בלאט 1 פון 1

כרך חדש של 'שיח זקנים'

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 4:54 pm
דורך יאסל
ווידער איז ערשינען א פרישער חלק פונעם ווינדערליכען ספר שיח זקנים.
ווי דער מלקט ר' ישראל חיים אשרי טיט א ווינדערליכע ארבעט ארום קלעטערן צי זקנים וואס האבן נאך געהאט די זכי' צי זען צדיקי אמת
אין טיט אפשרייבן די סיפורים וואס זיי האבן געהאט די זכי' מיטצילעבען למען יעמדו למשמרת ימים רבים.
אין דעם פעלד פון מלקט זיין, מיין איך איז ער דאס בעסטע וואס איז פארהאן.
אין איינער וואס האט א געפיל צי די ענינים מיין איך איז די פופצען טאלער וואס ער בעט דערפאר ממש א בחינה פון א מציאה .

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 5:01 pm
דורך scy4851
א ריזיגען ישר כח יאסל פאר מודיע זיין.
איך גיי עס נאך היינט קויפען בל"נ.
איך האב אלע חלקים ביז איצטערט.
עס איז ממש א מחיה צי ליינען.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 5:31 pm
דורך ביקסאד
שוין דורך געליינט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 10:28 pm
דורך יאנאש
ביקסאד האט געשריבן:שוין דורך געליינט.


און וואס איז דיין מיינונג דערויף?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2008 4:14 am
דורך יצמחפורקניה
איך מיין אז היות די עכטע אינטערסאנטע זאכען, קען מען דאך נישט דריקען. ממילא איז עס נישט עפעס ווייסעך וואס

מה דעתכם ?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2008 11:58 am
דורך ביקסאד
יאנאש האט געשריבן:און וואס איז דיין מיינונג דערויף?
מפיהם ומפי כתבם איז אינטערסאנטער, דארט איז דא נישט צענזורירטע סיפורים פון הרה"ק ר' יעקב מפשעווארסק זי"ע, ווי אויך די ארגינעלע רשימות פון ר' מאטל זילבער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2008 3:29 pm
דורך יאסל
יצמחפורקניה האט געשריבן:איך מיין אז היות די עכטע אינטערסאנטע זאכען, קען מען דאך נישט דריקען. ממילא איז עס נישט עפעס ווייסעך וואס

מה דעתכם ?

אויב זיכסטע קאנטווערשעל סחורה איז דאס טאקע נישט דאס פלאץ,
אבער אין אנדערע תחומים איז ער אויסגעצייכענט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2008 3:30 pm
דורך יאסל
ביקסאד האט געשריבן:
יאנאש האט געשריבן:און וואס איז דיין מיינונג דערויף?
מפיהם ומפי כתבם איז אינטערסאנטער, דארט איז דא נישט צענזורירטע סיפורים פון הרה"ק ר' יעקב מפשעווארסק זי"ע.

דער מפיהם איז ווייט נישט דער קאליבאר ווי שיח זקנים.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2009 1:27 am
דורך החריף
ווי קען מען באקומען דער ריכטיגע סחורה, וואס מ' לאזט אינז איבער דער אלע שטיקלעך?

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2009 8:17 am
דורך badatz
החריף האט געשריבן:ווי קען מען באקומען דער ריכטיגע סחורה, וואס מ' לאזט אינז איבער דער אלע שטיקלעך?



ב''ה

גלייב מיר דיא ווילסט נישט וויסען !!!!!!
ווילען וויסען ווילסט נאר בייא יענעם .אבער נישט בייא זיך .
אין פסוק שטייט יוסיף דעת יוסיף מכאוב .
ציא וואס ברענגט דיא גרויסע חכמה . דיא גאנצע השכלה איז נאר געקומען
פין וויסען .אבער פין דיא אנדערע זייט קען מען דאך נישט לאזען זעך
איינרעדען .אויף דעם גייט דער מאמר חז''ל -אוי לי מיצרי אוי לי מיוצרי -
אבער עכ''פ אויב מען דערציילט שוין יא --דארף מען דערציילען נאר אין
טאקע נאר דעם אמת לאמיתו .אז נישט דערצייל נישט .

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2009 8:26 am
דורך badatz
ב''ה

ס'איז ידוע וואס מען האט געזאגט אמאהל פאר א רעבי'ן וואס האט ליב געהאט
ציא דרוקען זאכען וואס עהר האט געוואסט .בזה הלשון נישט אלעס וואס מען
ווייס דארף מען זאגען . אין נישט אלעס וואס מען זאגט דארף מען שרייבען .
אין נישט אלעס וואס מען שרייבט דארף מען דריקען .
אין גלייב מיר איך האב אסאך גערעדט מיט זיין נאמן ביתו אז דער רבי האט
אויך חרטה געהאט אויף זאכען וואס עהר האט געזאגט אין געדריקט .
אויף אזוי ווייט אז ווען זיינע חסידים האבען איבער געדרוקט זיינע ספרים
האבען זייא ארויס גענומען שטיקלעך כידוע .
מיר דארפען טיהן נאר אין זאכען וואס וועט ברענגען ציא אהבה ויראה .

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2009 8:31 am
דורך מאיר
badatz האט געשריבן:ב''ה

ס'איז ידוע וואס מען האט געזאגט אמאהל פאר א רעבי'ן וואס האט ליב געהאט
ציא דרוקען זאכען וואס עהר האט געוואסט .בזה הלשון נישט אלעס וואס מען
ווייס דארף מען זאגען . אין נישט אלעס וואס מען זאגט דארף מען שרייבען .
אין נישט אלעס וואס מען שרייבט דארף מען דריקען .

ס'גייט נאך ווייטער...
און נישט אלעס וואס מען דריקט דארף מען דערציילן
און נישט אלעס וואס מען דערציילט דארף מען גלייבן

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2009 1:56 pm
דורך badatz
ב''ה
סאיז דא נאך אזאך .
ס'איז נישט מעגלעך ציא שרייבען פינקטליך אזוי וויא מען דערציילט-עיין בהקדמת התניא שכל הספר הוא
" רק למי ששמע דבריו קודם " והוא הי' האומר והוא הי' הכותב .
ואדם שראה או שמע דבר בשעה שראה או שמע קיבל הדבר לפי הכלי שלו . שזה לא בערך המשפיע .
והדברי ארוכים .
שמעתי פעם ממרנא ורבנא מבאיאן זצ''ל אחר ברכת המזון . בטיש של יו''ד טית כיסלו --שהמגיד הגדול
ממעזריטש נבג''מ אמר תורה באותם אותיות וכל אחד קיבל לפי בחינתו .ומזה נעשה השיטות בחסידות .
עיין בספה''ק מאור ושמש תחילת פרשת דברים בחינה זו לגבי הר'ר' מלך נ''ע .

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2009 3:43 pm
דורך בן בוזי
יש בחינה אחרת שברוזין היה אומרים כך, שהצדיק אינו מספר תמיד באותו סגנון לאחד כמו שמספר לאחר ומשתנה הסיפור לפי הזמנים והעתים, ולכן מוצאים תמיד ענין אחר באותו סיפור וממספרים אחרים כי זה שמע אותו בזמן אחד והשני שמעו בזמן אחר.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2009 3:55 pm
דורך badatz
בן בוזי האט געשריבן:יש בחינה אחרת שברוזין היה אומרים כך, שהצדיק אינו מספר תמיד באותו סגנון לאחד כמו שמספר לאחר ומשתנה הסיפור לפי הזמנים והעתים, ולכן מוצאים תמיד ענין אחר באותו סיפור וממספרים אחרים כי זה שמע אותו בזמן אחד והשני שמעו בזמן אחר.

c
ב''ה
בבקשה ממך פליז תביא מקור לשמועה זו .
כי זה יתרץ את כל הקושיות על צדיקים שמספרים פעם
כך ופעם כך .
שמעתי את אדמור''י בית רוזין לספר .ומעולם לא שמעתי
שיספרו אחרת ממה שסיפרו פעם .הם סיפרו אפילו עם הקנייטש
והקוועטש .

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2009 4:05 pm
דורך בן בוזי
אביא בעז"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 04, 2009 4:48 pm
דורך badatz
בן בוזי האט געשריבן:אביא בעז"ה

ב''ה

הצלחה רבה .וסייעתא דשמיא .ושהשי''ת יצליח דרכך .ובכל אשר תיפנה תצליח .וברוזין כתבו תמיד בקוויטעל ולנשיאות -חן .

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 30, 2009 1:58 pm
דורך החריף
ווי קען מען באקומען פאר ביליג דער אלע בענדער שיח זקנים?

שיח זקנים חלק שמיני.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 5:06 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
בשמחה רבה ראיתי כי הגרי"ח אשרי שליט"א הוציא עוד כרך מספרו הפופולארי 'שיח זקנים' חלק שמיני.

איתמחיה גברא בהבאת סיפורים מיוחדים ביותר, ומהם במיוחד על דרכי העבודה וענינים שונים ונפלאים, לא סיפורי מופתים, בחן מיוחד, דברים ערבים. וקנה לו שם טוב.

יש לציין שהמחבר הוא גאון גדול גם בחלקי התורה, ואביו ז"ל לא היה נחי"ל בהדפסת ספרי סיפורים, אך הוא מקריב מתורתו למען דבר נשגב הלזה.

גם סיפורים אודות מרן מסאטמאר זי"ע היה לי כמה חדשים, מהם דברים יסודיים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 5:31 pm
דורך ישלהוסיף
יצמחפורקניה האט געשריבן:איך מיין אז היות די עכטע אינטערסאנטע זאכען, קען מען דאך נישט דריקען. ממילא איז עס נישט עפעס ווייסעך וואס

מה דעתכם ?


די זעלבע עד מפי עד וועם הרב אשרי צייכנט צו אלס זיינע מקורות, די זעלבע האבען האט אין אוצרם וזכרונם הטוב אויך די אנדערע זייט פון די מטבע, אבער דער מו"ל האלט זיך אין די ראמען, אין דריקט נאר דער "אמת", במילא דארף מען אליינס פארשטיין אז אין אזא פאל האט מען געשניטען דער "לשון הרע" חלק. די מעשה קען זיך אפשר טוישען אבער די פאקטען זענען אמת, ער דריקט נאר נישט אלע פאקטן, וד"ל.

בדידי הוי עובדא צוליב עובדות פין א זיידע מיינע, בין איך צוגעגאנגען צו איינע פין זיינע "שמעתי'ס" אין ער האט מיר דערציילט רחל בתך הקטנה, ער ענדיקט דערציילען די 'גאנצע' מעשה, נעם איך ארויס א קאפי פין דער בעל השיח, כ'ווייס דאס פאר דעם איהם, ער ענדיקט דאס אפליינען, ער קןקט מיר אן און לאכט, וק"ל. מיט די נייע פרטים אין דער הענט, ערשט דעמאלס קען מען פארשטיין די גאנצע סיפור הדברים...

ויש להוסיף עוד בזה, כ'האב אבער מורא מוסיף צו זיין מפני גזירת המקום.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 8:14 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
רק זה לא הבנתי. מדוע מן בני האהבת ישראל זי"ע הוא מביא סיפורים, ולא מן כ"ק אדמו"ר חכימא דיהודאי בעל אמרי חיים זצ"ל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 8:34 pm
דורך זאל ער קומען
יש לו טעלעפאן ואפשר לשאול והוא יתרץ בחפץ לב

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 8:41 pm
דורך שקר_הדייעט
עס זענען דא מעשיות וואס אפילו מען לאזט אויס די קאנטראווערסיאלע חלקים בלייבט נאך אלץ גענוג אינטערעסאנטס דערפון צו דערציילן און דרוקן.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 26, 2011 9:19 pm
דורך לב טוב
ביקסאד האט געשריבן:מפיהם ומפי כתבם איז אינטערסאנטער, דארט איז דא נישט צענזורירטע סיפורים פון הרה"ק ר' יעקב מפשעווארסק זי"ע.

למשל ? די מעשה מיט די תנור ראשון בארכעס ?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 1:31 am
דורך ים רויבער
למשל די מעשה פון בעלזער רב מיט די הויזן