג?