בלאט 1 פון 1
אמונה פאר קינדער
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 08, 2011 12:02 pm
דורך השפל
איך וויל דערציילן יעדע וואך ביים שבת סעודה מעניני אמונה אז אינגע קינדער זאלן עס פארשטיין
ווייסט איינער פון עפעס א ספר וואס מען קען דארט טרעפן עניני אמונה מיט משלים און מעשיות אויף א שיינע וועג ארעפגעלייגט אויף צו דערציילן ביים סעודה
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 08, 2011 12:10 pm
דורך תרנגול
ס'איז דא ספר מעיין האמונה, 4 בענדער פון הערליכע מעשיות משלים תורות מאמרים וכו' אלעס איבער אמונה.
אדער קענסטו פראבירן די ספרים פון הרב יצחק זילבערשטיין, עלינו לשבח, ברכי נפשי, טובך יביעו ועוד. די ספרים זענען מלא וגדוש פון הערליכע מעשיות איבער חיזוק ואמונה אויסגעשטעלט לויט סדר הפרשיות.
הצלחה.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 08, 2011 1:07 pm
דורך השפל
תרנגול האט געשריבן:ס'איז דא ספר מעיין האמונה, 4 בענדער פון הערליכע מעשיות משלים תורות מאמרים וכו' אלעס איבער אמונה.
אדער קענסטו פראבירן די ספרים פון הרב יצחק זילבערשטיין, עלינו לשבח, ברכי נפשי, טובך יביעו ועוד. די ספרים זענען מלא וגדוש פון הערליכע מעשיות איבער חיזוק ואמונה אויסגעשטעלט לויט סדר הפרשיות.
הצלחה.
א גרויסע דאנק אייך איך גיי אי"ה זוכען די ספר מעיין האמונה איך האף עס גייט זיין א תועלת
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 08, 2011 1:26 pm
דורך מומחה עצום
נפלאותיו לבני אדם (מער לענגערע מעשיות)