בלאט 1 פון 2

ספרים על 'שמות גיטין'

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:09 am
דורך כתר ישועה
איך זיך א ספר וועלכע אנטהאלט שמות (גיטין) וויאזוי משרייבט די נעמען, איז דא אזוינס ?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:31 am
דורך msp
עס איז דא אין בית שמואל
דברי חיים
פון בית אפרים איז דא

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:55 am
דורך אוהב חכמה
ספרים אויף שמות גיטין איז דא מסתמא הונדערטער.
אויב זוכט איר א ספר חדש דוקא, איני יודע.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 5:07 am
דורך msp
אוהבי חביבי
געדענקסט אז מיט דער ספר הנפלא עין הרואים פון מהרש"ם איז געווען געבינדען א ספר וועגען שמות גיטין?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 5:18 am
דורך אוהב חכמה
יא, ספר טיב גיטין (להבית אפרים) עם הגהות המהרש"ם.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 6:18 am
דורך msp
איך האב געזעהן יענעם ספר אין אוצה"ס דישיבת קול תורה
עטליכע יאהר צוריק האב איך עס אויסגעפרינט פון איינעמס אוצר החכמה...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 2:29 pm
דורך כתר ישועה
איך זיך א ספר מיט פסקי הלכות (נישט קיין פשעטלעך באריכות).

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:09 pm
דורך והוא פלאי
עד היום הזה, אין ספר על הנושא, שיאסף ויקבץ כל השיטות וכל השמות בקיצור, ועל אחת כמה וכמה שיפסוק למעשה איך לכתוב,
כי הקיצורים או הליקוטים בזה, או הלכו אחר פוסק מסויים, או לא לקטו די

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:10 pm
דורך והוא פלאי
אגב איז שם אתה מחפש

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:38 pm
דורך מיללער
עס איז דא צענדליגע אזאנע חיבורים אבער ס'איז שווער צו זאגן אויף וועם מ'קען זיך סומך זיין, דא האט איר איינס 'קונטרס השמות' לר' דובער טקאץ.
http://www.hebrewbooks.org/8990
דאכציך אז הרב וואלהענדלער שליט"א האט מחבר געווען א ספר דערויף.

ובדרך אגב, דער זמיגראדער רבי פון ב"פ אויף 43'סטע סט. (לא זכור שמו הפרטי, בנו של ר' ישראל מזמיגראד-איסט ניו יארק ולא בנו של ר' לייבוש מזמיגראד ב"ב) איז א גרויסער מומחה בעניני שמות גיטין, לויט ווי ער האט מיר אמאל געזאגט אין א שמועס האט זיין פאטער ז"ל זייענדיג נע ונד אין פארשידענע מקומות בימי עניו ומרודו בשנות הזעם האט ער אנגעהויבען מלקט זיין פון פארשידענע מקורות נעמען וויאזוי מ'שרייבט זיי, און דער זון האט דאס משלים געווען לחיובור שלם שלעת עתה עדיין לא נדפס.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:51 pm
דורך כתר ישועה
והוא פלאי האט געשריבן:עד היום הזה, אין ספר על הנושא, שיאסף ויקבץ כל השיטות וכל השמות בקיצור, ועל אחת כמה וכמה שיפסוק למעשה איך לכתוב,
כי הקיצורים או הליקוטים בזה, או הלכו אחר פוסק מסויים, או לא לקטו די

איז דען דא צו באקומען אין געשעפט כאטש עפעס א ספר מיט פסקי הלכות ? לויט א געוויסע פוסק איז יא דא ?
וויא אזוי הייסט די ספר פון'ם אויבענדערמאנטע רב ?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 9:12 pm
דורך gamyuchad
נוץ דעם ספר קיצור נחלת שבעה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 6:50 am
דורך כתר ישועה
gamyuchad האט געשריבן:נוץ דעם ספר קיצור נחלת שבעה

יישר כוח פאר אלע חברים ! כל המוסיף יוסיפו לו שנות חיים !

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 7:07 am
דורך איטשע
שמות גיטין, אז א פלאץ צו וויסען וויאזוי מען שרייבט א נאמען אין א "גט", עס איז נישט אלעמאל די "ריכטיגע" וועג וויאזוי מען שרייבט דער נאמען "ארגינעל"!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 10:00 am
דורך והוא פלאי
זיי מוחל גיב א דוגמא
אין די פוסקים איז אויך דא פלאץ פאר דעם מקור וכו', עכ"ז דארף מען פארשטיין דעם עומק ההלכה, פאר מען דעצידירט צו דאס וואס די באבע האט געזאגט אדער געטוהן איז ריכטיג און מען דארף דאס נאכמאכן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:18 pm
דורך איטשע
לדוגמא:
דער כינוי פון דער נאמען נפתלי איז "הירץ".
הירץ ליגט מען אויס ה' י' ר' ץ', הגם עס הערט זיך הערץ אויף יודיש, איז באקאנט אבער, אז נעמען האט אנדערע כללים, ואכ"מ.
דאך אויב איינער שרייבט הירץ גרייזיג מיט אן ע' - הערץ, ווערט געברענגט אין דב"ח אז מען זאל/רען (איך געדענק נישט גענוי) שרייבן הערץ מיט אן ע'.
נא.. מיינט עס דען, אז הערץ שרייבט מען מיט אן ע'? פרעג אבער איינער וואס הייסט הירץ, וועט ער שרייען חי וקים, עי' בדברי חיים.
אזויווי ביי א גט, מוז מען שטארק אכטונג געבן לגבי הוצאת לעז, ממילא דארף מען צושרייבען, צומאל דער נאמען (נאר א יודישע) פאלש - ווי דער נתן אדער מקבל, כדי עס זאל נישט ארויסקומען קיין תקלה.
אבער מען קען נישט אלעמאל ארויסלערנען או ברענגען אריות ווי אזוי מען לייגט אויס א נאמען.
דאס יא, מען דארף גוט דורך לערנען די כללי הניקוד, און הערשט דערנאך, קען מען אנהייבן צו קוקען, ווי אזוי מען לייגט אויס א נאמן פון שמות גיטין...
ליידער זענען דא רבי'ס וואס טיילן נעמען, און רבנים וואס טיילן דעות און האבן נישט קיין אנונג בין ימינם ובין שמאלם, און שיסען נעמען אין די וועלט אריין... ספעציעל ביים אויסלייגן, הגם בדרך כלל איז עס נישט נוגע, אבער בעת צרה, קען עס אנמאכן אסאך קאפוויי, און צומאל גורם זיין ערענסטע פראבלעמען...
די הייליגער צאנזער רב האט זיך שוין אפגערעדט אויף די רבנים עי' בספרו על שמות גיטין

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 12:24 pm
דורך איטשע
טרם אכלה לדבר, די באבע האט שמות גיטין קיינמאל נישט געלערנט, און מסתמא איר פאטער אויך נישט, און האפענטליך זיך נישט געהאט גע'גט, פארוואס פאלט איינעם אז די באבע האט "געוואוסט", די ווייסט נישט? די באבע האט מסתמא אויך נישט, פון חתמ'ענען אירע בריווען, איז נישט קיין ראי'.

אויך איז כדאי צו וויסען, אז אמאל (ביז קנאפע 150-180) יאר צוריק האט מען נישט געגעבען ביים ברית קיין יודישע נעמען (ליב, בער וואלף הירש), לדוגמא דער חכם צבי האט געהייסן "צבי" און מען האט עם גערופען (בשעתו) "הירש", גע'חתמ'עט האט ער אבער "צבי הירש", לגבי צינדען א ליכטעל, דארף מען זאגן "צבי בן יעקב" און נישט צבי הירש... דארף מען אויך אכטונג געבן, נישט ווייל עס שטייט אויף דער זיידע'ס מצבה, דוב בער, מיינט אז זיין נאמען איז געווען דוב בער, ע מן הסתם געהייסן דוב, און מען האט עם גערופען בער, צו יהודה און גערופען ליב, און אז מען געבט א נאמען, קומט נאר דער נאמען אריה און מען רופט ליב.

אוי מען קען אזויפיל מאריך זיין, און איך האב נישט קיין צייט יעצט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 1:32 pm
דורך כתר ישועה
איטשע האט געשריבן:שמות גיטין, אז א פלאץ צו וויסען וויאזוי מען שרייבט א נאמען אין א "גט", עס איז נישט אלעמאל די "ריכטיגע" וועג וויאזוי מען שרייבט דער נאמען "ארגינעל"!

אבער איז דאס נישט גולטיג למשל אין א כתובה ?!?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 3:28 pm
דורך gamyuchad
איטשע האט געשריבן:לדוגמא דער חכם צבי האט געהייסן "צבי" און מען האט עם גערופען (בשעתו) "הירש", גע'חתמ'עט האט ער אבער "צבי הירש", לגבי צינדען א ליכטעל, דארף מען זאגן "צבי בן יעקב" און נישט צבי הירש


ס'איז מיר אינטערעסאנט וואס דו זאגסט וועגן זיין חתימה, איך האב אפאר מאל געזען זיין חתימה, אלץ איז עס געווען "צבי א"ש.
בעצם הענין, זעט מען טאקע כינויים ביי חתימות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 3:30 pm
דורך gamyuchad
כתר ישועה האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:שמות גיטין, אז א פלאץ צו וויסען וויאזוי מען שרייבט א נאמען אין א "גט", עס איז נישט אלעמאל די "ריכטיגע" וועג וויאזוי מען שרייבט דער נאמען "ארגינעל"!

אבער איז דאס נישט גולטיג למשל אין א כתובה ?!?


א כתובה שרייבט מען אזוי ווי [להבדיל] א גט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 4:02 pm
דורך לבנה קריכער
http://hebrewbooks.org/480 http://hebrewbooks.org/1471

הרב יואל כ״ץ, אב״ד ערדעד ,ההסכמות על ספרו הם מרבי יוסף צבי דושינסקי, מרבי ישעיה פירסט ,רבי עקיבא סופר ורבי יהודה צירלסון
תלמיד רבי שמעון גרינפלד המהרש"ג, רבי יהודה גרינוולד ורבי שלמה זלמן עהרנרייך

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 11, 2011 2:45 am
דורך כתר ישועה
אגב, איז דא צו באקומען דברי חיים שמות גיטין אין א שיינעם דרוק ?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 10:19 am
דורך כתר ישועה
כתר ישועה האט געשריבן:אגב, איז דא צו באקומען דברי חיים שמות גיטין אין א שיינעם דרוק ?

?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 12:18 pm
דורך איטשע
gamyuchad האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:שמות גיטין, אז א פלאץ צו וויסען וויאזוי מען שרייבט א נאמען אין א "גט", עס איז נישט אלעמאל די "ריכטיגע" וועג וויאזוי מען שרייבט דער נאמען "ארגינעל"!

אבער איז דאס נישט גולטיג למשל אין א כתובה ?!?


א כתובה שרייבט מען אזוי ווי [להבדיל] א גט


נייע מעשה, אין א כתובה שרייבט מען דעם אריגנעלעם נאמען ווי אזוי מען האט עס באקומען ביים "ברית, אדער "קידוש", ביי א גט איז די כינוים וכדו'.
לגבי אויסלייגן, ביי א כתובה איז נישט קיין גרויסע נפק"מ ווייל עס איז נישט מער פון א "שטר".
ווידע בי א גט, מוז אידענטיפיצירען גענוי דעם מענטשן, הן אז דער גט זאל מן התורה "כורת" זיין, און הן מען זאל נישט קענען "מוציא לעז" זיין, ביידע זענען נישט שייך ביי כתובה.

חכם צבי'ס חתימות קען מען טרעפען פלענטי אין תשו' חכם צבי...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 3:08 pm
דורך ישלהוסיף
כתר ישועה האט געשריבן:איך זיך א ספר וועלכע אנטהאלט שמות (גיטין) וויאזוי משרייבט די נעמען, איז דא אזוינס ?


אהלי שם פין הגה"ק רבי שלמה גאנצפריעד זי"ע ראב"ד אונגוואהר, אויב ביסטו נישט קיין צאנז'ער אייניקעל...