בלאט 3 פון 4

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 18, 2011 8:18 am
דורך farshlufen
צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:החידוש הגדול ביותר מה שראיתי בהקדמה לקובץ המכתבים החדש, שהם מתייחסים בהרחבה לפרשה הנקרא בפי חסידי סאטמאר ה'שווארצע' ומבארים דעת הגאון רבי אברהם ז"ל שעמד על דעתו של צדיק רביה"ק מסאטמאר זי"ע נגד ראשי הקהילה שנטו מדעתו.

ניתי ספר ונחזה:

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 20, 2011 2:08 am
דורך שאץ מאץ
צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:החידוש הגדול ביותר מה שראיתי בהקדמה לקובץ המכתבים החדש, שהם מתייחסים בהרחבה לפרשה הנקרא בפי חסידי סאטמאר ה'שווארצע' ומבארים דעת הגאון רבי אברהם ז"ל שעמד על דעתו של צדיק רביה"ק מסאטמאר זי"ע נגד ראשי הקהילה שנטו מדעתו.


איר האט בארירט דא א טיפע שווערע סוגיא וואס איז כמעט נישט מעגליך צו בארירן אן עובר זיין אויף תקנת המקום, עכ"ז וואלט איך אבער יא געוואלט בארירן אביסל די נושא לתועל הענין, ווייל אט די לעצטע געשעניש פון ארויס געבן אזא ספר אויף וועלכע יו"ח און מקורבים פונעם מחבר זצ"ל זענען נישט איינשטימיג דאס דארף דינען א שטיקל לעקציע אין תורת הקנאות פון מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע, איך וועל מיך פראבירן צו האלטן דאס נארמאלסטע און גראדסטע מיט יעדעס ווארט און איך בעט אז יעדער זאל זיך טאקע פירן אזוי כתקנת המקום,

קודם לאמיר אנהייבן מיט די פאקטן, בערך בשנת תשכ"ז האט זיך פארמירט א גרופע אין סאטמאר מסלתה ומשמנה וועלכע האבן שטארק געלערנט דעם תורת הקנאות און דעריבער זענען זיי געוועהן מיט די החלטות אז מ'דארף זיין שארף מיטן גרעסטן מאס ווי נאר מעגליך, און ס'האט זיך אויסגעשטעלט אז זיי זענען געוועהן נאר מער שארפער ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע זעלבסט, איינע פון די שטארקע שטיצער איז געוועהן הגאון הגדול דער מאנטיוואדיעא רב זצ"ל, וועלכע האט געהאלט גלייך מיט אסאך פון די גרופע אז באמת אז אויך דעת מרן האדמו"ר מסאטמאר זי"ע די זעלבע שארף, נאר די באי ביתו און קהל'ס לייט זענען משכנע דעם רבי'ן אז ער זאל נישט זיין אזוי שארף, און מיט די צייט האט די גרופע באקומען א צו-נאמען "שווארצע".

פארשטייט זיך אז קהל האט גענומען ערסטע שריט און מ'האט פארטיילט קנסות, יא פשוטו כמשמעו מ'האט געקנסת'ט די אידן, יעדער האט באקומען א אנדערע קנס, אייניגע האבן געמוזט אוועק מופן קיין מאנסי, לעקוואד וכו', אייניגע האבן זיך געמוזט אויפזאגן פון זייער פאסטן וכו', דער מאנטיווידעא רב זצ"ל האט זיך שטארק געהאלטן מיט זיין דעת, און בעיקר איז זיין טענה געוועהן אז מ'טאר זיך נישט ברעכן פאר דעת בעל הבית, און אויף דעם איז געקומען די באקאנטע דרשה "שחורה" אני ונאווה וואס ווערט דערמאנט אין דעם אויבן דערמאנטע הקדמה, דאס איז א קיצור פון א קיצור פון אט יענע געשעניש,

וועט איר דאך אוודאי פרעגן וואס וויל איך דא דערציילן מיט דעם, זייער פשוט, אט די מעשה פון דריקן אזא ספר וואס איז למורת רוח פון די משפחה מיט די תלמידים צייגט א שטיקל בילד וואס דארף אונז דינען א לימוד לדורות, פונקט ווי רוב שרייבער דא און אויך יו"ח פונעם מחבר פארשטייען אז דריקן אזא ספר וואס איז ארויס גענומען בלויז די שארפע בריוו'ן און דרשות מאלט אראפ דעם מחבר אין נישט קיין שיינעם בילד, כאטש די אלע בריוו'ן און דרשות זענען אמת, דאך פארשטייען רוב מענטשן אז צו דריקן און שרייבן בלויז שארפע זאכן איז מער בזיון ווי כבוד, אחי ורעי פונקט אזוי האט מרן רביה"ק געקוקט אויף קנאות בשנת תשכ"ז!, ווען מ'קוקט צוריק וואס דער רבי האט געזאגט אין יענע צייטן מיט א היינטיגע קוק ווערט מען נבהל ונשתומם ווי ווייט דעם רבי'נס בליק איז געגאנגען און וואס ער האט פאראויס געזעהן,

לאמיר קודם מעתיק זיין אות באות פונעם טעיפ פון די דרשה אין ישיבה שנת תשכ"ז לפ"ק (מיר האבן דעם טעיפ אין באזיץ),

שטייט עז כנמר אזוי הייבט זיך אן דער אורח חיים, עז כנמר מ'דארף צו זיין א עזות פנים, הוי עז כנמר, צום סוף זאגט די משנה עז פנים לגהנם, אז מ'איז א עז פנים גייט מען אין גהנם אריין, נאר וואס דען דארף מען וויסן ווי יא און ווי נישט, א אידישע מדה איז ביישנים, סוף שטייט ולא הביישן למד, אמאל איז פארהאנדען אז ס'טויג נישט, אלע מדות, רחמנים, חלילה אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט, ואלה המשפטים, דער רמב"ן זאגט אז מ'האט רחמנות ווי מ'ברויך נישט דאס איז דער חורבן עולם, און ל"ע אלע השמדיות און אלע זאכן דארט ווערן אויסגעהאלטן פון גומלי חסדים, פון אידישע גמילת חסדים, מ'דארף וויסן ווי יא און ווי נישט אזוי איז אלסדינג,

(דא לאזן מיר אויס א ווארט א דבר תורה וואס דער רבי האט געזאגט)

וואס איך וויל דאס ארויס ברענגען, עכ"פ בקיצור, כ'וועל נישט מאריך זיין מיט קיין דרושים, כ'וועל זאגן מגלה טפח ומכסה טפחים, נישט נאר טפחים אן א שיעור נישט נאר צוויי טפחים, די ישיבה פלאגט זיך מ'לייגט אריין כוחות, געפינט זיך יחידים, כ'זאג נישט קיין סאך, יחידים, דאס איז א געפערליכע שריט, איכה ירדוף אחד אלף איינער קאן מיט רדיפות ברוחניות אריינקריכן אין בויך אריין ביי טויזנט,

ורדו בכם שונאיכם, זאגט רש"י איני מעמיד אלא מכם ובכם, אשפר א טאפלט לשון?, די גוים זוכן נאר בגלוי די אידן זוכן מטמניות, וואסערע מטמניות?, זיי קענען נישט געוואר ווערן?, מ'גייט זוכן אז די גוים קומען אריין זוכט מען ארויס אלע באהעלטענישן, מטמניות איז פשט אינעווייניג בפנימיות הלב, וועגן דעם זאגט ער בכם איז טאקע ומכם,

זאל מען וויסן אזוי ווי עס איז דא אויף דער וועלט מחריבי עולם פונדרויסן, מיט כיתות שונות מיט דיעות שונות אפיקורסות מיט מינות, די דרכים מעוקמים, די זעלבע סט"א שטעלט אויף צווישן אידישע אידן דייקא מיט א לבוש פונעם פרומסטן אופן, אזוי ווי קנאות האלט אויף די וועלט, דאס אידישקייט, אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט, ביים בעל דבר איז נישט פארהנדען ער פאפט זיך נישט, און דאס דארף מען וויסן דער שטן שטעלט אויף בכם ומכם, אינעווייניג אריין אינעם פנימיות, אינעווייניג שטעלט מען אויף,

איך וויל זאגן, איך הער אזוי אז ס'איז דא אין בית המדרש, און אזוי צווישן די בחורים, נישט קיין סאך, יחידים זענען דא וואס גייען ארום מדעת עצמם מ'פרעגט נישט קיין הנהלה, מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר קיינעם, מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס, ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מ'פאפט מעך אויס, אזא טפשות, זאל מען וויסן די זענען די שלוחים פון די סט"א, די זענען דאס ארגסטע דאס פארדארבט,

פארפאלן, איך בין מגלה דעת אז איינער איז נישט צופרידן, אז איינער קלערט אז איך בין מיך טועה, איך קריך נישט אריין אין קיינעם, איך נייט נישט קיינעם, נאר איין זאך זאל ער זיך געזונטערהייט גיין, זאל ער זיך נישט געפינען מער דא אין די ישיבה, זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש, אז נישט וועל איך זיך נוקם זיין אין אים, מ'דארף וויסן אז דעס מאכט חרוב, דאס איינע זאג איך אן, עפעס אנדערש קאן איך נישט זאגן, איך זאג נישט קיינעם אז ער זאל גיין אויף מיין דעה, נאר וואס דען, גיין זאל ער זיך פון דאנעט, מ'קען נישט אזוי פירן, אפילו ס'איז מיעוטים ס'איז יחידים אבער דער סוף איז פון דעם אז דאס מאכט חורבנות,

ווייל אז מ'גייט אליין, קאן מען נישט וויסן און מ'קאן אריין פאלן און פארקריכן, ווען מ'קומט צו א פרשת דרכים.... וכו' וכו',

עד כאן לשונו הק',

איצט לענין, דער מאנטיווידעא רב זצ"ל אליין האט געהאט גענוג א שטארקע דעת תורה ווי איין און ווי אויס, און ער האט געקענט אפמאכן ווי מ'דארף מוחה זיין און ווי נישט, איך בין בכלל נישט דא אריין צו רעדן אין זיינע ענינים, איך וויל יא רעדן פון סתם עמך קנאים וועלכע האבן באשלאסן אז זיי פארשטייען קנאות, אויב פארשטייסטו אז פון אזא ספר ווי זכרון אברהם קען ארויס קומען א בזיון פארן מחבר כאטש וואס יעדער ווייסט אז ער איז געוועהן א שארפע קנאי עכ"ז איז אבער אזא ספר שוין צו סאך און צו עקסטרעם, אויב אזוי פארוואס פארשטייסטו נישט אז ווען מ'טוט געוויסע שארפע אקציעס בתורת הקנאות אונטער נאמען פון רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע אז קען מאכן א בזיון פארן הייליגן רבי'ן?, וויפיל מאל זעה איך פרעמדע מענטשן וואס דריקן זיך אויס אויף נארישע זינלאזע מחאות אז מילא אזוי זענען די סאטמארע אייביג געוועהן... ס'איז נישט אמת סאטמאר איז נישט אמאל אזוי געוועהן,

דער רבי זאגט דאך מפורש אין זיינע ווערטער אמת'ע קנאות האלט די וועלט פאלשע קנאות מאכט חרוב די וועלט, זיי זענען גאר שלוחים פון סט"א, א פחד נורא, דער רבי האט קלאר געזעהן דער מצב היינטיגע צייטן ווען מ'דארף אמאל שוין יא עפעס מוחה זיין ערנסט איז דער תורת המחאה משפלת עד שאול, אט דאס מיינט אז פאלשע קנאות מאכט חרוב די וועלט, דו"ק כי קצרתי,

איך האף אז דער עולם דא פארשטייט מיך, פאקטיש קומען דא אין בית סופריהם אריין נאר די נארמאלע טייל מענטשן פון אייוועלט און עס איז צום האפן אז יעדער וועט בלייבן נארמאל,
כל טוב

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 20, 2011 2:26 am
דורך gamyuchad
הרב ש"ץ. איך פארשטיי אייך.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 20, 2011 5:48 am
דורך farshlufen
שאץ'ל, ואעפ"כ, וקצרתי מאוד.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 3:26 pm
דורך שנאפס
הרב שאץ, לויט אייך ווי איז מען מחלק, ווען דארף מען יא איבערזאגן און ווען נישט? איר האט דא צוגעברענגט א שארפע דרשה וואס לויט מיר (דעתי העני') דארף מען נישט איבערזאגן די שארפע חלקים פון די דרשה

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 4:22 pm
דורך יהיה כן
שאץ'ל
וויפיל האסטע געצאלט אז דיין תגובה זאל דא בלייבן..........

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 4:25 pm
דורך שטארק זיך
יהיה כן האט געשריבן:שאץ'ל
וויפיל האסטע געצאלט אז דיין תגובה זאל דא בלייבן..........

זעהסט נישט? ער גייט צווישן די טראפן...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 4:27 pm
דורך יהיה כן
און פיר אויס...
ער ווערט פון ביידע נאס...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 4:27 pm
דורך דעפרעסט
;l;p-
פאר די לעצטע עטליכע מגיבים...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 4:37 pm
דורך שאץ מאץ
שנאפס האט געשריבן:הרב שאץ, לויט אייך ווי איז מען מחלק, ווען דארף מען יא איבערזאגן און ווען נישט? איר האט דא צוגעברענגט א שארפע דרשה וואס לויט מיר (דעתי העני') דארף מען נישט איבערזאגן די שארפע חלקים פון די דרשה


האסט אפשר רעכט אז די שארפע ווערטער וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט וועגן נישט מוחל זיין בזה ובבא וואלט נישט געדארפט איבער געזאגט ווערן, אבער, ס'איז א זמן פון התבוננות, לאמיר זיך מתבונן זיין, דער רבי האט אין פאקט קיינמאל נישט אזוי שארף גערעדט, ער איז געוועהן בשנת תשכ"ז ברום המעלה, מיט אייגענע מוסודות, פילע ישיבות, חסידים בכל קצבי תבל, וואס האט אים געשטערט אז אפאר נארישע יונגלעך מאכן אייגענע אקציעס, וואס האט אים דא ארויס גענומען פון די כלים?

די תי' איז זייער פשוט, אטע דאס, דאס אז מ'נעמט דאס קנאות און מ'מאכט דערפון א שנאה פרטיות, און ס'ווערט א פערזענדליכע מלחוקה, דאס הרג'עט די גאנצע מערכה, דער רבי האט מיט אלע כוחות פארבירט צו טראגן א נארמאלן פנים אין די גאס, און דערפאר האט ער געפאדערט אז סאטמארער בחורים זאלן גיין אין שפיטעלער, טון חסד, דער רבי פלעגט זאגן כ'וויל נישט מ'זאל זאגן אז סאטמארע זענען שלעכטע מענטשן, דערפאר האט זיך דער רבי געהיט נישט צו שרייבן קיין קללות, ווי ימ"ש וכדומה, אנדערשט ווי אנדערע צדיקים וקדושים וואס זענען אויך געוועהן אין די מערכה קעגן ציניזום,

דעריבער ווען ס'איז פון סאטמאר ארויס געקומען א קול אז מ'טוט ווילדע זאכן האט דאס דעם רבי'ן וויי געטון ביזן סוף, ער האט געהאלטן אז דאס הרג'ט די גאנצע מערכה, ווי לשון קדשו איז, אמת'ע קנאות האלט די וועלט, און פאלשע קנאות מאכט חרוב די וועלט, אין אנדערע ווערטער אז ס'איז דא א חרון אף אויף די וועלט ווען אידן זענען עובר אויף די תורה, און דער קנאי וואס קומט מתוך אמת ער שטילט דאס איין כדוגמת פנחס בן אלעזר, ווי דער הייליגע זרע קודש זאגט ויקח רמח בידו, רמ"ח איז די אותיות רחם, מתוך רחמנות, דער רבי האט רחמנות געהאט אויפן דור, זענדיג ווי אין אזא זמן נאך אזא ביטערן חורבן מיט אזעלכע שווערע צרות ווען ס'איז געוועהן א עת פקידה אויף כלל ישראל איז אויפגעשטאנען אזא עגל מ'הערט דאס אין די תורות מיט מורא'דיגע בכיות, משה רבינו איז געוועהן דער אמת'ע קנאי נאך קבלת התורה ווען אידן זענען צוגעקומען צום העכסטן מדריגה, נאך די יסורים פון מצרים, און דא זעהט ער אזא עגל האט ער צובראכן דעם עגל, מ'קען אפי' משיג זיין די צער פון משה רבינו?, אונז האמיר נישט קיין השגה ווייט ווייט דעם רבי'נס רחמנות איז געגאנגען אויפן צער פון כלל ישראל, דאס קנאות איז געקומען פון רחמנות, נישט פון שלעכטיגקייט,

און ווען איינער טוט אזעלכע שטיק פון שרייבן אויף ראשי ישיבות שר"י, נישט קיין חילוק וואס יענער האט געטון, דאן ווייזט ער אז דאס קנאות קומט פון שנאה נישט פון רחמנות, און דאס לייגט אוועק די גאנצע מערכה אין ווינקל, אז די אנדערע זייט גאס קען צייגן יא, אזוי זענען זיי די אלע קנאים שלעכטע מענטשן וואס שעלטן אידן, און דאס מאכט אז די אמת'ע קנאים קענען נישט מוחה זיין לעת הצורך, ווייל זיי באקומען א צורה פון שלעכטע מענטשן און עקסטרעמיסטן, און אויב חלילה אידן זענען עובר אויף די תורה איז נישטא ווער ס'איז משתיק דעם חרון אף, דערפאר איז דער קצף פונעם הייליגן רבי'ן געוועהן אזוי גרויס,

און דאס איז נעבאך דער מצב היינט, שלומי עם פון די קנאי'שע זייט פארלירן זייער השפעה, א פשוט'ע דוגמא, ווען דער רבי זי"ע האט געפירט א מערכה מיט גיוס בנות, צו בויען תועבות אין ירושלים, איז ער נישט צוגעגאנגען צו די מערכה ביז ווילאנג ער האט נישט געהאט שטיצע פון אלע מיני קרייזן, דער רבי האט געארבעט האנט ביי האנט מיט אגודת הרבנים, מיט די ליטווישע ראשי ישיבות, כאטש וואס היפש פון זיי האבן קאמפיינט עפנטליך פאר די בחירות וכדומה, ווייל צו פירן א מערכה מוז מען זיין פאראייניגט, מ'קען דאס זעהן אינעם ביכל פון ר' סענדר דייטש ווי ווייט נארמאל דער רבי האט געוועהן זיין מיט די גאס, היינט קען דאס מער נישט געשעהן, און אסאך איז צו פארדאנקען די עקסטרעמע קנאות ווי דער רבי רופט דאס אן פאלשע קנאות,

ממילא צוריק צו דיין פראגע, וואס איז די חילוק פון דריקן שארפע דרשות מיט דריקן אזא דרשה?, דריקן שארפע דרשות איז גורם אט די אויבדערמאנטע טענה אז מענשטן קוקן אן קנאים פאר שלעכטע מענטשן, און אזא דרשה פון רבי'ן אז ווען איינער איז א פאלשע קנאי איז ער מחריב די וועלט איז א מצוה לפרסם,

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 4:41 pm
דורך שאץ מאץ
יהיה כן האט געשריבן:און פיר אויס...
ער ווערט פון ביידע נאס...


דיין יעצטיגע תגובה איז א פשוט'ע דוגמא פון נישט גיין צווישן די טראפן נאר טשעפענען פערזענדליך....

אז מ'שרייבט נארמאל מעקט מען נישט, מיין היסטאריע איז, געשריבן נארמאל, און יא, צווישן די טראפן,

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 4:47 pm
דורך יהיה כן
הרב שאץ ביזט זייער צוריק געשטאנען במחכ"ת
אחר חקירה ודרישה נודע לי אז דער איצטיגער קונטרס'ל איז געדרוקט געווארן פשוט קעגן דעם פאריעריגן מכתבי בנין אברהם, וואס דער מו"ל האט בכוונה משמיט געווען געוויסע מכתבים מחמת טעמים פשוטים ומובנים...., והבן היטב.

א שאד צו קייען אלטע אויסגעדראשענע מערכות וואס מ'האט זיך שוין לאנג משדך געווען צווישן זיך, כדברי הרב הישן הנ"ל...., ס'קומט פשוט נישט אהער, זאלסט בעסער נישט אויסשמועסן קעגן וועם די דערמאנטע דרשה איז געזאגט געווארן ווייל ס'וועט זיין בזיונות.....,
מען האט נאך דעמאלטס נישט געהאלטן דארט אז ס'איז א מצוה גאר צי לייקענען דעם האלאקאוסט כדי צי געפעלן דעם אראבער, אדער טאנצן שבת קודש מיטן שטריימל מיט א גרינעם פאן צוזאמען מיט די אראבער, א שטייגער ווי די דאזיגע מו"ל האלטן און טוען כסדר......

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 5:01 pm
דורך שאץ מאץ
דער שרייבט ווייטער פערזענדליך......

ס'איז נישט קיין חילוק וואס דער ציל פון דעם ספר איז, ס'איז א פועל יוצא פון עקסטרעמיזום, וע"ז אנו דנים,

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 5:02 pm
דורך יהיה כן
דעמאלטס מאכט ביטע אן אשכול מיוחד על זה
ציען א פאראלעל פון יענע מערכה אהער, איז לענ"ד א סילוף אין היסטאריע
זייט נישט ברוגז, אבער אייער תגובה בארירט אויך פערזענליך, בפרט בני משפחתו ותלמידיו ומקורביו (איך פערזענליך בין איך נישט קיין איינער פון די דריי...) סאו זייט נישט אזוי ב'גדול'ט

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 5:30 pm
דורך SPUSMN
הרב שאץ מאץ, איך הייב אויף מיין היטל פאר אייך פאר עס ארויס ברענגען אזוי אמתדיג. איך בין פון די מענטשען וואס האב געוואלדיגע הערצה פאר דער סאטמארער רבי זי"ע, אבער איך באלאנג צו אנדערע קרייזען. וואס א טאג מער ווערט אלץ שווערער און שווערער צו פארטיידיקען די נייע מהלך פון דער נייער דור אשר לא ידע את יוסף, מען ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס, און בדרך כלל זענען היינט בעלי בתים און נישט די רבנים וואס פירען מערכות, און עס האט שוין מער נישט קיין ווירקונג

ווען דער סאטמארער רב האט געלעבט האבען זיך אלע גערעכענט מיט אים, אלע אן אויסנאם, אז הרב ש"ך (וואס איז נישט געווען איינשטימיג מיט אים אויף אלץ) האט אנגעהויבען זיין הספד אויף אים מיט די ווערטער "אזל גברא דמיסתפינא מיניה", האט נאך איינער היינט מורא? ווער איז שולדיג און דעם אז היינט איז איש כל הישר בעיניו יעשה, מען האט שוין פאר קיינעם נישט קיין דרך ארץ, ממש פאר קיינעם נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 22, 2011 11:11 am
דורך רבבה
ירקדו הנערים לפנינו....................ש''ץ מ''ץ חז''ק ואמ''ץ
חכמים הזהרו בדבריכם וכו' וכו'

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 22, 2011 1:54 pm
דורך SPUSMN
דערמאנסט מיר פון: ש"ץ מו"ץ און האצינפלאץ (דער אל"ף קען מען ליינען מיט א פתח אדער א קמץ). ו

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 11:41 pm
דורך יוסף שרייבער
קענסט לאכען,אבער האצינפלאץ איז געווען א חשובע קהילה בשעתו,דער פאסטען פון ש"ץ מו"ץ האט נישט פארנימען אבי ווער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 1:15 pm
דורך ליפשיץ
לא באתי להכניס ראשי, ווייל מער ווייניגער זענען די צוויי צדדים דא צעטיילט לויט די סביבה'ס וואו מ'דרייט זיך היינט צו טאגס. ווי אויך, לויט ווי אזוי מ'איז אויפגעוואקסן און פון וועלכע שטוב מ'קומט.

איך וויל נאר מעיר זיין אויף איין נקודה שלא מן הענין, וואס שאץ מאץ שרייבט.

שאץ מאץ האט געשריבן: דער רבי האט מיט אלע כוחות פארבירט צו טראגן א נארמאלן פנים אין די גאס, און דערפאר האט ער געפאדערט אז סאטמארער בחורים זאלן גיין אין שפיטעלער, טון חסד, דער רבי פלעגט זאגן כ'וויל נישט מ'זאל זאגן אז סאטמארע זענען שלעכטע מענטשן,


דער סאטמארער רב, אזוי ווי אלע צדיקי אמת, האט נישט געניצט זיינע מצות, מעשים טובים ומדות טובות, פאר קיין חשבונות. ער האט נישט געפאדערט אז סאטמארער בחורים זאלן גיין אין שפיטעלער, אדער טון חסד, מחמת ער האט געהאט א "חשבון דערין" אז אזוי וועט סאטמאר באקומען א נארמאל פנים, [און אויב איך וועל נישט איבערטרייבן, וואלט איך מוסיף געווען אז דער גאנג איז "דרכם של רמאים". זיך איינקויפן א שיין פנים אין געוויסע חסדים און מדות טובות, בכדי צו קענען ארומפאפן דארט וואו עס שמעקט זיי, ואכמ"ל].

ער האט געפאדערט גמילות חסדים פון זיינע תלמידים, מחמת דאס איז דער רצון ה' און א מצות שבגופו פון יעדן איד. די תורה פאדערט פון יעדן איד מדות טובות און צו טוהן גמילות חסדים בגופו. אזוי האט 'ער' געטוהן, און אזוי האט ער מחנך געווען זיינע תלמידים.

אומצאליגע מעשה'ס קורסירן צווישן חסידים, וואס דער סאטמארער רב זאל זיך האבן אויסגעדריקט בנוגע גמילות חסדים וואס ער פארלאנגט פון זיינע תלמידים, הן וועגן גיין נאך געלט און הן וועגן גיין אין שפיטעלער און אלצדינג וואס האט צו טון מיט מדות טובות וגמילות חסדים. ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט "אז אויב די בחורים זענען נישט גרייט אויף גמילות חסדים דעמאלט וואס דארף איך די ישיבה" [בערך]. ועוד ועוד.

און אדרבה, ביטע צייגט אן א מקור פון וואו איר נעמט אז ער זאל האבן געזאגט "אז מ'זאל גיין אין שפיטעלער ווייל כ'וויל נישט מ'זאל זאגן אז די סאטמארער זענען שלעכטע מענטשן"?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 1:29 pm
דורך farshlufen
הרב ליפשיץ, על הראשון, ס'איז קאמפליצירטער ווי דאס, ווענדט זיך אויך היבש אין די יארגאנג פון די עלטערן.

ועל השנית, איר האט רעכט געטראכט האבן מיר דאס זעלבע, מיר וואלטן עס אבער נישט געקאנט אזוי גוט ארויסברענגען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 2:28 pm
דורך והוא פלאי
עס איז קלאר אז הרב ליפשיץ האט א שטארקע נקודה
אבער דער געדאנק איז נישט מופרך מכל וכל, (הגם אין תוך גערעט, האט דער רבי איינגעשפאנט בחורים לחסד, נאך אינדערהיים וכו', ומילדותו איז ער געווען א בעל חוב אויף צדקה)
שמעתי מהרב בנימין הערש שליט"א, (והנני מוסר רק התוכן בערך, ולא בדיוק, כי עברו הרבה שנים מאז ששמעתי הדבר ממנו)
שאלתי אותו על הא דכתיב בקו' סדר הלימודים לבית רחל, שילמדו בכל כתה בכל יום הל' כבוד אב ואם
ושאלתי אותו מי צוה זה, ואמר לי רבינו, ושאלתי אותו על מה ולמה
והשיב לי, כי רש"י בתהלים על הפסוק ראש דברך אמת אומר, והוא מדברי חז"ל
ראש דברך אמת - סוף דברך הוכיח על הראש שהוא אמת שכששמעו האומות אנכי ולא יהיה לך ולא תשא אמרו הכל להנאתו ולכבודו כיון ששמעו כבד, לא תרצח, לא תנאף, הודו על ראש דברך שהוא אמת
ורצה רבינו, כשאשר יבואו הילדות מהבית חינוך, ויאמרו בבית דברים אודות צניעות, שההורים יקבלו, וכאשר יראו ההורים שמחנכים לכבוד אב ואם, יקבלו הדברים בטוב יותר, ודו"ק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 2:37 pm
דורך farshlufen
וואו לערנט מען הלכת כיבוד אב ואם? לא למדתיו רק לאחר חתונתי, וחבל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 3:47 pm
דורך צוציק
שאץ מאץ האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:
און ווען איינער טוט אזעלכע שטיק פון שרייבן אויף ראשי ישיבות שר"י, נישט קיין חילוק וואס יענער האט געטון, דאן ווייזט ער אז דאס קנאות קומט פון שנאה נישט פון רחמנות,
דאס ווייזט אז זיי גייען עד הסוף אן מחלק זיין שווערע לומדישע חילוקים וואס מען דארף האבן א מענטש אזוי גרויס ווי רביה"ק זאל דאס קענען מחלק זיין .ושנאה מה זו עושה ??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 5:09 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
דברי ידידי ש"ץ מ"ץ כי רבינו זי"ע שאין לנו השגה בקדושתו, רצה שיהיה למלחמתו פנים יפות בשוק, מבוארים מפורש בדבריו בשיחה שנדפסה בכרך האידיש של בראשית תשכ"ח (שי"ל אשתקד), ע"י מזכי את הרבים משפחת ר"מ שווארץ, ושם נדפס שיחה ארוכה ומפורטת עם מנהל הישיבה דאז הגרנ"י מייזלעס זצ"ל, ומבואר נקודה זו. יעויי"ש היטב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 24, 2011 5:48 pm
דורך יגעתי ומצאתי
צוציק האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:און ווען איינער טוט אזעלכע שטיק פון שרייבן אויף ראשי ישיבות שר"י, נישט קיין חילוק וואס יענער האט געטון, דאן ווייזט ער אז דאס קנאות קומט פון שנאה נישט פון רחמנות,
דאס ווייזט אז זיי גייען עד הסוף אן מחלק זיין שווערע לומדישע חילוקים וואס מען דארף האבן א מענטש אזוי גרויס ווי רביה"ק זאל דאס קענען מחלק זיין .ושנאה מה זו עושה ??

טאקע דאס איז די חורבן, זיי'שע מוחל קוק איבער די דא"ח פון רביה"ק וואס הרב שאץ האט מעתיק געווען וועסטו זען אז עד הסוף איז נישט קיין תורה'דיגע מהלך.

ולא לחנם המליצו המליצים "אם אין דעת הבדלה מנין".

אויב איז דאס נישט בלויז בלינדע שנאה איז דאס בלויז ...