פיענוח וזיהוי כתבי-יד

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

פיענוח וזיהוי כתבי-יד

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 3:22 pm

נאך דעם געלונגענעם אשכול איבער 'חתימות הערות והקדשות אין ספרי'ם איז שוין טיילמאל באמערקט געווארן אז צווישען די תגובות פאלן אריין העתקות פון כתבי-יד עתיקים וואס דער ארויפלייגער בעט הילף אדער טיילט מיט אינפארמאציע איבער איר חשיבות אבל דא עקא דער פלאץ דארט היות עס איז דאך נישט מיוחד פאר דעם ווערט עס פארשוועמט צווישען די מער פאפולערע תגובות וענינים.

איה לזאת חשבתי דרכי איבער עפענען א מיוחד'יגען אשכול איבער כתבי-יד, סיי מפענח צו זיין דעם תוכן אדער מזהה צו זיין דעם שרייבער אדער פשוט מיטיילען אינטערעסאנטע כתבי-יד פון חכמים וסופרים חדשים וגם ישנים, וזה החלי בס"ד.

אן אלטע כתב יד פון שנת תקצ"ה וועלכע געפונט זיך אפ אויף ארכיוו.ארג, הילף דערווייל געזוכט צו אידענטיפיצירען דעם שרייבער 'הק' ברוך הלוי חונה פ"ק הנ"ל וגאפי'' געשריבען אין 'ק"ק גיעסן יום ה' כ"ד שבט תקצ"ה לפ"ק', די רעדע איז איבער א פסק דין פון א יום תענית.


בעה"י פה ק"ק גיעסן יום ה' כ"ד שבט תקצ"ה לפ"ק

שלום וכט"ס לה"ה הפרנס דבייערן המכונה שלומה מייערפעלד

אויף איהרע אנפראגע פאן הייטע [היינט] ערוויעדרע איך א..הנען ציר
בעקאנטמאכונג בבית הכנסת דלכתי [?] דאס הייטע [היינט כנ"ל] איבער אכט
טאגען דאס איסט [איז] יום ה' ד' אדר הבע"ל דאס גאנצע
דארטיגע קהל, מיט אויסנהאמע דער מעוברות און מניקות
איינען גאנצען טאג פאסטען מוס [מוז], ווא דאן צו שחרית, סליחות
געזאגט [לומר סליחות בתפילת שחרית] אונד צו מנחה ויחל געלייענט ווערדען [ווערן] זאלל, דען נאכסטען [נעקסטען, קומענדיגען מל' נאך, אריין אין שפראך]
מאנטאג אונד דאנערשטאג [העביר קולמוס על דאנערשטאג] דרויף דאס איסט יום ח'
ברויכען בלאס [בלויז] די יעניגען פאסטען דיע
אין דער שול געוועזען [לכאורה מדובר באירוע לא טוב שאירע בביהכנ"ס כמו נפילת ס"ת רח"ל וכדו'] ...., אבער אויף דיעדע נור [נאר] איינען
האלבען טאג. און דיעדע טאגען [בנימים ההם]
ברויכט קיין סליחות געזאגט [אין לומר סליחות] און אויכט ניכט ויחל געלייענט צו ווערדען.

הק' ברוך הלוי חונה פה הנ"ל ואגפיה.


מקור:
http://www.archive.org/stream/beuernjew ... 0/mode/1up
צוגעלייגטע
beuernjewishb001f001_0011.jpg

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 3:48 pm

א גוטער איינפאל לרומם את בית מדרשינו

אפאר קליינע תיקונים
מיללער האט געשריבן:
בעה"י פה ק"ק גיעסן יום ה' כ"ד שבט תקצ"ה לפ"ק

שלום וכט"ס לה"ה הפרנס דבייערן המכונה שלומה מייערפעלד

אויף איהרע אנפראגע פאן הייטע [היינט] ערוויעדרע איך איהנען [אייך] ציר
בעקאנטמאכונג בבית הכנסת דלכתי [?] דאס הייטע [היינט כנ"ל] איבער אכט
טאגען דאס איסט [איז] יום ה' ד' אדר הבע"ל דאס גאנצע
דארטיגע קהל, מיט אויסנהאמע דער מעוברות און מניקות
איינען גאנצען טאג פאסטען מוס [מוז], ווא דאן צו שחרית, סליחות
געזאגט [לומר סליחות בתפילת שחרית] אונד צו מנחה ויחל געלייענט ווערדען [ווערן] זאלל, דען נאכסטען [נעקסטען, קומענדיגען מל' נאך, אריין אין שפראך]
מאנטאג אונד דאנערשטאג [העביר קולמוס על דאנערשטאג] דרויף דאס איסט יום ח'
ברויכען בלאס [בלויז] די יעניגען פאסטען דיע
אין דער שול געוועזען זינד [זענען] [לכאורה מדובר באירוע לא טוב שאירע בביהכנ"ס כמו נפילת ס"ת רח"ל וכדו'] , אבער אויך דיעזע נור [נאר] איינען
האלבען טאג. און דיעזע טאגע [בנימים ההם] {הוא רק לשון יחיד ונרשם קו על הן' סופית}
ברויכט קיין סליחות געזאגט [אין לומר סליחות] און אויכט ניכט ויחל געלייענט צו ווערדען.

הק' ברוך הלוי חונה פה הנ"ל ואגפיה.


באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 3:51 pm

געוואלדיגע רעיון פון א אשכול.

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 4:04 pm

נו, נאט אייך אינפארמאציע איבער דעם ר' 'ברוך הלוי'. ווערט נישט אנטוישט, ביטע.

1] http://www.jewishencyclopedia.com/artic ... i-benedikt
2] http://de.wikipedia.org/wiki/Benedikt_Levi

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 4:18 pm

וואס מאכט אייך טראכטן אז דאס איז דער זעלבער?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:06 pm

ליפשיץ האט געשריבן:נו, נאט אייך אינפארמאציע איבער דעם ר' 'ברוך הלוי'. ווערט נישט אנטוישט, ביטע.

1] http://www.jewishencyclopedia.com/artic ... i-benedikt
2] http://de.wikipedia.org/wiki/Benedikt_Levi


איך וועל נישט ווערן אנטוישט, אדרבא, אין שמחה כהתרת הספיקות, אפגעזעהן וואספארא ראלע דער רב/ראבינער האט געטראגן. אבער איך וואלט געוואלט האבן א קראנטע ראי' אז היינו ברוך והיינו בענעדיקט (ידעתי שבענדיט/בענעדיקט הוא כינוי לברוך) ס'קוקט אויס ווי איר זייט גערעכט הרב ליפשיץ.
לויט די 'זושאיש אינציקלאפעדיע' איז ער געבארען בשנת תקס"ה 1806 למס' צו זיין פאטער ר' שמואל וואלף לעווי אין שטאט ווארמס, ר' שמואל וואלף איז געווען אין די באקאנטע סנהדרין פון נאפאליאן אין פאריז, און שפעטער האט ער געדינט אלס רב אין מאינץ.

דער בענעדיקט איז געוואר רב אין גיעסן בשנת תרפ"ט ווי ער האט היבשט מאדערניזירט/רעפארמירט די קהלה, ער איז דארט געשטארבן בשנת תרנ"ט-1899.

זיין זון הערמאן לעווי איז געבוירען אין גיעסן בשנת תקצ"ט, שפעטער געווען בעקאנטער מוזיקאנט און טעאטער שפילער אין מינכען ווי ער איז געשטארבן בשנת תר"ס.

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:28 pm

מיללער, פוק חזי מאי עמא דבר.

ועוד, 'בענעדיקט' אין דויטש, איז מל' בענטשן וכדו'. דער פויפסט אליין האט מחמת דעם געהייסן 'בענעדיקט', ווייל ער איז 'ברוך - געבענטש'. מאך א סוירטש אין א דייטשן ענגליש דיקשאנערי אויף דעם ווארט "בלעסס - BLESS" ותמצא.

ברוך שפינוזה, איז גענוג ראי'?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:33 pm

ווידעראמאל איך ווייס אז דער נאמען ברוך שטימט מיט בענעדיקט, מיין שאלה איז צו דער שרייבער פונעם אויבנדערמאנטער כתב-יד וואס חתמ'עט 'ברוך הלוי' האט זיך גערופען 'בענעדיקט לעווי', און על אף וואס אינעם דערמאנטן דאקומענט קומט ער פאר שטארק ארטאדאקסיש איז ער גאר געווען א פיאניר פון רעפארמאציע, על זה אנו דנין.

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:42 pm

ווייס איך טאקע נישט, אבער ס'שטימט אלעס ארום. די נעמען, דער דאטום, די שטאט, דאס רבנות וכו'.

אגב, האב איך געמאכט א טעות. "בענעדיקט" אויף "ברוך" איז אינטערנאציאנאל, לאו דוקא דויטש. מעגליך גאר פון גרעק אדער לאטיין.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 6:39 pm

רב ליפשיץ, בענדיקט איז לאטיין וכבר דברנו מזה, אלענפאלס ווי ס'שיינט האט איר רעכט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג דעצמבער 13, 2011 10:05 pm

יא בענעדיקט איז לאטיין,משפחת בנעט-בענעדיקט שטאמט אויך פין א ברכה.

אז ער איז געווען א תלמיד (צווישען אנדערע) פון רע-בינער מיכאל קרייזענאך איז שוין גארנישט שווער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:28 am

עס קען זיין אז היות דער בריוו/פס"ד איז געשריבען געווארן נאך אין תקצ"ה אינגאנצען 6 יאר נאכדעם וואס ער איז אויפגענומען געווארן פאר רב אין גיעססען, קען זיין אז הקדחת תבשילו איז הערשט געווען שפעטער ווען דייטשלאנד האט אנגעהויבען גאלאפירען זיד מיט אן אימפעט.

אויב עמיצער האט א קשר מיט הרב האמבורגער דער מחבר פון 'הישיבה בפיורדא' און אנדערע חשוב'ע חיבורים, ער האט א שטארקע יד ושם בתולדות חכמי גרמני' ער וועט ווארשיינליך האבן עפעס מער אינפארמאציע איבער דעם ברוך/בענעדיקט הלוי/לעווי.

הרב שרייבער,
ער איז אויך געווען א תלמיד פון ר' אברהם בינג אב"ד ווירצבורג תלמידו של ר' נתן אדלער.

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » מיטוואך דעצמבער 14, 2011 9:04 pm

נאך אייניגע תיקונים קטנים

בןהרחמן האט געשריבן:א גוטער איינפאל לרומם את בית מדרשינו

אפאר קליינע תיקונים
מיללער האט געשריבן:
בעה"י פה ק"ק גיעסן יום ה' כ"ז שבט תקצ"ה לפ"ק

שלום וכט"ס לה"ה הפרנס דבייערן המכונה שלומה מייערפעלד

אויף איהרע אנפראַגע פאן הייטע [היינט] ערוויעדרע איך איהנען, ציר
בעקאנטמאכונג בבית הכנסת דשם, דאס הייטע [היינט כנ"ל] איבער אכט
טאַגען דאס איסט [איז] יום ה' ד' אדר הבע"ל דאס גאַנצע
דארטיגע קהל, מיט אויסנאַהמע דער מעוברות און מניקות,
איינען גאנצען טאג פאסטען מוס [מוז], ווא דאן צו שחרית סליחות
געזאגט [לומר סליחות בתפילת שחרית] אונד צו מנחה ויחל געלייענט ווערדען. [ווערן] זאלל דען נאכסטען [נעקסטען, קומענדיגען מל' נאך, אריין אין שפראך]
מאנטאג אונד דאנערשטאג [העביר קולמוס על דאנערשטאג] דרויף דאס איסט יום ח'
ברויכען בלאס [בלויז] דיעיעניגען פאסטען דיע
אין דער שול געוועזען זינד [זענען] [לכאורה מדובר באירוע לא טוב שאירע בביהכנ"ס כמו נפילת ס"ת רח"ל וכדו'] , אבער אויך דיעזע נור [נאר] איינען
האלבען טאג. און דיעזע טאגע [בימים ההם] {הוא רק לשון יחיד ונרשם קו על הן' סופית}
ברויכט קיין סליחות געזאגט [אין לומר סליחות] און אויכט ניכט ויחל געלייענט צו ווערדען.

הק' ברוך הלוי חונה פה הנ"ל ואגפיה.


אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 12:09 pm

קען מען גיין ווייטער?

-

דאסמאל איז די רעדע פון א פשוט'ע חתונה בריוול פון יאר תרמ"ח, דער בריוול ליגט אין די שעכטער ארכיווען אין ניו יארק און היברו-מאנוסקריפטס האט א קאפיע דערפון אנליין.

מיר דאכט אז די געשריבענע חלק (תורף) לייענט זיך ווי פאלגענד:

בתי הבתולה מרים תחי' - הכלה
עב"ג: הב' החתן חיים ליכטענשטיין

מחותנים: ישראל רפאל שווארצמאן
מאטטעל ליכטענשטיין ....
בי"ד לחודש מרחשון תרמ"ח
החתונה תהי' למז"ט בעיר גראסווארדיין?
ביום ג"פ וירא

האב איך גוט ארויסגעלייענט די אינפארמאציע? איז דער ליכטענשטיין פון די באקאנטע ליכטענשטיין משפחה? ווער איז דער שווארצמאן?
צוגעלייגטע
HebrewManuscripts_org_2250[1].JPG

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 12:18 pm

מיר קוקט אויס ווי עס שטייט בעיר בריסק - ????

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 12:21 pm

קען זיין טאקע און וואס שטייט נאך 'בריסק'?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 3:22 pm

דערווייל בין איך דער יחיד וואס שטעלט, לאמיר פרובירען נאך איינס.

-

מכתב הנמכר על איבעי בסך 250.00 מר' משה שמעון זיוויטץ אב"ד פיטסבורג:

בע"ה ב' לסדר ונועדתי אליך תרע"ט

רב גאוני וחביבי ראש וועד אגודת הרבנים הכללי [מי האיש?]
אחרי דרך חמשה שבועות הגיע לידי מכתבו ואמהר להשיבו בשמות הרבנים אשר מבקש. ולמע"ה [ולמען השם] להזהר שלא
יכשל ברבנים הללו אשר הם כספחת לבני ישראל החוסים תחת מפעלי עולמים לכן אל יקבל חבר בלתי הראותו סמיכה
מפורשת, כי רבים הם בארץ הזאת אשר עשו עצמם רבנים וחוסים תחת מסוה הציונים ומזרחים, ויען כי ציוני
אנכי ג"כ יודע אני אותם היטב כי ישנם רבים מנהם שקבר פתוח גרונם והולכים ובאים מארץ לארץ מפזרוני
ציונים אשר אומרים כי האמצעי ותכלית אחד הם והתכלית מקדש כל אמצעים וד"ל והנני נותן לו עשרה
שמות
.

ומונה את שמות ואדריסת הרבנים דלהלן:

1. הרב דר' דוב (ברנארד) רעוועל ר"י רי"א בניו יארק [גאון וראש ישיבה וגביר]
2. הרב דר. גאלדבערג [?]
3. הרב ר' דוב בער לעווינטאהל מפילעדעלפיע
4. הרב ר' דוב בער אבראמאוויטש מניו יארק
5. הרב ר' משה זבולון מרגליות מניו יארק
6. הרב ר' יוסף קאנוויץ מניו זשערסי [מח"ס בית יוסף חתן הרידב"ז]
7. הרב דר. הילל קליין מניו יארק [נשיא כולל שמוה"ח]
8. הרב ר' אפרים עפשטיין משיקאגא
9. הרב ר' ישראל ראזענבערג מניו יארק [יו"ר אגוה"ר דארה"ב]
10. הרב ר' משה שמעון זיוויץ מפיטסבורג [הכותב]

ישנם משפחה בשם טריוויס גבירים יראי אלקים עושים ומעשים
ופה לוטה אדריסתם

הנני שולח לכבודו את ספרי אשר ד' חנני והוא משבי"ח על הירושלמי ונא לעניי תיכף בקבלתו
ידיד [חתימתו]

-

מקור:
http://www.ebay.com/itm/1919-Rabbi-Mosh ... 5647923806

-

מיין שאלה דא איז ווער איז געווען דע 'אגודת הרבנים הכללי' און דער 'ראש הוועד' צו וועם דער בריוו איז געוואנדען? דאס איז זיכער נישט דער 'אגודת הרבנים דארה"ב וקאנאדא' ווייל יענס איז שוין געגרינדעט געווארן בשנת תרס"א און ווען דער בריוו איז געשריבען געווארן בשנת תרע"ט זענען די אלע דערמאנטע רבנים שוין געווען מיטגלידער פון יענע ארגענעזאציע (זעה באריכות דא viewtopic.php?f=63&t=6738)

אולי מדובר ב'אגודת הרבנים הכללי' שנוסדה בשנת תרע"ג בארצות המזרח:
http://www.hebrewbooks.org/43855
צוגעלייגטע
456.jpg
1234.jpg

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 3:47 pm

מיללער האט געשריבן:קען מען גיין ווייטער?

-

דאסמאל איז די רעדע פון א פשוט'ע חתונה בריוול פון יאר תרמ"ח, דער בריוול ליגט אין די שעכטער ארכיווען אין ניו יארק און היברו-מאנוסקריפטס האט א קאפיע דערפון אנליין.

מיר דאכט אז די געשריבענע חלק (תורף) לייענט זיך ווי פאלגענד:

בתי הבתולה מרים תחי' - הכלה
עב"ג: הב' החתן חיים ליכטענשטיין

מחותנים: ישראל רפאל שווארצמאן
מאטטעל ליכטענשטיין ....
בי"ד לחודש מרחשון תרמ"ח
החתונה תהי' למז"ט בעיר גראסווארדיין?
ביום ג"פ וירא

האב איך גוט ארויסגעלייענט די אינפארמאציע? איז דער ליכטענשטיין פון די באקאנטע ליכטענשטיין משפחה? ווער איז דער שווארצמאן?

כ'קלער, ישראל רפאל שווארץ וב"ב
מאטטעל ליכטענשטיין וב"ב

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 4:02 pm

מיללער האט געשריבן:קען זיין טאקע און וואס שטייט נאך 'בריסק'?


זה 'בריסק דקוא' brzesc kujawski הנמצא במחוז ווארשא,להבדיל מבריסק דליטא.

בזמן של ההזמנה היה שם רב ר' יהושע פאלק בן ר' צבי הירש אויערבאך ועבר משם לפלאצק,לפני השואה היה ר' יקותיאל נטע רבינוביטש.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 4:50 pm

מיללער האט געשריבן:
ליפשיץ האט געשריבן:נו, נאט אייך אינפארמאציע איבער דעם ר' 'ברוך הלוי'. ווערט נישט אנטוישט, ביטע.

1] http://www.jewishencyclopedia.com/artic ... i-benedikt
2] http://de.wikipedia.org/wiki/Benedikt_Levi


איך וועל נישט ווערן אנטוישט, אדרבא, אין שמחה כהתרת הספיקות, אפגעזעהן וואספארא ראלע דער רב/ראבינער האט געטראגן. אבער איך וואלט געוואלט האבן א קראנטע ראי' אז היינו ברוך והיינו בענעדיקט (ידעתי שבענדיט/בענעדיקט הוא כינוי לברוך) ס'קוקט אויס ווי איר זייט גערעכט הרב ליפשיץ.
לויט די 'זושאיש אינציקלאפעדיע' איז ער געבארען בשנת תקס"ה 1806 למס' צו זיין פאטער ר' שמואל וואלף לעווי אין שטאט ווארמס, ר' שמואל וואלף איז געווען אין די באקאנטע סנהדרין פון נאפאליאן אין פאריז, און שפעטער האט ער געדינט אלס רב אין מאינץ.

דער בענעדיקט איז געוואר רב אין גיעסן בשנת תרפ"ט ווי ער האט היבשט מאדערניזירט/רעפארמירט די קהלה, ער איז דארט געשטארבן בשנת תרנ"ט-1899.

זיין זון הערמאן לעווי איז געבוירען אין גיעסן בשנת תקצ"ט, שפעטער געווען בעקאנטער מוזיקאנט און טעאטער שפילער אין מינכען ווי ער איז געשטארבן בשנת תר"ס.


כ'האב גלייך געזעהן אז דער כתב איז מיר באקאנט, און ווען איך האב נאכדעם געזעהן אז ער איז געווען רב און קאפענהאגען, בין איך שוין כמעט ווי זיכער אז איך האב ערגעץ באגראבען א בריוו פון אים. מען דארף עס נאר טרעפען.

און וועגען דעם אז הקדיח תבשילו, נעבעך, א היפש צאל תלמידים פון חתם סופר, און תלמידי תלמידיו, הקדיחו תבשילם, די האר פון קאפ וועט זיך ענק אויף שטעלען טאמיר איינער זאל צוזאמען נעמען אלע נעמען. כמעט אין בית שאין לו מת. מיט דעם איז ביי אונז היינט אכשיר דרא, אפילו עס זענען דא אזעלכע וואס זענען יוצאים לתרבות רעה, איז עס אבער נישט בשיטה, און גאר א סאך קומען צוריק כאטש לשליש ולרביע ולמחצה, אבער בימים ההם זענען גאנצע חשובע משפחות געגאנגען א גאנג.

לדוגמא, עס איז געווען גאר א חשובער רב רבי יוסף הערש ווייס זצ"ל, ער איז געווען אבד"ק ערלוי און געווען א גרויסער קעמפער קעגען די ריפארם און אונגארן, ער האט געחתם'עט פאר דער טיילונג. ער האט געהאט א זוהן מיט דער נאמען אהרן וואס האט געלערענט ביי רבי עזריאל הילדעסהיימער זצ"ל און נאכדעם געגאנגען שטודירען. כאטש רבי עזריאל הילדעסהיימער איז ביי מאנכע א ביסעל קאנטאווערסאל האבען זיינע קעגנערס און חבירים תלמידי חתם סופר אים געהאלטען פאר אן אמת'ן צדיק, וואס האט אן אנדערע מיינונג ווי זיי ווי צו לעזען דאס פרובלעם, אבער מיינט כולו לשם שמים. למשל דער גרויסער גאון רבי יהודה אסאד זצ"ל וואס איז געווען פון די סאמע גרעסטע גאונים און אונגארן האט געשיקט זיינע קינדער לערנען ביי אים.

דער אהרן ווייס איז קודם געווען דער סעקרעטאר פון דער ארטאדאקסישע קאנצעליי און פעסט 'שומרי הדת', און לויט ווי איך פארשטיי איז ער גאר געווען דער עורך פון דער ארטאדאקסישע צייטונג 'שומרי הדת'. נישט בחינם איז דער גרויסער גאון רבי אברהם שאג זצ"ל לכתחילה געווען זייער נישט רואיג מיט דער קאנצעליי ווי ער האט שפעטער געשריבען אויף איינעם דארט אז ער איז פוסח על שתי סעיפים, און וועגען דעם האט ער קודם געהאלטען אז עס איז בעסער נישט צו האבען דער גאנצער שומרי הדת וואס בעלי בתים (פוסחי על שתי סעיפים) וועלען פירען, און בעסער איז אז ביי יעדען פרובלעים זאלען זיך די ערליכע רבנים צאם נעמען און אן אסיפה און אליין דן זיין, און עס נישט לאזען צו א סעקרעטאר פון אן ארגעניזאציע. יעצט, מיט דער אהרן ווייס פארשטייען מיר שוין אלעס, באותו שעה כשר היה אבער פליגען און דער נאז האט ער מסתמא שוין געהאט. פון דארט איז ער אפגעפארען קיין אמעריקע און געווען פון די מייסדים פון דער סיאלאדזיקעל סעמעטערי, און געבוירען א זוהן הנודע לשמצה סטעפאן ווייס. דער זיידע איז געווען א צדיק, דער זוהן הקדיח תבישילו, און דער אייניקעל האט געהאט א האנט און דער טויט פון טויזענטער אונגערישע אידען. איך האב ערגעץ א שריפט פון רבי יוסף הערש ווייס זצ"ל וואס איך פלאן ארויף לייגען און דער אנדערע אשכול, ווייסט איינער אויב עס איז געבליבען ערליכע אייניקלעך פון אים? דא איז א לינק פון אים: http://en.wikipedia.org/wiki/Joseph_Hirsch_Weiss

וועגען בענעדיקט, מיין איך אז כ'האב געזעהן א פסק דין פון הגאון רבי מרדכי בנעט זצ"ל און ער חתם'עט זיך און לאטייניש בענעדיגט בנעט, איז אויב אזוי נישט מוכרח אז בענעדיגט איז ברוך.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 5:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 5:00 pm

איך פריי מיך אז מען האט געעפנט דעם אשכול. אני הקטן האב געעפנט אן אשכול פונעם זעלבן סארט נאך ביפאר דעם קראך אין דעם סיסטעם, נאר אזוי ווי איך האב פארלוירן חשק צוליבן פארלירן די תגובות האב איך עס נישט אויגעפרישט. אבער אז ס'איז שוין יא אזוי, אז מען האט גע'עפנט, וועל איך נאכאמאל ציטירן מיין דעמאלסדיגן כתב וואס איך העט געוואלט פיענוח דערויף.
68.jpg
69.jpg
:
בעשהשי"ת שיל"ת יום ג' כ"ד למב"י תקפו"ל פה קאלא [קאלוב]


אל ראש גולת אריאל, צדקתו כהררי א-ל, ה"ה גאון עוזינו, הרב הגאון המאה"ג פאר הדור כלולות תפארתינו,
פ"ה ע"ה נ"י המפורסם כש"ת מו"ה משה מינץ אבדק"ק אובן ישן יע"א
והעומד על ימינו ה"ה הראש ה[נ]גיד הגביר המפורסם כמו"ה שמעון נ"י ראש ומנהיג דק"ק הנ"ל

היות שדרכינו תמיד להיות מן הצנועי' המושכי' את ידיהם מלכתוב כבת מליצות, רק בדבר הזה האמת אגיד
ולא אכחד דבר. ה"ה המוכ"ז הרבני המופלג מו"ה שלמה שהוא עסוק בדבר מצוה
אדות אביו הצדיק הקדוש הטהור הרב המאה"ג מו"ה מרדכי הדר בא"י
הקדושה, והוא קדוש מרחם, ומפרק הרים ומשבר סלעים בגבורות ישע ימינו,
ורבים תהלתו יספרו, ושבחו יביעון כל היום, והוא מפורסם לרבים בארץ
הקדושה, והנה זה יותר מטו"ב שנים שדר בא"י ועיקר פרנסה שלו הי' ממדינות
פולין מהרב הגאון החסיד דק"ק מעזבעז ז"ל ומשאר צדיקי' ואנשי מעשה שהי' מחזקי'
אותו ושלו לו מידי שנה בשנה ??? כי הי' מכירין אותו, ועתה בעו"ה
החסידי' ואנשי מעשה הנ"ל נאספו, והנה אנחנו החתומים לא נעזבנו ונתן לו
מאיתנו, אך אין הקומץ משביע וכו', ולכן מבקשים אנחנו להיות מוכ"ז תנא דמסייע
בכל מה דאפשר וחלילה לנו להגיד לכם היוש או ללמדכם להועיל
רק אנחנו יודעי' מהותו וטבעו והכרנו בו את הרב הצדיק הנ"ל ולכן מודיעי'
אנחנו ממנו, וחסדיכם לא יעזובו אותו מלהשיג לו מעמד ומצב מידי שנה בשנה
או באיזה אופן כי אתכם החכמה והמדע. כ"ד המדבר לכבוד התורה ולומדי' בצדקה
ועתה הזמן גרמא ששלח הרב הצדיק מהר"ם הנ"ל את בנו הרבני מהר"ש מן
הארץ הקדושה מחמת דחקות הפרנסה לעזור לו בכל מה דאפשר ובזכות צדקה
נגאלו. דברי המעתירים בעדו
יחיאל מיכל זיכרמאן
יעקב פיש מקאלא

גם ממני הכתוב ?? לכבוד הרב הגאון פאר הדור חד בדרא כש"ת מו"ה מינץ ולכבוד הנגיד הגביר מו"ה שמעון
דבאסקעוויץ
נ"י ואבקש מאוד בעבור מוכ"ז הנ"ל שהוא מצוה גדולה ושכרו לא יקופח מן השמש
דברי ?? עבד לעבדי ה' הק' יעקב ברוך בן מ' אורי ליפמן פרענקל ז"ל


א) איך האב געשריבן "כ"ד" למב"י הגם עס איז נישט קלאר, אבער נאכקוקנדיג א לוח פון תקפ"ו (וואס דאס איז דאך יא קלאר) קען נאר דאס שטימען לפענ"ד מיט א "יום ג'"
ב) ווער איז דער ר' שמעון ראש הקהל אין בודא (אובן ישן). פון די צוגעלייגטע ווערטער פון הגאון ר' יעקב ברוך פרענקל פון קאלוב זעהט מען אז ער שטאמט פון "באסקאוויץ". מיהו זה?
ג)ווער איז דער "קדוש מרחם אמו המפורסם, וכו' וכו' הקדוש הטהור מו"ה מרדכי" וואס איז געגאנגען וואוינען אויף ארץ הקדושה בערך בשנת תקס"ט (יותר מטו"ב שנים)?
ד) פון וועלכע "הרב הגאון החסיד דק"ק מעזבעז" רעדט זיך דא וואס איז לכאורה נסתלק געווארן נישט צופיל פריער ווי דער בריעוו?
ה) ווי קומען דריי עכט אונטערלענדער קאלובער חסידים זיך צו ווענדען גאר צו בודא איבער מעמדות וואס פלעגט גאר קומען פון חסידישע רבי'ס פון פוילן? די קאנעקשאן פון די דריי צו די פוילישע רבי'ס פארשטיי איך נאך, אבער וואס איז זייער קאנעקשאן צו אובן ישן?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 5:09 pm

דער אפטער רב זי"ע איז נסתלק געווארען ה' ניסן תקפ"ה און מעזיבוז ושמנו"כ. ער איז אנגעקומען קיין מעזיבוז און שנת תקע"ג נאכדעם ווי דער רבי רבי ברוך'ל ממעזיבוז זי"ע איז דארט נסתלק געווארען און שנת תקע"א.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11991
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 5:12 pm

דאס איז דער הרב רוזענבערג וואס עטץ זיכטס: http://kevarim.com/rabbi-yisroel-israel-rosenberg/
איך טרעף נישט א וויקיפעדיע ארטיקעל אויף אים
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 5:17 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן: א) איך האב געשריבן "כ"ד" למב"י הגם עס איז נישט קלאר, אבער נאכקוקנדיג א לוח פון תקפ"ו (וואס דאס איז דאך יא קלאר) קען נאר דאס שטימען לפענ"ד מיט א "יום ג'"
ב) ווער איז דער ר' שמעון ראש הקהל אין בודא (אובן ישן). פון די צוגעלייגטע ווערטער פון הגאון ר' יעקב ברוך פרענקל פון קאלוב זעהט מען אז ער שטאמט פון "באסקאוויץ". מיהו זה?
ג)ווער איז דער "קדוש מרחם אמו המפורסם, וכו' וכו' הקדוש הטהור מו"ה מרדכי" וואס איז געגאנגען וואוינען אויף ארץ הקדושה בערך בשנת תקס"ט (יותר מטו"ב שנים)?
ד) פון וועלכע "הרב הגאון החסיד דק"ק מעזבעז" רעדט זיך דא וואס איז לכאורה נסתלק געווארן נישט צופיל פריער ווי דער בריעוו?
SPUSMN האט געשריבן:דער אפטער רב זי"ע איז נסתלק געווארען ה' ניסן תקפ"ה און מעזיבוז ושמנו"כ. ער איז אנגעקומען קיין מעזיבוז און שנת תקע"ג נאכדעם ווי דער רבי רבי ברוך'ל ממעזיבוז זי"ע איז דארט נסתלק געווארען און שנת תקע"א.

ה) ווי קומען דריי עכט אונטערלענדער קאלובער חסידים זיך צו ווענדען גאר צו בודא איבער מעמדות וואס פלעגט גאר קומען פון חסידישע רבי'ס פון פוילן? די קאנעקשאן פון די דריי צו די פוילישע רבי'ס פארשטיי איך נאך, אבער וואס איז זייער קאנעקשאן צו אובן ישן?

שאלה ד' איז מפוענח (גוט געשריבן ע"פ דקדוק? כ'האף) יישר כח שומר.
יעצט די איבריגע פראגעס ביטע. ווער קען העלפן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2011 5:17 pm

SPUSMN האט געשריבן:דאס איז דער הרב רוזענבערג וואס עטץ זיכטס: http://kevarim.com/rabbi-yisroel-israel-rosenberg/
איך טרעף נישט א וויקיפעדיע ארטיקעל אויף אים


ווער זוכט?


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט