בלאט 6 פון 19
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 4:12 pm
דורך יוסף שרייבער
כהן שרייבט אז ר' אלחנן צבי לאפ וועט דערמאנט אין הצפירה און 1901, באדארף צו זיין נאך א ידיעה און הצפירה ווי די 2 רבנים ווערן דערמאנט.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 5:40 pm
דורך מיללער
יוסף שרייבער האט געשריבן:כהן שרייבט אז ר' אלחנן צבי לאפ וועט דערמאנט אין הצפירה און 1901, באדארף צו זיין נאך א ידיעה און הצפירה ווי די 2 רבנים ווערן דערמאנט.
איך טרעף נישט דעם דערמאנטן הצפירה אבער דא איז א שטיקל פון 'היום' בשנת 1886-תרמ"ו איבער די פטירה פון ר' אלחנן צבי לאפ, וואס מאכט אולי שווערער כהנ'ס מבוכה.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 12:07 pm
דורך יוראפ
איך האב דא א כתב יד פון א תלמיד פון ישיבת חכמי לובלין (איך ווייס אפילו די נאמען פונעם תלמיד, אבער עס איז לכאורה דא נישט שייך)
ווי ער שרייבט די הספד וואס הגאוון רבי מאיר שפירא זצ"ל האט געזאגט אויף הגאון ר' אליהו קלאצקין ז"ל
וויל איך וויסן וואו דער הספד איז געדרוקט - די תלמיד האט מיין איך נישט געלערנט דארט בחייו פון רבי מאיר שפירא, עכ"פ געשריבן האט ער עס זיכער לאחר מותו ווייל ער שרייבט מהר"ם שפירא זצ"ל
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 12:25 pm
דורך יוראפ
ווידעראום האב איך דא א גאנץ קונטרס בכתב יד פון א תלמיד פון הגאון רבי ברוך בער זצ"ל ליבויץ זצ"ל שיעורים אויף מס' ב"ק
ווייסט איינער וואו דאס איז געדרוקט?
אגב דער תלמיד שרייבט גאנץ אן אינטערסאנט לשון אויפן דעקל "שיעורים מאדמו"ר שליט"א הרב הצדיק ... ברוך בער ליבויץ שליט"א"
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 21, 2012 2:28 pm
דורך מיללער
כתב ידו של הר"ר חיים מאיר ב"ר יוסף הלוי הורוביץ מפפד"מ בעמח"ס
בית נכות ההלכות וספר
ברכת אברהם וספר
שינוי נסחאות וגרסאות.
נכתב לדר. ראבבינער יוסף פערלס בו מודה על המעות שהלווה עבור הדפסת ספריו, ומבקש לשלם ע"י שליחת ספרים.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 21, 2012 2:33 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:איך וועל נישט ווערן אנטוישט, אדרבא, אין שמחה כהתרת הספיקות, אפגעזעהן וואספארא ראלע דער רב/ראבינער האט געטראגן. אבער איך וואלט געוואלט האבן א קראנטע ראי' אז היינו ברוך והיינו בענעדיקט (ידעתי שבענדיט/בענעדיקט הוא כינוי לברוך) ס'קוקט אויס ווי איר זייט גערעכט הרב ליפשיץ.
לויט די 'זושאיש אינציקלאפעדיע' איז ער געבארען בשנת תקס"ה 1806 למס' צו זיין פאטער ר' שמואל וואלף לעווי אין שטאט ווארמס, ר' שמואל וואלף איז געווען אין די באקאנטע סנהדרין פון נאפאליאן אין פאריז, און שפעטער האט ער געדינט אלס רב אין מאינץ.
דער בענעדיקט איז געוואר רב אין גיעסן בשנת תרפ"ט ווי ער האט היבשט מאדערניזירט/רעפארמירט די קהלה, ער איז דארט געשטארבן בשנת תרנ"ט-1899.
זיין זון הערמאן לעווי איז געבוירען אין גיעסן בשנת תקצ"ט, שפעטער געווען בעקאנטער מוזיקאנט און טעאטער שפילער אין מינכען ווי ער איז געשטארבן בשנת תר"ס.
דייטשער דרוק-סארט און האנט-שריפט פון דעם דערמאנטן בענעדיקט לעווי פון גיעססין:
http://www.archive.org/stream/josephper ... 2/mode/1up
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 5:53 pm
דורך זאמלער
מכתב אדרעסירט צו הג''ר יוסף זכריה שטרן, אב"ד שאוולי די חתימה קוקט אויס יעקב ב''ר דוב היילפרין מפה?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 29, 2012 4:11 pm
דורך סטראשעלע
א כתב יד פון הרב מנחם מענדל כהנא הומנא
ווער איז דאס?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 29, 2012 4:17 pm
דורך יוסף שרייבער
עס שטייט schwiegerson דהיינו ר' מנחם מענדל כהנא רב דיין וראש ישיבה בהומנא חתן ר' אברהם שטיינער אב"ד ב.קערעסטור בן הרה"ק ר' ישעיה. נספה בשואה הי"ד.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 29, 2012 4:40 pm
דורך מיללער
יוסף שרייבער האט געשריבן:עס שטייט schwiegerson דהיינו ר' מנחם מענדל כהנא רב דיין וראש ישיבה בהומנא חתן ר' אברהם שטיינער אב"ד ב.קערעסטור בן הרה"ק ר' ישעיה. נספה בשואה הי"ד.
בן?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 29, 2012 4:49 pm
דורך יוסף שרייבער
ניצט וועלכע טרענסלעטער איר ווילט וועט איר זעהן אז schwiegersohn איז son in law והדבר פשוט. אזוי ווי א שווער הייסט Schwiegervater.
נישט אז איך דארף צוקימען צו דעם כתב יד צו וויסען ווער ר' מנחם מענדל כהנא איז, איך האב שוין עטליכע מאל געזעהן זיין חתימה אויף ספרים, דאך איז עס א אינטרעסאנטע לעטערהעד.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 29, 2012 5:06 pm
דורך מיללער
יוסף שרייבער האט געשריבן:ניצט וועלכע טרענסלעטער איר ווילט וועט איר זעהן אז schwiegersohn איז son in law והדבר פשוט. אזוי ווי א שווער הייסט Schwiegervater.
נישט אז איך דארף צוקימען צו דעם כתב יד צו וויסען ווער ר' מנחם מענדל כהנא איז, איך האב שוין עטליכע מאל געזעהן זיין חתימה אויף ספרים, דאך איז עס א אינטרעסאנטע לעטערהעד.
נו וודאי, דאס איז דאך א דבר פשוט, איך פרעג נאר וועמענס זון ר' מענדל איז געווען, גיימיר עס אריבערשטעלן ביים אשכול פון ר' שייע'לע.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 29, 2012 5:24 pm
דורך יוסף שרייבער
אה אנטשולדיגט איך האב נישט פארשטאנען. איך האב נישט ביי די האנט די ספר הנפלא מופת הדור אבער איך גלייב אז דארט שטייט און אז נישט וועט עס שטיין אין ח"ב שעומד לצאת לאור.
דא שטייט בטעות אז היה חתן ר' ישעיה.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=191זעהט דא
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=83
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 11:45 am
דורך יוסף שרייבער
זעהט אויס א גאר חשובער כותב, ווער קען עפעס כאפען?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 5:48 pm
דורך ווילוויסן
א זאפטיגע שריפט, קוקט אויס א כותב.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 6:28 pm
דורך יוסף שרייבער
מיינסט צו זאגען א כותב און נישט קיין אוטוגראף?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 6:31 pm
דורך ווילוויסן
יא
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 6:35 pm
דורך יוסף שרייבער
איך האב זיך אויך מסתפק געווען ,פון איין זייט האט עס כאראקטעריסטיקס פון א אוטוגראף און פון די אנדערע זייט אויך פון א כותב.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 6:37 pm
דורך SPUSMN
די הגה"ס זענען ווי געמאלען מיט א בארדער.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 6:40 pm
דורך יוסף שרייבער
קוק אויף די צווייטע סקען קוקט היבש אויס ווי א אוטוגראף.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 6:50 pm
דורך ווילוויסן
יוסף שרייבער האט געשריבן:איך האב זיך אויך מסתפק געווען ,פון איין זייט האט עס כאראקטעריסטיקס פון א אוטוגראף און פון די אנדערע זייט אויך פון א כותב.
איך האב מיך אויך געוואקעלט איבער דעם, מ'זעט דעם רהיטת הכתב לויפט, איך האב נאר געטראכט אז יתכן ער האט זיך זעלבסט מעתיק געווען, אין אנדערע ווערטער נישט אזוי ווייט א ראי' אז ס'איז נישט כתב המחבר ווי א ראי' אז דאס איז שוין איבערגעשריבן רעדי טו פרינט.
אגב, ווייסט זיכער אז דער גרויסער מבין אויף כתבים בויעט זייער שטארק אויף דעם צו באשלוסן אויב ס'איז אויטאגראף צי נישט. ואף שיש אמת בזה בפרט אצל הגדולים שלא הי' להם פנאי, אבל יש לחלק בזה. וכבר נוכחתי בכתב יד שהי' נראה ככותב והוברר להיות מהמחבר.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 12:21 am
דורך פורים קטן
איך פרוביר צו פרינטן די פאר בלעטער, כדי עס צו קענען ליינען, ולא עלתה בידי, ס'קומט ארויס צוהאקטע אותיות, מי יכול לעזרני?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 1:33 pm
דורך נחמן נתן
פורים קטן האט געשריבן:איך פרוביר צו פרינטן די פאר בלעטער, כדי עס צו קענען ליינען, ולא עלתה בידי, ס'קומט ארויס צוהאקטע אותיות, מי יכול לעזרני?
אויבן אויפן לינקן זייט פונעם page איז פארהאן אזא קנעפל וואס איז מיוחד אויב וויל איינער פּרינטן אן אשכול.
זעה בילד.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 1:42 pm
דורך יוסף שרייבער
איך גלייב נישט יענעם קנעפל וועט עם העלפען, איך מיין די סיבה פון די ציהאקטע אותיות איז ווייל מען קען נאר שטעלען דא ביז 256kb און ביי אזא גרויסע בלאט קומט עס אויס צוהאקט.
ואולי כאן המקום צו בעטען אויב עס איז מעגליך אז און דעם אשכול מיט די צווילינג אשכול חתימות והקדשות זאל מען קענען לייגען גרעסערע פיילס (אויב עס איז מעגליך טעכניש עס אנצושטעלען נאר פאר די צוויי אשכולות), די ריסייזען נעמט צומאל אוועק די גאנצע אפעטיט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 4:20 pm
דורך זאמלער
יוסף שרייבער האט געשריבן:ניצט וועלכע טרענסלעטער איר ווילט וועט איר זעהן אז schwiegersohn איז son in law והדבר פשוט. אזוי ווי א שווער הייסט Schwiegervater.
נישט אז איך דארף צוקימען צו דעם כתב יד צו וויסען ווער ר' מנחם מענדל כהנא איז, איך האב שוין עטליכע מאל געזעהן זיין חתימה אויף ספרים, דאך איז עס א אינטרעסאנטע לעטערהעד.
פאלגנד איז א חתימה פון אים אויף איינער פון זיינע ספרים וואס איך האב אין מיין באזיץ