בלאט 5 פון 19

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:11 pm
דורך יוראפ
נאך א עמוד

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:12 pm
דורך יוראפ
דער ספר הייבט זיך אן מיט דעם עמוד

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:12 pm
דורך אוהב חכמה
שערי קדושה וזבח תודה על הל' שחיטה זענען מסתמא לר' יחיא צאלח, ושוחטי הילדים לר' ישראל נאגארה.
אלע דריי שוין געדרוקט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:25 pm
דורך יוראפ
דאס איז זייער כתב יד, אדער סתם איבערגעשריבן?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:51 pm
דורך יוסף שרייבער
דאס איז א כת"י פון תימן,אין די פארשטיפטע שטעט און דערפער איז נישט געווען בנמצא א דריק האט מען מעתיק געווען די ספרים וואס מהאט געדארפט וויכטיג האבען. עס איז דא היינט טויזעטער אזעלכע כתבי יד.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 1:59 pm
דורך יוראפ
טעינקס עווריבאדי, ובפרט פאר אוהב חכמה ענד יוסף שרייבער!!

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 3:06 pm
דורך זאמלער
איר האט רעכט הרב שרייבער, פון די תימנ'ע כתבים איז דא אסאך, אבער דאך האט דאס א געוויסע ווערד. איך אליינס פארמאג פארשידענע. איך לייג דא ארויף עטליכע שטיקלעך פון דאווענען, א.א.וו. די אנווייזונגען וכדו' זענען געשריבן אין אראבישע שפראך (כתב לשה"ק), ווי מען קען זען ביי פדיון הבן

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 4:43 pm
דורך ווילוויסן
זאמלער
ווערט ווייס איך נישט אפשר אויפן פונט.. עה, ס'זיכער דא זאכן וואס זענען ווערט, גאר אלטע וכדומה.

ווי רב שרייבער שרייבט שוין איז דארט מאנוסקריפטן זייער גאנגבאר געווען, נישט נאר אין דערפער אפילו אין די שטעט ווי צנעא און עדן האט זיך ערשט אנגעהויבן דער דרוקעריי זייער שפעט. ווען איינער האט געדארפט א ספר איז מען געגאנגען צו א סופר פאר אפאר דיננאר.. און מעתיק געווען א פריערדיגע כתב יד.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 4:44 pm
דורך מיללער
ווילוויסן האט געשריבן:ווייסט כאטש ווער דאס איז.
האט דאס עפעס מיט ר' צבי הירש קארא פון ראוויטש? געהאט א זון נפתלי תלמיד ר' עקיבא איגר אח"כ אב"ד שרים.??


ר' עקיבא איגר האט געהאט אן אייניקל ר' אייזיק קארא פון בערלין, געווען אן איידעם ביי ר' אברהם איגר פון ראוויטש בנו של הגרעק"א, הו"ל את ספרי זקנו, זעה דא זיין חתימה און נאך פרטים:
http://kedem-auctions.com/Items/%D7%AA% ... 7%AA%D7%95
איז דאס פון די משפחה?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 4:57 pm
דורך ווילוויסן
דא שרייבסטו אז ר' אברהמ'ס איידעם איז געווען ר' הירש, האט ער געהאט צוויי קארא איידימער?
viewtopic.php?f=31&t=8821

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 5:04 pm
דורך מיללער
ווילוויסן האט געשריבן:דא שרייבסטו אז ר' אברהמ'ס איידעם איז געווען ר' הירש, האט ער געהאט צוויי קארא איידימער?
viewtopic.php?f=31&t=8821

איך זעה נישט ווי איך שרייב ר' הירש אבער אויב יא איז עס א טעות, דער איידעם האט געהייסן ר' אייזיק קארא, זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 83&hilite=

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 5:05 pm
דורך ווילוויסן
משפחת קארא, זענען זיך מייחס צו משפחת הבית יוסף ובעל תולדות יצחק.
ס'זייער א פארצווייגטע משפחה, בעיקר זענען די אלע געווען אין פאזנן געגנט. דער בעל מחבר איל המלאים האט א גאנצע אריכות פון זיינע זיידעס.
איך מיין אז די אלע אונגארישע קרא'ס פון מונקאטש און אומגעגנט האבן אויך שייכות, מ'דארף מברר זיין אויב דער נטע שעשועים איז פון די משפחה.
זאל זיך עמיצער יאווען, דורכצוטון די חשוב'ע משפחה. להגדיל תורה.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 5:06 pm
דורך ווילוויסן
מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:דא שרייבסטו אז ר' אברהמ'ס איידעם איז געווען ר' הירש, האט ער געהאט צוויי קארא איידימער?
viewtopic.php?f=31&t=8821

איך זעה נישט ווי איך שרייב ר' הירש אבער אויב יא איז עס א טעות, דער איידעם האט געהייסן ר' אייזיק קארא, זעה דא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 83&hilite=


זה לשונך שם.
'מזעהט אין די הסכמה פון ר' אליהו מגריידיץ אז ער איז טאקע געווען קודם רב אין מעזריטץ, ער דערמאנט אויך נאך זיין הקדמה זיין פעטער ר' הירש קארא פון בערלין, דאס איז דער אנדערער איידעם פון ר' אברהם איגר וועלכער האט זיך אויך באפאסט בהדפסת ספרי הגרעק"א.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 5:10 pm
דורך ווילוויסן
ווער ס'וועט זוכה זיין צו פתיחת אשכול משפחת קארא.
קען שעפן עמערס פון דעם יחוס בריוו.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=4

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 09, 2012 6:59 pm
דורך הסרפד
ווילוויסן האט געשריבן:ווער ס'וועט זוכה זיין צו פתיחת אשכול משפחת קארא.
קען שעפן עמערס פון דעם יחוס בריוו.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=4

מיר ליגט אין קאפ אז אויף דער דאזיגע "סדר היחוס למשפחת קארא" איז פארהאן זייער א שטארקע טענת מזוייף. (וויפיל אמת'ע יחוס בריוון קומן אהן ביז צו די גאונים?)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 5:41 pm
דורך gamyuchad
gamyuchad האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:צילום הצואה של הערוך לנר זצ"ל בכ"יק.


ווער קען אויספיגערן די חתימה וואס איז אויפן שער בלאט פון ספר הערוך ביי היברובוקס.

http://hebrewbooks.org/42538

מ'זעט דארט א זיגל פון ערוך לנר'ס זון ר' בנציון.
און אויבן שטייט חנני אלקים גם בזה הק' יידל. בלא"א כ"ה איצק עטלינגר קניתי מכ"ה בער ווירצבורג.



אינטערעסאנט.
זעט אויס דער ערוך לנר האט געהאט עטליכע דרוקן פון ספר הערוך,
דא האמיר געהאט געברענגט זיין ערוך לנר וואס איז געדרוקט אין ויניציאה שי"ב.

יעצט זע איך אינעם דרוק פון באזעל שנת שנ"ט, איז דא אויבן א חתימה פון ערוך לנר, און אונטן א זיגל פון זיין זון. די זעלבע זיגל ווי די אנדערע ערוך.
דאס איז די לינק.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=43084&pgnum=1

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 5:42 pm
דורך gamyuchad
הסרפד האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:ווער ס'וועט זוכה זיין צו פתיחת אשכול משפחת קארא.
קען שעפן עמערס פון דעם יחוס בריוו.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=4

מיר ליגט אין קאפ אז אויף דער דאזיגע "סדר היחוס למשפחת קארא" איז פארהאן זייער א שטארקע טענת מזוייף. (וויפיל אמת'ע יחוס בריוון קומן אהן ביז צו די גאונים?)


ליגט אויך אין מיין קאפ אזאנס. ווער דערמאנט זיך? דאך כדאי צו עפענען פון די משפחה עפעס וועט שוין ווערן. אז נישט היינט איז מארגן, יש מחר לאחר זמן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 12, 2012 7:16 pm
דורך הסרפד
איך מיין אז איך האב עס געזעהן אין עטליכע ערטער, אבער איך האב עס זעכער אויך געזעהן אין די הערות פון דער ראדזינער רבי'ס יחוס ארטיקלען אין "צפונות".

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 15, 2012 3:36 am
דורך זאמלער
אט די בריעף האב איך געטראפען [אין א אקשען ביכל] ווי איינער פון משפחת קארא מיטען נאמען רבי זיסקינד קארא אב"ד לעסרין שרייבט איבער א אנטוישונגוואס ער האט געהאט ווען ער האט אויפגעטריבען געלט פאר צו בויען א ביהמ"ד וואס זאל זיין געבויעט לויט די מסורה און מען האט אים פארנערט
איך בין אנגעקומען צו דעם בריעף דורך דעם וואס איך האב א ספר מיט זיין חתימה און זוכענדיג מער פרטים איבער אים בין איך אנגעקומען צו דעם בריעף
איך לייג ארויף סיי די בריעף און סיי די חתימה
עס וועט מיר זיין אינטרעסאנט צו וויסען מער פרטים איבער דעם ר' זיסקינד קארא

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 24, 2012 6:26 pm
דורך זאמלער
מ'האמיר און באזיץ א זמר'ל לכבוד שבת וואס עס שטייט אויבען זמר חדש לכבוד שבת מאאמו''ר מהרי''א שליט''א ושמו חתם בראשי החרוזים מ'קען ליינען און די חרוזים יעקב בר מנחם דוב חקל תפוחין קדישין. ומתחת כל השיר הנ''ל כתב תורה חדשה ישמע מפי קדשו ולמטה כתב הוסף על הזמר שאומרם בבוקר אודה לאלוכו' וחתם שמו בראשי החרוזים

יעצט איז די שאלה ווער איז אט דער בעל השיר

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 01, 2012 1:58 pm
דורך יוסף שרייבער
א כת"י וואס איינער האט זיך פארשריבען אין תרפ"ב א קיצור פן טוש"ע.
kesav.jpg

קיצור שו"ת חת"ס. ועוד א גרויסע מספר דפים ,קען איינער כאפען ווער דאס איז?
kesav1.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 3:18 pm
דורך יוסף שרייבער
הרב יצחק אלחנן הלוי אב"ד ווישטענעץ בשנת תרנ"ט, אין פנקס הקהילות ברענגען זיי א רב בשם יצחק אלחנן נידרלנד אבער זיי שרייבען אז ער איז אוועק בשנת תרמ"ו. האט איינער געהערט פון דעם רב?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 3:52 pm
דורך סטראשעלע
דא שטייט ער איז אוועק תרס"א

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 3:59 pm
דורך יוסף שרייבער
ישר כח, קומט אויס אז שמו המלא איז ר' יצחק אלחנן הלוי נידערלאנד.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 06, 2012 4:01 pm
דורך מיללער
סטראשעלע האט געשריבן:דא שטייט ער איז אוועק תרס"א


כהן שרייבט דארט אז לויט 'הצפירה 1901' איז ער אוועק תרס"א-1901 לכאורה איז זייער מקור דער הצפירה פון סעפטעמבער 09 1901 וואס איך לייג דא ביי, פון דארט איז משמע אז ער לעבט נאך יענעם טאג, ד.ה. פאר סעפטעמבער 1901 - אלול תרס"א איז ער זיכער נישט נפטר געווארן, ווען יא ברויך מען ווייטער צו זוכען.