בלאט 1 פון 4

על הספר זכרון אברהם - מכתבי הגר"א לייטנער ממאנטיווידעא ז"ל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:19 pm
דורך שנאפס
Dvar_Yoim_11_10_11-4.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 11:16 pm
דורך farshlufen
שנאפס, דאס געהערט אינעם פראטעסטן אשכול..

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 12:13 pm
דורך יגעתי ומצאתי
farshlufen האט געשריבן:שנאפס, דאס געהערט אינעם פראטעסטן אשכול..

כי "באפם" הרגו איש.

איר האט געזעהן די ערשטע חלק? עס באשטייט טאקע בלויז פון מחאות און פראטעסטן?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 12:17 pm
דורך farshlufen
יגעתי, איך האב דעם ספר תחת ידי, והרבה נשאר בקולמסי.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 12:19 pm
דורך יגעתי ומצאתי
הנני חוזר לאחורי, שתיקה בתרין אויף די אייגענע ביינער, דאס איבריגע לאז אינעם קולמוס.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 12:24 pm
דורך יהיה כן
הספר הלזה נדפס כנגד רצון יו״ח הרבנים שליט״א
הם התנגדו להדפיס מכתבים הללו

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 12:26 pm
דורך מי יודע
נאכן זען דעם ספר איז עס א דבר המובן מאליו וואס יהיה כן שרייבט

ווי זאגט פארשלאפן "הרבה נשאר בקולמוסי"

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 12:39 pm
דורך יהיה כן
הגה״צ הנ״ל הניח אחריו המון כתבים חידושים בהרבה מקצועות בתורה, ביניהם ספר חידושים על הרמב״ם, ושו״ת בירורי הלכה למאות, שלא לדבר על אגדה על הסידרות
פליאה גדולה על המדפיס הנ״ל שממש לא מצא משהו יותר נחוץ לעשות נייחא לנשמתו ולהפיץ מעינותיו החוצה מלהדפיס ממכתבים כאלו שרובם נכתבו בעידן ריתחא....
אם אין דעת ...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 1:01 pm
דורך SPUSMN
דעס זעהט אויס גייט בעסער, קויפערס פון חדושי תורה איז מוגבל

זייענדיג א גאון עצום איז נישט אזא ארטיקל, א לוחם מלחמות ה' זעהט אויס איז וויכטיגער

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 1:59 pm
דורך farshlufen
המפתח:

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 3:42 pm
דורך סאדע_באטל
עפעס איז פארמעקט אין די ערשטע קאלום פון די מפתח גאנץ אונטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 3:47 pm
דורך ווינקל
סאדע_באטל האט געשריבן:עפעס איז פארמעקט אין די ערשטע קאלום פון די מפתח גאנץ אונטן.
מי יודע האט געשריבן:ווי זאגט פארשלאפן "הרבה נשאר בקולמוסי"

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 12:37 am
דורך פייוול הנקרא 5'איש
רבותי איך פארשטיי נישט שטים לשון...
הרב לייטנער זצ"ל איז געווען שטאלץ מיט זיין ציגאנג, אין יעדע בריוו זיינער איז ער געווען אויסגע'חשבון'נט ווארט ביי ווארט,
טראץ זיין גאונות איז מהותו געווען א לוחם מלחמות אויף ענינים וואס ער האט געהאלטען אז עס איז וויכטיג
אין עס איז נישט דא וואס ציבאהאלטן מיט די מכתבים
אין סיי מיטען ספר אין סיי אן די ספר וועט זיין מהות נישט קענען אין ווערן געבויגען צי קיין שים זייט!!!
(לא באתי כאן להצדיק המו"ל, כי אם לומר שלא יועיל ולא יזיק,)

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 11:48 am
דורך יגעתי ומצאתי
רוב ענינים זענען דברים התלוים בזמן, ער האט געשריבן די בריוון און הוראות לויט די אומשטענדן והמסתעף, עס איז נאריש עס צו דריקן אלס א זאך וואס זאל אלס בלייבן אלס פסק. וד"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 1:26 pm
דורך יהיה כן
דו, יא דער וואס פארשטייט עפעס נישט קיין שטום לשון......

זאג נאר
וואס איז דאס שרייבן ׳ימ״ש׳ אויף צווייטן איד וועלכער האט א טעות לפי תומו?? האט דער מאנטעווידעאור רב זצ״ל עם אויטאריזירט דעפאר??........

האט דער רב זצ״ל גענוצט אזא שפראך??? נישט וואס עיך ווייס און נישט וואס זיינע מקורבים ווייסן, און אפילו ביי די הייסע פרשה הידוע אין אפסטעיט האט א צווייטער גענוצט די טערמינען ווי ׳ייהרג ואל יעבור׳, נישט ער

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 1:51 pm
דורך רבבה
איך פארשטיי נישט ....זענען דיא בריעף אדער דרשות אטענטיש אדער פאלש . אויב זייא זענען אטענטיש וואס איז דיא עוולה אז מען האט דאס אפגעדריקט . עהר האט אזוי געהאלטען
אין אזוי געלעבט אין אזוי געדרשנ'ט אין איבער געגעבן פאר דיא צוקינפטיגע דורות . וואס איז דיא נפק''מ וואס דיא קינדער האלטען .וואס איז בעסער ווען א קינד אדער איידעם גיט ארויס
זיין טאטענ'ס אדער שוועהר'ס כתבים תורות אין מכתבים אין דריקט נאר דאס וואס געפעלט איהם אין ס'פאסט ציא זיין שיטה אין געדאנקען גאנג .מען האט א צוואנציג יאהר צוריק איבער
געדרוקט דעם ספה''ק נזירות שמשון אין צווייא בענדער האט מען אויך אין מגילת אסתר ארויס גענומען זאכען וואס פאר דעם דרוקער נישט געפעלען לויט זיים אויפאסונג .

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 2:23 pm
דורך farshlufen
רב רבבה, איינס איני יודע אם הם אמתיים כי לא הוצגו פאטאסטאטן, השנית, איר האט געקאנט דעם איד? זה לא הי' תורתו הלא הי' מלא וגדוש.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 2:32 pm
דורך רבבה
farshlufen האט געשריבן:רב רבבה, איינס איני יודע אם הם אמתיים כי לא הוצגו פאטאסטאטן, השנית, איר האט געקאנט דעם איד? זה לא הי' תורתו הלא הי' מלא וגדוש.


ניין איך האב איהם נישט געקענט ..איין מאהל האב איך גערעדט מיט איהם איין אריכות בביתו של הדיין [הראב''ד] ריחמ''פ שליט''א וועגען דיא נייע כת''י פין ראשונים .עהר איז
געווען זייער אפינדיעטעט . אין ס'איז געווען א שאד דיא רייד איהם מסביר זיין . וועהן עהר האט געהאלטען עפעס . דאס איז געווען מיין עקספיריענס . אין דאס איז געווען דער
דעת הקהל . גראדע פין הרה''ג ר' יצחק מאשקאוויטש שיחי' השי''ת ישלח לו רפו''ש בקרוב האב איך געהערט כמה פעמים אז חוץ עניייני ציונות וכדומה קען מען זייער גיט
זעך דערעך רעדין מיט איהם . אבער אין גאס האט עהר געהייסען א ראדיקאל .

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 4:00 pm
דורך יגעתי ומצאתי
קיין נפ"מ, איר פארשטייט אז מען דארף איבערדרוקן און צושמירן די בריוון פונעם ד"ח ודעימי' בנוגע ...? כ'מיין אז נישט אפילו לאותן הסוברים שידע כל האמת.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 4:20 pm
דורך SPUSMN
רבבה, נישט אלעס וואס איז אוטענטיש מעג מען דרוקען. בקשו לגנוז, פארוואס? טאקע דערפאר ווייל עס איז אוטענטיש און נישט יעדער וועט דאס פארשטיין

אויב שוין יא דרוקען דענמאלץ טוהט מען דאס מיט ארויס ברענגען איידעל די צדדים און כבודם במקומם עומדת (מיר האבען שוין דאס אמאל געטוהן), און דאס קען מען נאר טוהן א סאך יארען שפעטער. איך פערזענליך האב דענמאלץ נישט גענומען א צד ווייל עס איז געווען א ריב לא לי, איך האב געהאט מער קשיות ווי תירוצים

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 4:42 pm
דורך יהיה כן
רבבה אז איר האט אים נישט געקאנט פערזענליך נו וואדזשע רעדט איר?
גראדע אפילו לויט דיע וועלכע האבן אים גאהאלטן אלס ראדיקאל, איז ער געווען א דורכגעטראכטער מענטש, וועלכער האט שוקל געווען בכובד ראש זיין מיינונג, ער האט זיך נישט באנוצט מיט ווילדע אויסדרוקן, און א ודאי נישט וואס דער מדפיס פון זיין ספר א ראדיקאל, האט ציגעלייגט און צוגעשמירט על שמו.....

בכל אופן ער איז געווען א משים לילות כימים בלימוד התורה בעיון רב, און האט געשריבן זייער אסאך חידושים אין סוגיות השס ובירורי הלכה, פארוואדזשע נישט מוציא זיין לאור עולם מבאר תורתו?? נאר היציגע מערכות האט פלאץ בעולם הספרות??? איך זעלבסט האב איך געארבעט אויף זיין ספר בנין אברהם עה״ת וואס איז דערוויל נאר ארויסגעקומען אויף בראשית, און כ׳ווייס אז מען האט מקדים געווען הדפסת דברי אגדה על פי צוואתו, אבער פארוואדזשע נישט ממשיך זיין??? 

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 7:03 pm
דורך פייוול הנקרא 5'איש
יהיה כן האט געשריבן:דו, יא דער וואס פארשטייט עפעס נישט קיין שטום לשון......

זאג נאר
וואס איז דאס שרייבן ׳ימ״ש׳ אויף צווייטן איד וועלכער האט א טעות לפי תומו?? האט דער מאנטעווידעאור רב זצ״ל עם אויטאריזירט דעפאר??........

האט דער רב זצ״ל גענוצט אזא שפראך??? נישט וואס עיך ווייס און נישט וואס זיינע מקורבים ווייסן, און אפילו ביי די הייסע פרשה הידוע אין אפסטעיט האט א צווייטער גענוצט די טערמינען ווי ׳ייהרג ואל יעבור׳, נישט ער

איך האב בכלל נישט מגיב געווען וועגען די לשונות אין אויסדריקען פינעם מו"ל, סך הכל געזאגט די עצם זאך פין ארויסגעבן "אלע" מכתבים האט נישט קיין שום חסרון

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 7:08 pm
דורך פייוול הנקרא 5'איש
ספאסמען געשריבען= נישט אלעס וואס איז אוטענטיש מעג מען דרוקען. בקשו לגנוז עכ"ד

ווער? בני המשפחה? ווער פרעגט זיי, אויב עס בריווען וואס איז געווען בשעתו לפרסם איז א אימרעכט אין קינדעריש צי באהאלטן היסטאריע

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 7:10 pm
דורך קרעמער
ר' פייוול, מר. ספוסמאן האט זיך געבארגט א לשון חז"ל

זעץ דיך לערנען, דערנאך פרעג

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 7:19 pm
דורך פייוול הנקרא 5'איש
קרעמער האט געשריבן:ר' פייוול, מר. ספוסמאן האט זיך געבארגט א לשון חז"ל

זעץ דיך לערנען, דערנאך פרעג

מיינסט טאקע אז מיין פראבלעם איז גניזה אוי וויי קרעמער וואס גייט פאר מיט דיר, אויף אייוועלט איז נישט פארהאן אזעלכע עמיראצים!!
געמיינט צי זאגן אז זיי זענען נישט בעה"ב אויף זייער טאטעס תורה, אין זיי האבן נישט די רעכט איינציטיילן וואס יא אדער נישט דריקען,
אבער פין גניזה כהלכה מאן דכר שמיה...